Skip to main content

Full text of "Mayn laydns-ṿeg miṭ Mosheh Broderzon : di milḥomeh hoṭ gedoyerṭ far undz zibetsn yor ... zikhroynes̀"

See other formats


3 מג !118 1984מתמ1צ 1 8,/ 1611 6מעמ2ע21ע9פ אעצ3צתע1פ 


11 גאט שׁ-פ א 12צג/, 1 א ץא 1 
א600288/,61)אט בוט )וו 


ת8:046170 תנגץיזון|ש-סתשסתפ 





2 


א ונאת) 8608 מפופסנצ,41,א41160א 


2111 51 / ,1,55,4611092 





אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א 
פדדעפט4ש-9/4פ5, 1א , 1דפ עט 1 דע 


60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413 


)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ 


עתד תסע סאזספתאש? עס ןא;זא 
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ 


;צם פעפונצסעע ,לע 


4 1 01960ט) .ם 1006 1 

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ 
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 
101111601101 1 ז111/50/1/10 .ם חזסטזסם הוח 100016 
8160 208 
06 +ז6ט10 
1ס1011110011 16/3008 151911160118 
0561 .כן /161 

10101111156 800 614 5001 
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא 
ז6116) 000 310615/1 8 1101 


{ססתץפ 1201110021 8 680004.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 
.151261 ,0ת16:05216 04 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8 


1128 /+זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506068 /6016-) 800 ת310015 14210221 סת 1 
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז 
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס 
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 
מיין ליידנפווענ טיט 
משה נראָדערזאָן 


188 


רע ואס טאר ; 
בוארק שור כְאֲוו 
פארמאגס - טייטער : 
ברהט = מורשט בער-ג 





די רשימה פון דערשינענע בענד -- צום סוף פון בוך, 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 





מײַן לײַדנס-ווע, 
טיט נלשח בראדערזאן 


די מלחמה האָט געדויערט פאַר אונדז זיבעצן יאָר.. 


(זכרונות) 


אַרױסגעגעבן דורכן 


צענטראַל-פאַרבאַנר פון פּױלישע יידן אין אַרנענטינע 
בוענאָס איירעס, 1960 --- תשכ"א 


א יננה אל ט 


עס האָט זיך אָנגעהױיבן... אע גאר א א א א א א א 
דייטשער טויט-אורטייל אויפן מחבר פון דער פּאָעמע ;ייד" -- -- 
5 טויזנט מאַרק פאַרן קאָפּ פון דיכטער פון דער פּאָעמע צייִד" --- 


דער ליטעראַרישער הקדש -ײ די די דיה דיה היה דיה דיה היה דיה דח 


מסירה און אַרעסטן ידי דיי דיי זיייין. יהי דייה ידידי ייד ייה דיי דיי ייה 
אונדזער , באַקאַנטשאַפט* מיט דער ענקאַװועדע בי אי יי 
דער יונגער דיכטער אַקסלראָד װאָס האָט געעפנט דאָס נייע קאַפּיטל 

פון די סטאַליניסטישע רציחות -- חח הדך חחך הש השך הי היה 
זעליק אַקסלראָד װויל שאַפן אַ ייִדישן שרייבער-פאַראיין און ווערט 


דערשאָסן דורך ענקאַװעדע יד דחי דיי דיה זי דייה פיה דיה דיה ייז 
די סעלעקציע צװישן די שרייבער-פּליטים און דער סוף פון דיכטער 
זישע באַגיש א א אט יי 


אויפן װאַנדערװעג אונטערן האָגל פון דייטשע באָמבעס -- -- -- 
אין ווייטן דרום-אַזיע ביי די ברעגן פון ,, משוגענעם טייך" -- -- -- 
שרעק פאַר גוטסקליט == == הש חשט חטטה החיש החטט השזש חקה חחחח והקה =-ת 
אונדזער לעבן אין אוקראַיַנישן קאָלכאָז יי הוש שייה היה היה יה הי 26 
אין מאָסקװע צוישן פּולישע פּאַטריאָטן און ייַדישע שרייבער און 

אַרטיסטן א א א טא א רא א א יא יי 
די דערמאָרדונג פון מיכאָעלס און די פּאַנישע שרעק צװישן די יידי- 

שע שרייבער אי א אטא א א א יי 
אין איינזאַמקײט און אין צער דיה היה הי הי ייד זי דיי דיי יה 
דער פּחד נאָך מיכאָעלסעס ;געהיימניספולן* טויט -- -- == --- 


צי איז געווען אַ פאָראויסיקער סטאַליךפּלאַן אויסצומאָרדן די ייִדיי. 


שע קינסטלער און קולטור-טוער?. אס א אט א אט א יט 
די אַרעסטן פון די שרייבער --- פּחד און פאַרצווייפלונג = =-- -- 
די פאַרשטויסענע משפּחות פון די אַרעסטירטע שרייבער -- -- -- 
דאָס איינזאַמע לעבן נאָך די אַרעסטן ואר א אע ר א א אע 
תנ"ך און מוסר-ספרים -- אונדזער גייסטיקע שפּיז אין דער שווש" 
רער צייט אטא אט א אע א א אט אט א א א א א 2 
די סאָוויעטישע שרייבער און אַרעסטירטע און געפייניקטע ייִדישש 
פּען-מענטשן הא אט אט אט א אטא אט אט א א א א יי 
מיינע רוסישע שכנים, קאָמוניסטן, ברענען אונדזערע טריט -- -- 


משה בראָדערזאָן דער געפערלעכער פאַרברעכער פא א א יי 


דאָס איז געווען אין יום-טוב פון ערשטן מאַל --- =+ -חז די דיך דית 
הינטער די װענט פון קרעמל א יי א א א עי יי 


12 
15 
18 


32 
6 
27 


29 
2 
4 
.5 
4 


39 


41 
43 
49 


50 
3 
55 
57 


0 


דער שיינער חלום אין דער פיינלעכער נאַכט וא א א יי 2 
הינטער די ווענט פון דער ליפאַרטאָװוסקער תפיסה -- -- -- -- 
ביי די פּראָקוראָרן פון מיניסטעריום פון מלוכה-זיכערקייט -- -- 
עאָסאָבאָיע סאַָװיעשטשאַניע? =-- = הײך דיי זייך הייך השיך. החתה יה הית 
צוזאַמענטרעף מיט די פרויען פון די אַרעסטירטע שרייבער און 

קולטור-טוער --- א אי א א א א א ייט 
| דער פּשוטער רוסישער פאָלקס-מענטש === היט היה =. יה = 2 
בראָדערזאָן --- דער לאַגער-אַרעסטאַנט נומער 421 -- -- == == 
צו אַלץ געוווינט מען זיך צו א ר א יאר יט 
משה בראָדערזאָן --- דער לאַגער-אַרעסטאַנט -- = הש דוה יד הי 
דער עלילת"דם אויף די ייִדישׂע דאָקטוירים און זיין ווירקונג אין 

מאָסקװע טמא אע גאט ר אט אבר א א א ר יי 
בעתן בלבול אויף די ייִדישע דאָקטוירים, האָט מען געטריבן ייַדן 

פון מאָסקװער מעטראָ און פון די טראַמװײען -- =-- -- -- 


די פיינטלעכע אַטמאָספער אַרום די ייִדישע דאָקטוירים און קראַנקג". 


שוועסטער בעתן מאָסקװער בלבול -- א א א א א 0 
מיין שרעק איבער דעם גורל פון בראָדערזאָנען האר א א א א 
סטאַלינס טויט און דער נייער פּחד ביי ייִדן האר א א א א א 
וי אַזױ מ'האָט באַפרײט די באַשולדיקטע ייִדישע דאָקטױרים --- 
אַמנעסטיע פאַר קרימינעלע פאַרברעכער --- אָבער נישט פאַר ייַדישע 

שרייבער = חײך חחך השש השיך ישיה זייא א א א א א יי 
באַפרײטע פון סאָוויעטישע לאַגערן דערציילן זייערע פּיינלעכע אי- 

בערלעבונגען האר אע א א ר א אטא א ר א א א א 
מען צאָלט פאַר די גאָלדענע ציין פוֹן אַ דערשאָסענעם ייִדישן שריי- 

בער... א א ר אע א א א א א א א א א א א 
די באַפּרײוּנג פון משה בראָדערזאָן --- --- == חחך חיש חי דייה דייה = 
קראַנק אין לאַגער ערב דער באַפרײונג א א א א א א א 
משה בראָדערזאָן אויף דער פריי ואר א א א ר אט א א יט 
באַפרײיטער דיכטער האָט נישט קיין װוֹינרעכט אין מאָסקװע -- -- 


די ,פאַרגיטיקונג? פאַר פינף יאָר פּיין, מאַטערניש און קאַטאָרזשנע 
אַרבעט אין לאַגער הדשה חיש חל תחת חי הוה היוה היה טיה ייה חי = 


ענקאַװעדע-אױיספאָרשונג און ,אויסבעסערונג"-לאַגער - -- =- 
;אָטשנאַיאַ סטאַװקאַ? אי א א ר אע אט א א אע א אט 
בראָדערזאָנס פּיינלעכע לאַגער-איבערלעבונגען חיך חחשה חחה היהת 
די פּיינלעכע שטימונגען נאָך דער באַפרײונג פון די לעבנגעבליבע- 

נע שרייבער אין ראַטנפאַרבאַנד --- == =-- = הי == = = 
דער חוזק-פּראָצעס קעגן די ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער און 


מאַרקישעס מוטיקע רעדע קעגן זיינע תלינים -- =- -- == 


מיר פאָרן קיין פּױלן ר א א גאר גאר א א יי אי 
אין פּוילן. דער קבלת-פּנים אין װאַרשע און דער טראַגישער סוף -- 


76 
80 
84 


87 
0 
92 
93 
99 


15 
107 
109 
112 
114 
119 
1211 
124 
128 
130 
122 
16 
137 
142 
146 


150 
154 


159 


165 


172 


משה בראָדערזאָן 














משה בראָדערזאָן לויט א פאַרמלחמהדיקער צייכענונג 
פון אַרטור שיק 


= { 


עס האָט זיך אָנגעהױבן.. 


אונדזער ליידנס-וועג האָט זיך אָנגעהויבן אין יענע טעג, ווען געיאָגט 
פון אַ היטלעריש-דייטשן טויט-אורטייל אויפן דיכטער פון דער פּאַעמע 
;ייַד*, האָבן מיר פאַרלאָזן לאָדזש און אַװעק אויפן טרויעריקן פּליטים-וועג, 

משה בראָדערזאָן האָט מיט יאָרן פריִער פאָראויסגעפילט דאָס אָנקו- 
מען פון גרויליקע שרעקלעכע טעג. זינט היטלערס קומען צו דער מאַכט 
אין דײיטשלאַנד, האָט זיך וי געענדערט זיין שטימונג. עס איז אַװעק פון 
אים דאָס פריילעכע זאָרגלאָזע שפּילן זיך אין פערזן און אין װאָרט-קאַלאַמ- 
בורן. ער האָט בכלל אויפגעהערט צו שרייבן לידער און סאַרקאַסטיש גש- 
זאָגט: ,, ווער דאַרף איצט דאָס פיין געשליפענע װאָרט, בעת עס דונערט 
די האַרטע פױיסט-שפּראַך פונעם כאַם", 

אָפּטמאָל פלעגט משה אַהײימקומען אַ דערשלאָגענער פון רעדאַקציע 
,נייער פאָלקסבלאַט?, װו ער איז געווען באַשעפטיקט. די טרױעריקע 
ידיעות אין דער צייטונג: פּײינלעכע ליקװידאַציע פוֹן ייַדישן ישוב אין 
דײיטשלאַנד, דאָס אָנקומען פון דייטשע ייִדן, וועלכע מען האָט מיט בייטשן 
געטריבן צו דער פּוילישער גרענעץ, דער אַלץ שטייגנדיקער אַנטיסעמי- 
טיזם אין פּױלן, באַגלײט מיט כוליגאַניש-רוצחישע אָנפאַלן אויף ייִדן --- 
דאָס אַלץ האָט אים דערשיטערט, 

מיטאַמאָל האָט אין בראָדערזאָנען ווידער דערװאַכט דער דיכטער. 
אין איינעם אַן אָװנט האָט ער מיר פאַרטרױיט: ,איך װעל אָנשרײבן אַ 
פּאָעמע, װאָס װועט אויפטרייסלען יעדן ייִד און דאָס געוויסן פון דער 
וועלט". מיר האָבן דעמאָלט לאַנג געשמועסט. וי נביאיש קלינגען מיר 
היינט זיינע ווערטער: 2עס גרייט זיך אַ בלוט-פאַרפלײאינג אויף דער 
וועלט, ווער ווייסט, ווער עס װעט זיך אַרױסראַטעװען, און מיר ייִדן".. 
דאָ האָט ער אָפּגעהאַקט און נישט געקענט וייטער ריידן. 

איך האָב נישט גענומען צו ערנסט זיינע ווערטער. איך האָב געקענט 


9 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


זיינע דיכטערישע שטימונגען. איך האָב זיך קײינמאָל נישט פאַרנומען מיט 
קיין פּאָליטיק. מיין לעבן איז דורך אין שפּיל און טאַנץ, אין אַקטיאָרישן 
אויסלעבן זיך, אין מיין היים, אין דער בראָדערזאנישער שטוב אין לאָדזש, 


אין לאָדזש אויף זאַװאַדזקאַ 49, האָט געשוועבט דער אַרטיסטיש- 
קינסטלערישער פרייגייסט. עס איז געווען דאָס זאַמל-אָרט פאַר כלערליי 
ייִדיש-שעפערישע מענטשן פון לאָדזש: קונסט-מאָלער, פּאָעטן, אַקטיאָרן, 
יונגע שרייבער. עס איז געווען פריילעך, לעבעדיק. מיין פאָרשטעלונג האָט 
דעריבער נישט געקענט אויפנעמען די אָנקומענדע בלוט-פאַרפלייצונג אויף 
דער וועלט. אָבער דער דיכטער בראָדערזאָן האָט זי פאָרגעפילט, 


טעג און נעכט, וי נאָר ער איז געווען פריי פון רעדאַקציע-אַרבעט, 
איז ער געווען פאַרנומען מיט שרייבן און שלייפן די פערזן פון זיין פּאַע- 
מע ;ייִד*. די שטימונגען האָבן זיך אָפט ביי אים געביטן. דאָ איז ער גע" 
ווען אויפגערעגט, צעקאָכט, דאָ מילד און צאַרט און עס איז געבוירן גע- 
װאָרן דאָס װערק: אַ גרויסער באַשולדיקונגס-אַקט קעגן היטלער-דייטש- 
לאַנד, װאָס גרייט די בלוט-פאַרפלײצונג. אַ שטאָלצער נאַציאָנאַלער אויס- 
געשריי פון ייִד, וועלכע גלייבט אין זיין אײיביקן דויער, און פּאָעטישצ ‏ 
שיינקייט, װאָס שוועבט איבער די פיין-געשליפענע פערזןיי | 


די פּאָעמע ;ייד" האָט די וועלט נישט אויפגעטרייסלט. די פּאָליטי- 
קער האָבן זייערס געטאָן. איבער לאָדזש האָבן זיך באַװויזן די דייטשע 
שטאָלענע משחיתים, מיין היים ווערט פאַרפינצטערט. מען הערט זיך צו 
צום קראַכן פון פאַלנדיקע באָמבעס. מיין פאָרשטעלונג האָט שוין אויפגע- 
נומען די שװואַרצע וויזיע פון אַן אַנקומענדער בלוט-פאַרפלייצונג, 


אין איינעם אַן אויפדערנאַכט קומט משה אַהים. ער איז שטרענג 
ערנסט און מיט אַ האַרטער שטים נישט וי זיין שטיגער איז געווען 
זאָגט ער: ,,מען דאָרף גרייט מאַכן אַ רוקזאַק". מיט אַן איראָניש שמייכע- 
לע גיט ער צו: ;איך ער אַ זעלנער". פון װוייטערדיקן שמועס האָב איך 
זיך דערװוּסט, אַז דורכן ראַדיאָ איז געמאָלדן געװאָרן: בעת אַ מיליטע- 
רישער עװאַקואַציע פון אַ שטאָט, דאַרפן אַלע מענער ביז פופציק יאָר גיין 
נאָכן מיליטער. משה איז נאָך נישט אַלט געווען קיין פופציק יאָר און 


10 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


געגרייט זיך דערפילן זיין זעלנערישן חוב פאַר פּוױלן אין קאַמף קעגן היט" 
לער-שונא, | 
אינמיטן נאַכט איז קלאָר געװאָרן, אַז דאָס פּוילישע מיליטער עװאַ- 
קוּיִרט לאָדזש. די שטאָט װערט איבערגעגעבן צו די דייטשן. עס האָט זיך 
אָנגעהויבן אַ בהלהדיק לויפן. איך האָב געװאָלט מיטגיין מיט משהן, אָבער 
ער האָט נישט מסכים געווען אויף דעם. ער האָט אויך געגלייבט, פּונקט 
וי אַלע, אַז װוי מערדעריש די דייטשן זאָלן נישט זיין, װעלן זיי דאָך נישט 
טשעפּען קיין פרויען און קינדער. 

איך בין געבליבן מיט מיין טאָכטער אין דער פאַרפינצטערטער פאַר- 
לאָזענער שטוב. עס האָט זיך אָנגעהױיבן דאָס פּיינלעכע װאַרטן. די דייטשן 
האָבן באַזעצט לאָדזש. פון משהן איז נישטאָ קיין שום ידיעות. אויף די 
לאָדזשער גאַסן לויערט אויף ייַדן פּיין און טויט. מיר זיצן פאַרשלאָסן אין 
אונדזער שטוב און הערן זיך צו מיט פּחד צו יעדן שאָרך. מיטאַמאָל -- 
| אַ קלאַפּ אין טיר. מיט אַ ציטעריק האַרץ פרעג איך --- ;ווער קלאַפּט??; --- 
און באַלד הער איך זיין געבראָכענע שטים: ,דאָס בין איך מרים, מאַך 
;אויף!2. | 
משה איז געקומען פון װאַרשע אַ קראַנקער, אַ צעבראָכענער, אַ גע- 
בויגענער. װוּ איז אַהינגעקומען דער פייערגלאַנץ פון זיינע אויגן? אין 
דער שװאַרצער טשופּרינע האָבן זיך געמערט די גרויע האָר. ער' דערציילט 
מיר, װאָס ער האָט דורכגעמאַכט אויף זיין פּײינלעכן װאַנדערװעג קיין 
;וואַרשעי 


ער איז געגאַנגען מיט טויזנטער, טויזנטער פּליטים אונטערן האָגל 
פון קוילן און באָמבעס, װאָס האָבן זיך געשאָטן פון הימל, די פיס זענען 
געשװאָלן געװאָרן. ער האָט שוין נישט געקענט ווייטער גיין און אַריין צו 
אַ פּויער. דער פּױער מיט זיין ווייב האָבן אים האַרציק אויפגענומען. זי 
האָבן געװאַשן זיינע פיס, געשמירט מיט פעטס. דער פּוער האָט אים 
פאָרגעלייגט ער זאָל בלייבן נעכטיקן, אָבער משה האָט געװאָלט װוייטער 
גיין, כדי אָנצוקומען קיין װאַרשע נאָך פאַר די דייטשן. 

ענדלעך האָט ער זיך געפינען אין פּױלנס פאַרפינצטערטער הױפּט- 
שטאָט, װאָס איז כסדר באָמבאַרדירט געװאָרן. װי אַלע פּליטים, איז ער 


11 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


אַװעק אין דער װאַרשעװער קהילה און אויפן הויף האָט ער געחלשט, פאַר- 
לוירן דעם באַװוּסטזײן און ווען ער איז צו זיך געקומען, האָט ער זיך גע- 
פונען אין אַ בעט מיט קלאָר-װײיס בעטגעװאַנט. לעבן אים איז געשטאַנען 
אַן אײראָפּעיש געקליידטער ייָד, װאָס האָט אים באַרוּיִקט און דערציילט, 
אַז ער האָט אים צוגענומען פון קהילה -הויף, ווען ער איז געלעגן איןך 
חלשות. 

ביי דער דאָזיקער האַרציקער ייִדישער מישפּחה, וועמענס נאָמען ס'האָט 
זיך ליידער נישט איינגטהאַלטן אין מיין זכרון, האָט בראָדערזאָן איבען" 
געלעבט אַלע גרוילן און שׂרעקן פון דער באַלאַגערונג פון װאַרשע און ווען' 
פּױלנס הױפּטשטאָט איז געפאַלן, האָט בראָדערזאָן זיך געלאָזט צוריק. 
אַהיים קיין לאָדזש. 

אונדזער היים אין לאָדזש האָט פון קיין באָמבעס נישט געליטן, אָבער 
דער פּחד האָט זיך געטראָגן פון יעדן ווינקל. מיר זענען ווייטער נישט 
אַרױס פון שטוב, 


--- 2 == 
דייטשער טויט-אורטייל אויפן מחבר פון דער פּאַעמע {ייך" 


אין די דערלויבטע שעהן, ווען מען האָט געקענט זיך באַװעגן אויף 
דער גאַס, האָבן אָנגעהױבן צו אונדז קומען אונדזערע פריינט, באַקאַנטע 
לאָדזשער ייִדישע קינסטלער. מען האָט זיך באַראַטן װאָס צו טאָן. משה. 
האָט דערקלערט, אַז ער רירט זיך נישט פון אָרט. נישטאָ װוּהין צו לויפן, 
אויף אַלע וועגן לויערט דער טויט, װאָס עס וועט זיין מיט כל ישראל, 
וועט זיין מיט ר' ישראל --- אַזױ האָט ער געזאָגט. אָבער באַלד איז גש- 
קומען אַ געשעעניש, װאָס האָט געצװוּנגען משהן טאַקע יאָ צו לויפן, כדי 
צו ראַטעװען זיך פון אַ טויט:אורטייל, װאָס די דייטשן האָבן שוין גש- 
האַט צוגעגרייט פאַרן מחבר פון דער פּאָעמע ,ייִד*, װעגן דעם האָט אונדז 
צוּוויסן געטאָן דער פּאָליאַק טימאָווסקי. 


טימאָווסקי, אַ קינסטלער-װויאָלענטשעליסט, איז געווען דער גע" 


12 


מיין ליידנס"װעג מיט משה בראַדערזאָן 


שעפטס-פירער פון פּױלישן טעאַטער אין לאָדזש. אין איינעם אַ טאָג איז 
ער אַריינגעקומען צו אונדז און מיט אַן איבערגעשראָקענער שטים דער" 
ציילט: ער איז ,איינגעלאַדן? געװאָרן אין געשטאַפּאָ, כדי איבערצוגעבן 
די דייטשן דאָס פּוילישע טעאַטער. מען האָט אים זייער העפלעך אויפגע- 
נומען, פאַרבעטן אין אַ צימער און גערעדט מיט אים וועגן דער פּוױלישער 
קונסט... בעתן שמועס האָט ער באַמערקט, אַז אויפן טיש ליגט בראָדער- 
זאָנס בוך, די פּאָעמע ;ייִד" און די דייטשן האָבן גערעדט צװוישן זיך, אַז 
מען מוז תיכף אויסגעפינען דעם מחבר, ווייל עס איז שוין גרייט פאַר 
אים אַ טויט-אורטייל --- און זיין משפּחה מוז אַװעקגעשיקט וװוערן אין אַ 
קאָנצענטראַציע-לאַגער. פון זייערע רייד האָט טימאָװוסקי פאַרשטאַנען 
אַז זי גרייטן זיך נאָך אין דער היינטיקער נאַכט קומען צו בראָדערזאָנען. 

עס איז נישט געווען קיין צייט מער צו װאַרטן. ווייל באַלד װעט זיך 
אָנהײיבן די פאַרבאָטענע שעה, ווען עס איז נישט דערלויבט צו גיין אין 
גאַס. מיר האָבן גענומען דאָס נייטיקסטע און פאַרלאָזט אונדזער היים, גץ- 
לאָפן װוּהין די אויגן װעלן טראָגן און דאָ האָט זיך אָנגעהױיבן אונדזער 
פּיינלעכער װאַנדערװעג, װאָס האָט זיך געצויגן איבער 17 שווערע שרעק- 
לעכע יאָרן דורך סאָוועטישע תפיסה און לאַגער. ביז יענער פּיין איז אונדז 
נאָך אויסגעקומען איבערצולעבן אַ סך גרוילן און טויט-שרעק. אָבער װוּ 
מיר זענען געקומען, האָבן מיר געטראָפן װאַרעמע ייִדישע הערצער, װאָס 
האָבן אַרױסגעװיזן זייער טיפע פאַרערונג און ליבע צו דער משפּחה בראַ- 
דערזאָן. 

מיר זענען אַנטלאָפן פון דער היים און געלאָזט זיך אויף באַלוט, ווו 
עס האָט געדאַרפט זיין אַן אױטאָ, וועלכער פירט קיין מאלקין. נאָך מאל- 
קין זענען שוין געווען די סאָװועטן און די געפּלאָגטע ייִדן פון פּוילן האָבן 
געגלייבט אַז דאָרט אין סאָװעטן-לאַנד איז די גאולה, די אויסלייזונג פון 
דייטש-מערדערישע הענט. | 

מיר זענען צוגעקומען צום גליקלעכן אױטאָ, וועלכער איז שוין גע- 
ווען באַזעצט מיט פּאַסאַזשירן. עס איז געווען פריי נאָר איין אָרט. דער 
שאָפער האָט אין קיין פאַל נישט געװאָלט נעמען אונדז ביידן. אָבער דאָ 
איז אַראָפּגעשפּרונגען אַ יונגערמאַן פון אױטאָ און דערקלערט, אַז ער 
טרעט אָפּ זיין אָרט פאַר בראָדערזאָנען. 


15 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


פון לאָדזש זענען מיר אַרױסגעפאָרן בשלום, אָבער אינמיטן וועג, איך 
אַ װאַלד, האָבן אונדז באַגעגנט באַװאָפּנטע דייטשן. זיי האָבן אָפּגעשטעלט 
דעם אױטאָ, געהייסן זיך ווייזן דאָקומענטן, געקוקט אַלעמען אין די אויגן 
און אויסגעקליבן בראָדערזאָנען. מיט װילדן כעס האָבן זיי באַפױלן אַז 
ער זאָל תיכף אַראָפּ פון אױטאָ. די דייטשן האָבן אים צוגעפירט צו אַ 
װאַנט פון אַ הייזל, װאָס האָט זיך דאָרט געפונען און אויסגעשטרעקט די 
ביקסן, צילנדיק צו אים... | 

איך בין געזעסן אין אויטאָ װי פאַרשטיינערט. די אויגן זענען מיר 
פאַרלאָפן,. װי אין נעפּל האָב איך אים געזען שטיין, דעם קאָפּ אויפגע- 
הויבן, די שװאַרצע טשופּרינע פאַרװאָרפן אויפן שטערן. אַ קעלט האָט מיך 
אַרומגענומען, איך האָב געפילט וי ווערים װאָלטן מיר געקראָכן איבערן 
לייב. עס האָט מיר גענומען קלאַפּן אַ צאָן אָן אַ צאָן. אָט װעט פאַלן דער 
שאָס. אָבער אַנשטאָט אַ שאָס איז געקומען אַ ווילד געלעכטער פון די 
דייטשן. זיי האָבן זייער קרבן אָפּגעלאָזט און אַװעק. דער דאָזיקער דיי" 
טשער בעסטיאַלישער שפּאַס האָט זיך נאָכאַמאָל איבערגעחזרט אַ פּאָר 
קילאָמעטער ווייטער. | 

ווידער האָבן דייטשן אָפּנעשטעלט דעם אױטאָ און באַפױלן אַלע מע- 
נער אַרױסגײן און דער אױטאָ מיט די פרויען זאָלן אָפּפאָרן אַ הונדערט 
מעטער ווייטער. מיט ווילדע קולות האָבן די דייטשן באַפױלן: ;אַללע יו 
דען לאַוּפען, דער לעצטער ווירד ערשאָססען". 

ווידער קוק איך זיך צו צו דער פּיינלעכער סצענע. דער פיינפילנ- 
דער צאַרטער בראָדערזאָן לויפט מיט צעשראָקענע בליקן. אונטערן הילך 
פון די ביקסשאָסן באַמיען זיך די קרבנות איבערצואָגן איינער דעם 
צווייטן. אָבער קיינער פון זיי פאַלט נישט. עס איז ווידער געווען אַ דיי- 
טשער שפּאַס... | | 
| = נאָך ווייטערדיקע װאַנדערונגען, נאָכדעם װי די ,גרענעץ-שװאַרצער? 
האָבן אױיסגעפּאָמפּעט פון אונדז אַלץ, װאָס מיר האָבן פאַרמאָגט, האָט מען 
ביי זיי אױיסגעפּועלט, זיי זאָלן אַריבערפירן בראָדערזאָנען, ווייל ווידער 
איז געווען די ;נאָרמע* איבערפולט. איך האָב זיך אַריבערבאַקומעז די 
גרענעץ מיט אַ װאָך שפּעטער. איך האָב שין געטראָפן משהן אין ביאַ- 


14 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


ליסטאָק, אין דער סאָוועטישער מלוכה, װאָס האָט ;אַרונטערגענומען אונ" 
טער אירע פליגל" די פּױילישע געביטן פון מערב אוקראַינע און מערב- 
װײסרוסלאַנד, איינשליסנדיק אויך ביאַליסטאָק, 

דאָ אין ביאַליסטאָק האָט זיך אָנגעהויבן פאַר אונדז דער סאָוועטי- 
שער װעג, װאָס האָט אונדז געפירט צו פיינלעכע תפיסה-יאָרן, ביז דעם 
איבערלעבן די סטאַלינישע דערמאָרדונג פון ייִדישע שרייבער און קול- 
טור-טוער אין ראַטנפאַרבאַנד. 0 


: ----- 3 -- 
5 טויזנט מאַרק פאַרן קאָפּ פון דיכטער פון דער פּאָעמע ,יִד 


וי איך האָב שוין דערמאָנט, האָבן מיר אויך צו די ,גרענעץ-שװאַר- 
צער" נישט געהאַט קיין מזל, זיי האָבן דערקלערט, אַז זיי האָבן שוין אי" 
בערפולט די נאָרמע און קענען מער נישט מיטנעמען קיין פּאַסאַזשירן. מיר 
האָבן זיך קוים איינגעבעטן, אַז משה זאָל אַריבערגעפירט ווערן אויף יע" 
נער זייט, ווייל די דייטשן האָבן אויף אים אַרױסגעגעבן אַ טויט-אורטייל, 

איך בין צוריקגעפאָרן קיין װאַרשע. פון לאָדזש איז מען געלאָפן אין 
פּױלנס הױפּטשטאָט, גלייבנדיק אַז דאָרט װעט זיין בעסער. מיט אונ- 
דזערס אַ פריינט האָט מיין פאָטער ז"ל מיטגעגעבן אַ בריוול צו מיר, אין 
וועלכן ער האָט געשריבן אַז אויף צומאָרגנס נאָך אונדזער אַנטלױיפן קיין 
װאַרשע, זענען געקומען געשטאַפּאָזאַגענטן אין אונדזער װווינונג אין לאָדזש 
אויף זאַװאַדזקע 49 און געזוכט דעם מחבר פון דער פּאָעמע ;ייך", זי 
האָבן דורכגעפירט אַ שטרענגע רעוויזיע, מיטגענומען אַלע פּאַפּירן, נאַ- 
טיצן און מאַנוסקריפּטן און אַװעק, איבערלאָזנדיק אויפן אָרט אַ שמירה, 
גוטע שכנים זענען געקומען װאָרענען מיין פאָטער, אַז קיינער זאָל נישט 
באַזוכן אונדזער װוֹנונג, 

אַ טאָג נאָך דער רעוויזיע האָבן אין די גאַסן זיך באַװיזן פּלאַקאַטן 
אויף דייטש און פּוליש, אַז עס װערט באַשטימט אַ באַלױנונג פון 15 
טויזנט מאַרק פאַר דער פּערזאָן, װאָס װעט מיטטיילן אין געשטאַפּאָ װוּ 


15 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


עס געפינט זיך דער פאַרברעכער, דער ייד -- משׂה בראָדערזאָן. אַזױ 
האָט געשריבן צו מיר מיין גוטער טאַטע און געװאָרנט מיר זאָלן וי אַמ- 
גיכסטן פאַרלאָזן פּױלן. דאָס איז געווען דער לעצטער גרוס, װאָס איך 
האָב דערהאַלטן פון מיין פאָטער. 

מיר האָט זיך טאַקע געװאָלט װאָס גיכער פאַרלאָזן װאַרשע. אַ חוץ 
דער סכנה, װאָס האָט מיר געדראָט און דער שװאַרצער שאָטן פון טויט, 
װאָס האָט זיך אױיסגעשפּרײט איבערן װאַרשעװער ייִדנטום -- האָט זיך 
מיר אויך שטאַרק, שטאַרק געבענקט צו משהן. אין משך פון די קנאַפּע 
צוויי צענדליק יאָר פון אונדזער צזאַמענלעבן האָבן מיר זיך קיינמאָל 
נִישט צעשיידט אויף אַ לענגערער צייט און דאָ געפינען מיר זיך אין , צוויי 
באַזונדערע לענדער" און איינער װוייסט נישט פון צװוייטן. איך בין געווען 
שטאַרק אומרוּיִק איבער זיין גורל, פאַרשיידענע טונקעלע מחשבות האָבן 
געפּײניקט: קווער ווייסט צי ער לעבט נאָך". איך האָב שוין געקענט די 
דייטשע אכזריות און געהאַט אַ גרונט אַזױ צו טראַכטן 

איך האָב זיך צוזאַמענגערעדט מיט באַקאַנטע, װאָס האָבן אָפּגעזוכט 
אַ שמוגלער, אַ פּאָלאַק, און ער האָט אונדז ווידער גענומען פירן אויף דער 
זעלבער ליניע קיין מאַלקין און ווייטער. דער שמוגלער האָט אונדז גש" ‏ 
בראַכט אין אַ פויערישער כאַטע, גענומען פון יעדן צו צוויי טויזנט זלאָ- 
טעס און געהייסן דאָרט װאַרטן. ער האָט אונדז אָנגעזאָגט מיר זאָלן זיך 
גאָרנישט שרעקן. פיר אַזײגער נאָכמיטאָג װעט קומען אַ דייטשער זעלנער, 
ער ועט אָפּצײלן די קעפּ... מיר דאַרפן זיצן שטיל. נישט ריידן צװישן 
זיך און אויך נישט מיטן דייטש, וועלכער װעט רויִק אַװעקגײן נאָכן אָפּ- 
ציילן די קעפּ, 

אַזױ איז געווען: פּינקטלעך פיר אַזײגער איז אַריינגעקומען א הו- 
כער, דיקער דייטש, מיט אַן ערנסטער מיליטערישער מינע האָט ער הויך 
אויפן קול געציילט און פאַרענדיקט: ;יאַ,. ריכטיק דרייצען". 

צוועלף אַזײיגער בײינאַכט זענען מיר אַרױס פון דאָרף און געדרעפּ- 
טשעט אין דער פינצטער איבער זומפּיקער ערד. דער שמוגלער האָט אונדז 
צוגעפירט צו אַ וועלדל און געהייסן ווייטער גיין. ער אַלײן איז פאַר- 


שווונדן. אַ פרוי, אַ דאָקטאָרין, האָט ספּאַזמירט און גענומען שרייען. אַז 


16 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


דער שמוגלער גיט אונדז איבער אין די הענט פון די דייטשן, וועלכע 
וועלן אונדז באַלד דערשיסן... מיט שווערער מי האָט זיך איינגעגעבן צו 
באַרוּיִקן די פרוי. אַ גאַנצע נאַכט האָבן מיר געטאָפּטשעט אין די בלאָטעס 
און אין חושך. מיטן גרויען פון טאָג האָבן מיר דערהערט דעם רוסישן 
אויסגעשריי -- ,קודאַ!? --- מיר זענען געווען אויף יענער זייט. 

אונדז איז נישט אויסגעקומען דורכצומאַכן יענע פּיין און צרות, װאָס 
עס זענען דורכגעגאַנגען די ייִדן, וועלכע האָבן ,געשװאַרצט* די גרענעץ 
אין די שפּעטערדיקע חדשים. עס איז נאָך געווען פאַר ,מתן תורה". די 
סאָוועטישע מאַכט, וועלכע האָט געהאַט אָקופּירט טיילן פון פּױילן, האָט גע- 
װאָלט באַקומען אַ געזעצלעכע סאַנקציע אויף אירע פאַרכאַפּערישע מעשים, 
זיי האָבן געגרייט די באַרימטע אָפּשטימונג פון ,/מערב-אוקראַיַנע? און / 
, מערב-װײיסרוסלאַנד*, װאָס ווילן דווקא געהערן צום ראַטנפאַרבאַנד, דע- 
ריבער האָט מען נאָך געלאָזט ייִדן פריי אַרײינקומען אין די דורך די סאָ- 
וויעטן באַזעצטע געביטן. 

מיר זענען געגאַנגען ווייטער און אַרײינגעקומען אין אַן אָפּגעברענט 
שטעטל. איין הויז איז דאָרט פאַרבליבן, אין וועלכן עס האָבן געװווינט --- 
פון איין זייט אַ פּאָלאַק און פון דער צווייטער זייט אַ ייִדישע פרוי. מיר 
האָבן געבעטן צו לאָזן אונדז איבערנעכטיקן אַ נאַכט, כדי אויסצורוען די 
געשװאָלענע פיס. אָבער די פרוי האָט דערקלערט, אַז זי האָט מורא פאַר 
די סאָװויעטישע זעלנער, װאָס קומען דאָ מיט אָפטע באַזוכן. ,זיי װעלן 
טרעפן פרעמדע, װועלן זיי אויך מיך אַרױסטרײבן פון דאַנען" --- האָט 
געזאָגט די פרוי, 

ווען איך האָב איר געוויזן מיינע געשװאָלענע פיס און געבעטן זי לאָזן 
מיך אָפּרוען האָט די פרוי אויסגעשריגן: ;אוי, איר זייט דאָך די שיינע- 
מרים; אייך װעל איך נישט אַרױסלאָזן פון שטוב, זאָל זיין װאָס עס װויל!" 

זי האָט געהאַלטן װאָרט, אַרײינגעברענגט שטרוי, אויסגעלייגט אויף 
דער ערד און אין מיין זכות איז שוין די גאַנצע גרופּע געבליבן ביי איר 
נעכטיקן. אויף צומאָרגנס זענען מיר אַװעק צופוס צו דער נאָענטסטער 
באַןדסטאַציע און פון דאָרט בין איך געפאָרן קיין ביאַליסטאָק. אויפן ביאַ- 
ליסטאָקער װאָקזאַל האָט מיך באַגעגנט אַ יונגערמאַן מיט דעם שׂוין באַ- 


11 


שיינע-מרים ‏ בראָדערזאָן 


קאַנטן אויסרוף: ,אוי, איר זענט דאָך די שיינע-מרים!* און מיר איבער- 
געגעבן אַ גרוס פון משהן --- ער געפינט זיך אין ,שרייבער-הויז" אויף 
שענקעװויטש-גאַס. איך האָב געדאַנקט דעם אומבאַקאַנטן פריינט, בין אַרױס 
פון װאָקזאַל. אין האַלדז איז מיר געװאָרן ענג. איך בין צוגעפאַלן צו אַ 
װאַנט און זיך גוט, גוט אויסגעוויינט. | 


4 
דער ליטערארישער הקדש 


איך בין אַװעק אויף שענקעוויטשגאַס און געזוכט דאָס שרייבער- 
הויז. אין מיין פאַנטאַזיע האָב איך שוין געזען דאָס שרייבער-הויז מיט אַ 
גרויסן שילד און געהעריקער אויפשריפט, מיט אַ ברוך-הבא פאַר די פאַר- 
פאָלגטע שרייבער, װאָס אַנטלױיפן פאַרן דייטשן פאַשיזם. באַלד איז מיין 
פאַנטאַזיע צערונען געװאָרן. נישט קיין שׂילד, נישט קיין אויפשריפט. איך 
האָב געפרעגט אַ ייִדענע, װוּ עס געפינט זיך דאָס שרייבער-הויז, האָט זי 
מתחילת נישט פאַרשטאַנען. װאָס דאָס איז אַזעלכעס און לסוף זיך גע- 
פרעגט מיט אַ ספּעציפישן ניגון: ;איר מיינט די ביעזשענצעס?" עס האָט 
אָביסל געדויערט ביז איך האָב זיך געכאַפּט, אַז שׂרייבער זענען אויך , ביש- 
זשענצעס* (פּליטים) און לסוף האָב איך צוגעגעבן, אַז איך מיין טאַקע 
זײי,,. די ייִדענע האָט מיר געוויזן: ;דאָרט-אָ, אויפן ערשטן עטאַזש, טומלט 
זיך מיט ביעזשענצעס". | 

דאָרט-אָ איז טאַקע געווען דאָס ,שרייבער-הויז". משה בראָדערזאָן, 
װאָס האָט ליב געהאַט צו באַנוצן זיך מיט פאָלקס-ווערטלעך, האָט דעם 
;שרייבער-הויז* געגעבן אַ נאָמען -- ,ליטעראַרישער הקדש". 

איך בין אַרײנגעקומען אין אַ לאַנג טונקל צימער, װאָס איז געווען 
שטאַרק אָנגערויכערט. פון ביידע זייטן זענען געשטאַנען אייזערנע בעט- 
לעך און פון האָלץ געמאַכטע פּריטשעס. אויף די פענצטער-קלאַמקעס זע- 
נען געהאָנגען די מלבושים פון די שרייבער-,ביעזשענצעס", װאָס דאָס 
האָט נאָך טונקעלער געמאַכט דאָס צימער. מיין פּלוצלינג באַװייזן זיך האָט . 


18 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


אויפגערודערט דאָס שטילע פאַרויכערטע צימער. מען איז אַראָפּנעשפּרונ- 
גען פון די בעטן. פאַרשׂטענדלעך, אַז דער ערשטער איז געווען משה, װאָס 
איז געלעגן אויף זיין בעט און גערויכערט אַ לולקע, 


נאָכן אויספרעגן זיך אויף באַקאַנטע און וועגן מצב אין פּוילן אונ- 

טער דער דייטשער הערשאַפט אאַזײװו, בין איך מיט משהן אַראָפּ אין גאַס, 
נאָך די אַלע איבערגעלעבטע פּיין און שרעק האָב איך דערפילט אַ פאַר- 
לייכטערונג. אָבער ווען איך האָב זיך גענומען צוקוקן צו דעם מצב פון די 
ביעזשענצעס?", װאָס זענען אין די צענדליקער טויזנטער געקומען קיין 
ביאַליסטאָק --- צעשלאָגענע, צעבראָכענע, מידע, מיט װוּנדן אויף די קער- 
פּערס --- האָב איך ערשט דעמאָלט באַגריפן, װי גרויס עס איז די ייִדישע 
טראַגעדיע. 

| = אויף די גאַסן פון ביאַליסטאָק איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע באַ- 
וועגונג פון רױיטאַרמײער, ענקאַװעדיסטן אין די ספּעציעלע היטלען מיט 
רויטע דענקעס און סתם מענטשן. ביי די קראָמען און מאַנופאַקטור-גע- 
שעפטן זענען געשטאַנען לאַנגע רייען און געװאַרט צו קענען זיך אַרײנ- 
באַקומען עפּעס צו קויפן. שװוער איז אָנגעקומען אַ ציוילימענטש זיך 
אַרײנצובאַקומען אין אַ קראָם, ווייל רױטאַרמײער, בעיקר אָפיצירן, זענען 
אַרײין אָן אַ ריי און אויסגעקויפט די סחורות לויט פּאַרמלחמהדיקע פּרייזן, 
װאָס פאַר די סאָוויעטישע מענטשן איז עס געווען האַלב בחינם, בכלל 
האָבן זיי זיך פּלוצים דערפילט װי אין אַ גודעדן, װוּ מען קען אַלץ קויפן 
פריי פאַר שפּאָט ביליקע פּרײיזן, | 

אין דעם ערגסטן מצב זענען געווען די ייַדישׂע שרייבער, סיי פון 

ביאַליסטאָק, סיי די שרייבער"-פּליטים, װאָס זענען געלאָפן פון פּױלן. זייער 
צאָל איז געװאַקטן מיט יעדן טאָג. מיר איז שטענדיק אויסגעקומען צו הערן 
וועגן גוטן לעבן, װאָס עס מאַכן שרייבער אין ראַטנפאַרבאַנד. די ייִדישע 
ליטעראַטור ,, בליט" ממש. איך האָב טאַקע נאַיָוו געפרעגט משהן וי אַזױ 
מען האָט אים דאָ אויפגענומען. בראָדערזאָן האָט זיך סאַרקאַסטיש צע- 
לאַכט און שטילערהייט, כמעט שעפּטשענד געזאָגט: ;דאָ איז מען צו- 
פרידן, אַז מען מאַכט נישט קיין קבלת-פּנים. מען איז נישט בודק די צי- 
צית און מען זוכט נישט קיין כשרות"י.. | 


19 


שיינע-מרים בראָדערזאָן - 


--- 5 = 
מסירה און אַרעסטן 


שפּעטער האָב איך זיך איבערצייגט, אַז משה איז נישט אינגאַנצן 
גערעכט געווען. מען האָט טאַקע די שרייבער יאָ אויפגענומען. איבער די 
ייִדישע שרייבער איז באַשטימט געװאָרן אַ קאָמיסאַר --- דיכטער פון רו- 
מעניע -- זישע באַגיש. וועגן דעם וי אַזױ ער האָט עולה לגדולה געווען, 
זענען אַרומגעגאַנגען פאַרשיידענע קלאַנגען. ווען באַגיש האָט זיך באַװיזן 
אין לאָדזש, אין יאָר 1938, איז ער קיין קאָמוניסט נישט געווען. ער האָט 
נאָר געװוּסט װוּ זיך , צוצושפּאַרן", אַז מען זאָל פון אים וויסן און ער 
זאָל אויף אַ וועלכן עס איז אופן זיך אַרױסשלאָגן די פּרנסה. שפּעטער איז 
ער ,,מגולגל"? געװאָרן קיין ביאַליסטאָק און ווען איך בין אָנגעקומען, ד"ה 
ביי דער סאָװויעטישער מאַכט, איז ער שוין געזעסן אין אַ ספּעציעלן קאַ- 
בינעט אין ביאַליסטאָקער מאַגיסטראַט און געווען דער אָפיציעלער ;,ספּצץ" 
איבער ענינים פון די ייַדישׂע שרייבער. | | 

יעדער פריש-געקומענער שרייבער האָט געדאַרפט זיך מעלדן צו זי- 
שע באַגיש. דאָרט האָט מען געדאַרפט אויספילן אַן אַנקעטע-בויגן וועגן 
אָפּשטאַם, באַשעפטיקונג פון די עלטערן, אין וועלכע צייטונגען און זשור- 
נאַלן מיטגעאַרבעט, צי געהערט צו אַ פּאַרטײ אין פּוילן און צו וועלכער 
אאַז"וו. די אַנקעטע איז, פאַרשטייט זיך, אַװעק דאָרט װוּ מען דאַרף. און 
אַ ציטערניש האָט אַרומגענומען די שרייבער, װאָס האָבן געהאַט אויף 
זיך ;בורזשואַזע" חטאים, 

נאָכן אויספילן אַזאַ אַנקעטע האָט מען פון באַגישן באַקומען אַ צעטל 
אויף מיטאָג אין דער אומזיסטער קיך, װוּ מען האָט געדאַרפט שטיין אַ 
פּאָר שעה אין דער ריי ביז מען האָט זיך אַרײנבאַקומען. אויך צו זישע 
באַגיש איז נישט געווען אַזױ לייכט אָנצוקומען. מען האָט געדאַרפט ערשט 
אָפּשטײן אין דער ריי אַ לאַנגע צייט ביי אַ פענצטערל, כדי אַרױסצונע- 
מען אַ , פּראָפּוסק?". דערנאָך האָט מען ווידער געדאַרפט שטיין אין דער 
ריי, כדי זיך אַרײנצובאַקומען אין מאַגיסטראַט, 

די דאָזיקע באַציונג מצד דער סאָװויעטך-מאַכט צו די שרייבער'פלי- 


20 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


טים, אַנטלאָפענע פון היטלעריסטיש-דייטשער טויט-געפאַר -- האָט בראָ- 
דערזאָנען אינגאַנצן צעטרייסלט. זיין רייכע פאַנטאַזיע האָט זיך נישט גע- 
קענט פאָרשטעלן, אַז עס קען זיין עפּעס ערגערס, אַז מען קען אויך ייִדי- 
שע שרייבער פּײיניקן מיט אויספאָרשונגען, תפיסה, פאַרפּײיניקן און דער- 
שיסן. | 

ער איז אַרומגעגאַנגען אַ פאַרביטערטער און נישט געװאָלט זיך מעלדן 
צו זישע באַגיש. בראָדערזאָן האָט אויך אויסגעמיטן די רעדאַקציע פון 
,;ביאַליסטאַקער שטערן", א צייטונג װאָס איז אַרױסגעגאַנגען דריי מאָל 
אין װאָך. די רעדאַקציע האָט ער אָנגערופן -- ,שרײבאַרניע? און דער" 
ציילט אַז ער איז אײינמאָל דאָרט אַרײינגעקומען, זענען געזעסן אַ צענד- 
ליק פּאָעטן און ג ע מ אַ כ ט לידער. מיט אַן איראָניש שמייכעלע האָט 
בראָדערזאָן שטיל דעקלאַמירט די דאָזיקע געמלאכהטע לידער: 


;אין די גאָסן רויטע פאָנען פלאַטערן, 
הערצער פריידיק ציטערן",. 


און איך װאָלט צוגעגעבן: 


,און דער קערפּער פול מיט בלאָטערן", 


אונדזער איינציקע זאָרג איז געװען: וי אַזױ קריגט זיך משה אַרױס 
פון ,ליטעראַרישן הקדש". ער האָט דערציילט, אַז דאָרט טוט זיך סכנות 
נפשות. מען דראָט און מען מסרט הויך אויפן קול, אָן שום בושה עס 
דרייט זיך אַרום אַ פּאַרשױן, ש. לאַסטיק, װאָס רעדט מיטן לשון פון טשע- 
כאָווס העלד אין דער נאָװועלע ;דער מענטש אין פוטלאַר": ,װאָס איר 
ווילט זיין סאָװיעטישע ייִדישע שׂרייבער, מ'עט זען, װאָס די מאַכט װעט 
צי דעם זאָגן?. דערביי האָט ער יעדן פאָרגעװאָרפן די ;בורזשואַזע חטאים", 
דער גרעסטער רוב פון די אמתע שרייבער, ערלעכע מענטשן איז געווען 
דערשלאָגן און פאַרצווייפלט, 

מיר איז לסוף געלונגען אַרױסצובאַקומען בראָדערזאָנען פון ;ליטע- 
ראַרישן הקדש". עס האָט זיך אָפּגעזוכט פון ערגעץ מיינס אַ קוזין, משה, 
וועלכער האָט דווקא געװאָלט, אַז מיר זאָלן ביי אים וווינען. בראָדערזאָן 


21 


שיינע-מרים בראַדערואָן 


-האָט מתחילת נישט געװאָלט אַרױסגײן פון ;שרייבער:הויז". ער האָט 
מורא געהאַט, אַז מען זאָל עס נישט ד אַ ר ט | שלעכט אויסטייטשן 
און עס איז געווען פאַרװאָס מורא צו האָבן. עס האָבן זיך אָנגעהויבן 
אַרעסטן צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ. מען האָט אַרעסטירט אָרטיקע 
בונדישע און ציוניסטישע טוערס און דער ,ביאַליסטאָקער שטערן" האָט 
זיי גערופן ביי די נעמען און עפנטלעך געשטעמפּלט וי קאָנטררעװאָלר 
ציאָנערן. | | 

לסוף האָט בראָדערזאָן מסכים געווען צו פאַרלאָזן דעם ;ליטעראַרישן 
הקדש* און מיר האָבן זיך איינגעאָרדנט ביי מיין קוזין, אין די נעכט זע- 
נען מיר דאָך רוּיִק נישט געשלאָפן, אײינמאָל טאַקע אינמיטן נאַכט האָט 
מען גענומען שטאַרק קלאַפּן אין טיר. מיר האָבן דאָ געהאַט די געלעגנ- 
הייט צום ערשטן מאָל זיך צו באַקענען מיט דער ענקאַוועדע. 


| --- 6 == 
אונדזער ,באַקאַנטשאַפטײ מיט דער ענקאַוועדע 


אין דער װוינונג פון מיין קוזין האָבן מיר פאַרנומען דאָס פאָדערשטע 
צימער, פון וועלכן די טיר האָט געפירט גלייך אין קאָרידאָר. מיר האָבן 
דעריבער די ערשטע געהערט די קלעפּ אין טיר. איך האָב נישט געלאָזט 
בראָדערזאָנען אַראָפּגײן פון בעט, אפשר, װאָס, ווען... זאָל ער דערווייל 
ליגן אַ א,קראַנקער". איך בין אַראָפּ פון בעט, זיך אָנגעטאָן און אויפגץ- 
מאַכט די טיר. | 

אין שטוב זענען אַרײין פיר ענקאַװעדע-לייט מיט די באַקאַנטע היט- 
לען מיט די רויטע לאַמפּאַסן, אַ צייכן פון דער רעװאָלוציע, און צוויי צִי- 
ווילע. זיי האָבן זיך אַפילו נישט געפרעגט וער דאָ װוינט, נאָר גלייך צו 
צום בעט, צו כאַפּן דעם פאַרברעכער. מיט אַ האַרטער שטים האָט איינער 
פון זיי געפרעגט: ;קאַק טעביאַ זאָװוּט?* (װוי רופט מען דיך?). 

ימשה האָט אַ וויילע געשוויגן, װי װועלנדיק באַהערשן די אויפרעגונג 
און דערנאָך אָפּגעענטפערט: ,, מאָיסי", | 


22 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


דערויף איז געקומען אַן ענטפער: קאָדיעװאַיס? (טו זיך אָן). 

משה האָט גענומען זיך אָנטאָן און גלייכצייטיק מיט אַ ציטערנדיקער 
שטים פּראָטעסטירט, הלמאַי מען רייסט אים אַרױס פון בעט בײנאַכט, 
ער איז אַ באַקאַנטער פּאָעט און די מאַכט ווייסט פון אים זייער גוט, מען 
האָט געקענט צו אים צושיקן אַן איײינלאַדונג, װאָלט ער זיך צוגעשטעלט 
אין ענקאַװועדע --- האָט ער געזאָגט אין זיין קלינגענדיקן רוסיש, 

ווידער איז געקומען אַ שטרענגער ענטפער: עניע ראַזגאָװאַריװואַט" 
(נישט ריידן), 
| ווען בראָדערזאָן איז שוין געווען אָנגעטאָן און געהאַלטן ביים פאַר- 
בינדן דעם קראַװאַט, ווייל ער האָט שטענדיק אָפּגעהיטן זיין עסטעטישן 
אויסזען, האָט איינער פון די ענקאַװעדיסטן אַרױסגענומען אַ פּאַפּיר און 
געפרעגט: ;קאַק װאַשאַ פאַמיליאַ?? (װוי איז אייער פאַמיליע-נאָמען). ווען 
זיי האָבן דערהערט דעם נאָמען בראָדערזאָן, האָבן זיי זיך איבערגעקוקט 
און געהייסן ווייזן דאָקומענטן, 

בראָדערזאָן האָט זיי געגעבן זיין פּױלישן פּאַס, וועלכן זיי האָבן לאנג 
און שווער איבערגעלייענט, און דערנאָך גענומען אַרױסלײענען פון זייער 
פּאַפּיר --- , מאָיסעי?, מיט גאָר אַן אַנדערן פאַמיליע-נאָמען. עס האָט זיך 
אַרױסגעװיזן, אַז זיי האָבן געהאַט אַ טעות. זיי זענען געקומען אַרעסטירן 
אַן אַנדערן מ אַָ י ס ע י, ועלכן מען האָט עפּעס געמסרט, 

מיר זענען דאָסמאָל אָפּנעקומען מיט שרעק און זיך נישט פאָרגע- 
שטעלט דעמאָלט, אַז עס קען געמאָלט זיין מען זאָל משה בראָדערזאָן,. דעם 
אומשולדיקן דיכטער, װאָס האָט קיײינמאָל נישט געהאַט קיין שייכות מיט 
פּאָליטיק און מיט די פּאָליטישע קאַמפן -- אים, װאָס האָט געװעקט דאָס 
געוויסן פון דער מענטשהייט קעגן דער אויפשטייענדיקער היטלער-בעס.- 
טיש, װועט מען אין ראַטנפאַרבאַנד אַרעסטירן, פּײיניקן פינף יאָר אין אַ 
לאַגער און זיינע חברים שרייבער װועלן ווערן רוצחיש דערשאָסן, אָבער ביז 
יענע שרעקלעכע יאָרן האָבן מיר נאָך װי דער שטייגער איז אין ראַטנפאַר- 
באַנד באַקומען צוגעװאָרפן אַ לעקעבל. 

| פאַר מענטשן, װאָס האָבן אין יענער צייט נישט געלעבט אין ראַטג- 

פאַרבאַנד, איז שווער צו פאַרשטיין די פּלוצימדיקע ענדערונגען, װאָס זע- 


28 


שׂיינע-מרים בראָדערזאַן 


נען דאָרט פאָרגעקומען אין דער באַצלוּנג צו די ייִדישע שרייבער און קול- 
טור-טועו', בפרט צו די, װאָס זענען געקומען וי פּליטים פון פּױלן. די דאָ- 
זיקע באַציונג, װאָס האָט זיך געענדערט פון טאָג צו טאָג, האָט וי מיר 
האָבן שפּעטער פאַרשטאַנען, געהאַט זיין לאָגיק, אָפּהענגיק פון דער פּאָי 
ליטיק, װאָס מען האָט געדאַרפט פירן. 

מתחילת, ווען די רויטע אַרמײ האָט פאַרנומען די פּוילישע מזרח- 
געביטן, די אַזױ גערופענע -- מערב-אוקראַיַנע און מערבװייסרוסלאַנד 
--- מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפעלקערונג, דערונטער טויזנטער ייִדישע 
פּליטים פון פּולן --- האָט די ראַטנמאַכט זיך באַמיט צו געווינען זייער 
סימפּאַטיע. מען האָט געדאַרפט דורכפירן דעם באַרימטן פּלעביסציט 
צווישן דער באַפעלקערונג פון די פאַרנומענע געביטן וװעגן געהערן צום 
ראַטנפאַרבאַנד. דעמאָלט איז די באַציונג צו די שרייבער און בכלל פַּלֵ- 
טים געווען א דערטרעגלעכע, 

אין ביאַליסטאָק איז אין אַלע ייִדישׂע שולן, אויך אין העברעישע, 
געלערנט געװאָרן אויף ייִדיש. אויך די ייִדישע גימנאַזיע איז געװאָרן אַ 
מלוכהשע מיטלשול. די ייַדישׂע אַרטיסטפּליטים זענען אָרגאַניזירט גע- 
װאָרן אין מלוכהשע טעאַטער-אַנסאַמבלען. פאַרשטענדלעך, אַז אויך די 
אַרטיסטן פונעם געוועזענעם אַראַראָט* אין פּױלן -- דזשיגאַן און שן- 
מאַכער, מיט זייער אָנפירער משה בראָדערזאָן, האָבן באַקומען די מעג- 
לעכקייט צו שפּילן װי אַ מיניאַטור-טעאַטער. צו זיי האָט מען צוגעטיילט 
נאָך אייניקע אַרטיסטן און דאָס מיניאַטור-טעאַטער האָט געמאַכט אַ 
טריומף-רייזע איבער אַלע ייַדישע ישובים אין ראַטנפאַרבאַנד און אַפילן 
אויך אין אַזעלכע ערטער, װוּ עס האָבן זיך געפונען װײניק ייַדן. איך בין 
צוגעטיילט געװאָרן צום מלוכהשן ייִדישן טעאַטער. 

וי אויף אַ באַפעל האָבן די סאָוויעטישע צייטונגען -- ,פּראַװדאַ, 
,;איזוועסטיאַ* און זייערע פּראָװינצער אױיסגאַבן, גענומען שטאַרק לויבן 
דאָס ייִדישע מיניאַטור-טעאַטער פון פּױלן, װאָס האָט ערשט איצט, ;אין 
ראַטנפאַרבאַנד באַקומען די מעגלעכקייט פריי צו שפּילן". אָבעֶר אַביסל 
שפּעטער האָט מען אין די זעלבע צייטונגען שוין אָנגעהױיבן אויפמערקזאַם 
צו מאַכן, אַז די טאַלאַנטירטע אַרטיסטן מיט זייער באַגאַבטן ליטעראַרישן 


24 


מיין ליידנס-װוצג מיט משה בראָדערזאָן 


אָנפּירער משה בראָדערזאָן, שטעקן נאָך צופיל אין ייַדישן נאַציאָנאַליזם 
פון פּוילן: ,זי דאַרפן זיך צופּאַסן צו דער סאָװיעטישער ווירקלעכקייט"... 
אונדז האָט דעמאָלט אַפּילו נישט געקענט איינפאַלן, אַז דאָס איז דער 
אָנהײב פון סוף, אַז די באַשולדיקונג אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם װעט ברענ- 
גען פּיין און טויט פאַר די סאָוויעטישע ייִדישע שרייבער און פאַר משה 
בראָדערזאָן --- לאַנגע יאָרן תפיסה. 


אַן ענלעכן פּראָצעס, וי דאָס ייַדישע טעאַטער פון אַרטיסטױפּליטים, 
האָט אויך דורכגעמאַכט די ביאַליסטאָקער ייִדישע צייטונג --- ;ביאַליס- 
טאָקער שטערן"י 


בראָדערזאָן האָט אויפגעהערט שרייבן לידער. ;אויב שרייבן --- האָט 
ער געזאָגט --- דאַרף מען ברענגען צום אויסדרוק דעם ייִדישן חורבן און 
נישט בלויז פאַרנעמען זיך מיט לויבן סטאַלינען און די באַפרייערישע 
רויטע אַרמײ. פאַר אַזעלכע שאַפונגען איז אָבער נישט געווען קיין אָרט 
אין ,ביאַליסטאָקער שטערן", װאָס איז אַרױסגעגאַנגען נאָר 3 מאָל אין װאָך. 
טעגלעכע צייטונגען זענען געווען אויף ווייסרוסיש, רוסיש און שפּעטער 
אויך אויף פּויליש,. הגם די ווייט:גרעסטע מערהיט פון ביאַליסטאָקער 
איינװוינער זענען געווען ייִדן. 


תחילת האָט מען צו דער רעדאַקציע-אַרבעט פון ,ביאַליסטאָקער 
שטערן? צוגעלאָזט כמעט אַלע שרייבער"פּליטים פון פּוױלן און אויך די 
ביאליסטאָקער, ווען עס האָבן אָנגעהױבן אָנצוקומען ייִדישע קאָמוניסטישע ‏ 
זשורנאַליסטן און דיכטער, האָט זיך אָנגעהויבן אַ סעלעקציע: מען האָט 
פּשוט אָפּגעזאָגט פון דער אַרבעט אַלע נישט-קאָמוניסטישע שרייבער, וועל- 
כע זענען געבליבן אָן פּרנסה און אָן מעגלעכקייטן צו פאַרעפנטלעכן זייער 
שרייבן. אָבער פאַרן באַזײטיקן די שרייבער פון דער רעדאַקציע-אַרבעט 
איז נאָך אויסגעקומען אויך זיי צו געניסן פון צוגעװאָרפענע לעקעכלעך. 


29 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


7 1 -- 


דער יונגער דיכטער אַקסלראָד װאָס האָט געעפנט דאָס נייע 
קאַפּיטל פון די סטאַליניסטישע רציחות 


קיין ביאַליסטאָק איז אָנגעקומען אַ ייִדישע ;שרייבער-בריגאַדע? -- 
אַזױ האָט מען אָנגערופן די שרייבער'גרופן, װאָס זענען אַרױסגעפאָרן 
אויף דער פּראָװוינץ, כדי צו באַװירקן דעם עולם אין סטאַלינישן גייסט, 
אין דער שרייבעריגרופּע האָבן זיך געפונען די אָנגעזעענסטע ייִדישע 
פּאָעטן און פּראָזאַיקער פון ראַטנפאַרבאַנד מיט פעפערן, מאַרקישן און 
האַלקין בראש. פון מינסק איז געקומען דער רעדאַקטאָר פון דער מינס- 
קער ייִדישער צייטונג אאָקטיאַבר? און דער דאָרטיקער ייַנגער דיכטער 
אַקסלראָד, | יי 

גראָד דעמאָלט איז בראָדערזאָן נישט געווען אין ביאַליסטאָק. עֶר איז 
אַרומגעפאָרן מיטן מיניאַטור-טעאַטער. עס איז בעסער געווען, װאָס ער 
האָט אויסגעמיטן די באַגעגעניש מיט די ייַדישע סאָוויעטישע שרייבער, 
װאָס האָט געטראָגן אַן אָפּיציעלן כאַראַקטער. די סאָוויעטישע ייִדישע 
שרייבער האָבן זיך, װאָס אַן אמת, אינטערעסירט מיטן גורל פון די שריי- 
בער"פּליטים און ער עס האָט נישט געהאַט געזינדיקט מיט בונדיזם, האָט 
באַקומען מאַטעריעלע שטיצע, אָבער גלייכצייטיק האָבן זיי גערעדט מיטן 
אָפיציעלן לשון: ;איר דאַרפט זיך צופּאַסן צו דער סאָויעטישער ווירק- 
לעכקייט און שרייבן אין סאָװיעטישן גייסט", 

דער איינציקער, װאָס האָט געפּרוּווט ריידן אַביסל ווייכער, איז גע- 
ווען דער יונגער אַקסלראָד. ער האָט, צוזאַמען מיט די סאָװויעטישע ייִדי- 
שע שרייבער, געוווינט אין שענסטן האָטעל און פאַרבעטן צו זיך די שריי- 
בער-פּליטים ,כשרע? און |;זינדיקע?. ער האָט פאַר אַלעם געהאַט אַ גוט 
װאָרט. שרייבער"פּליטים האָבן אָבער מורא געהאַט צו גיין צו אים. שר 
האָט עפּעס גערעדט צו גוט, ווער װוייסט מיט װאָס דאָס שמעקט. -- אַזױי 
האָבן די שרייבער-פּליטים געשמועסט צװישן זיך. אַקסלראָדס טראַגישער 
סוף האָט באַװיזן, אַז אַלץ, װאָס ער האָט געזאָגט, האָט ער טאַקע ערלעך 
געמיינט, 


20 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


פאַר דער כאַראַקטעריסטיק פון אַקסלראָדן דאַרף מען צוגעבן נאָך אַן 
אינטערעסאַנטן פּרט: 

אין גרויסן טעאַטער איז פאָרגעקומען א פייערלעכע אויפנאַמע פאַר 
דער ייִדישער ,שרייבער-בריגאַדע*. אויף דער סצענע האָבן זיך גשפונען 
די קאָמוניסטישע פּני פון ביאַליסטאָק און אַרטיסטן. עס האָט זיך אָנגע- 
הויבן די צערעמאָניע פון פאַרבעטן אין פּרעזידיום. געטאָן האָט עס נישט 
דער פאָרזיצער, נאָר דער קאָנפּעראַנסיע פון אָװנט -- אַן אַרטיסט, ער 
האָט איינגעלאַדן די סאַוויעטישע שרייבער זיי זאָלן זיך ווייזן פאָרן עולם, 
אַלע זענען אַרױף אויף דער סצענע. עס האָט געפעלט איין אַקסלראָד. ווען 
דער צערעמאָניאַל איז שוין געווען אין גאַנג, האָט מען פעסטגעשטעלט, 
אַז עס פעלט אַקסלראָד, 

דער קאָנפּעראַנסיע האָט גערופן דעם דיכטער, װאָס איז געזעסן 
צװישן עולם, אַז ער זאָל אַרויפקומען אויף דער סצענע, װאָס דער עולם 
האָט שטאַרק אונטערגעהאַלטן -- אַקסלראָד האָט קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט, 
עס האָט נישט געהאָלפן, װאָס דער קאָנפּעראַנסיע האָט זיך באַנוצט מיט 
אַ פּאַראַפּראַזירט , שלאָג-ווערטל?: ,וואקס פּאָפּולאָ -- וואקס סטאַלינאַ? 
(די שטים פון פאָלק איז די שטים פון סטאַלינען). אַקסלראָד איז אויף דער 
סצענע נישט אַרױף. אפשר האָט זיין דעמאָלטיקע עקשנותדיקע האַנדלונג 
און אויך די שפּעטערדיקע מחלוקה מיטן רױטאַרמײאישן קאָמיסאַר דע" 
צידירט וועגן זיין גורל? 


-- 8 -- 


זעליק אַקסלראַד וויל שאַפן אַ יידישן שרייבער-פאראיין און 
ווערט דערשאָסן דורך ענקאוועדע 


י ;גוטע צייט" פאַר די ייַדישע שרייבער אין ביאַליסטאָק האָט זיך 
זייער גיך געענדיקט. די שרייבער און זשורנאַליסטן, װאָס האָבן זיך נישט 
געפילט גענוג כשר און געהאַט אויף זיך בונדישע און ציוניסטישע חטאים, 
האָבן זיך פּשוט פאַרשריבן אויף אַרבעט אין טיף-רוסלאַנד, אָדער אַװעק 


27 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


קיין ווילנע. אַ באַדײטנדער טייל שרייבער-פּליטים זענען דאָך געבליבן 
אין ביאַליסטאָק, זישע באַגיש איז אַראָפּ פון דער גדולה. דער ,באָס* אי- 
בער די ייִדישע שרייבער איז געװאָרן דער רױיטאַרמײער-קאָמיסאַר הערש- 
מאַן (אַ ייִד). | 

צווישן די ייִדישע שרייבער האָט מען אָנגעהויבן ריידן, אַז עס אָרגאַ- 
ניזירט זיך אַ ייִדישער שרייבער-פאַראיין. פּאָעטן און פּראָזאַיקער, װאָס 
וועלן קענען ;צושטעלן אַרבעט? װעלן באַקומען די זעלבע רעכט, װאָס די 
סאָוויעטישע שרייבער. ווידער האָבן זיך ביי אייניקע אָנגעהויבן צו וועקן 
האָפּענונגען, אַז מען װעט װי עס איז קענען לעבן און שרייבן. באַלד איז 
אָבער אויך די אילוזיע צעשטערט געװאָרן. 


אין אַ שיינעם פרימאָרגן האָט מען גענומען דערציילן, אַז עס איז 
געקומען צו אַ שאַרפן שטרייט צוישן מינסקער ייִדישן דיכטער זעליק 
אַקסלראָד און דעם רױטאַרמײיאישן קאָמיסאַר הערשמאַן. אַקסלראָד איז 
געווען באַפולמעכטיקט פון מינסקער שרייבער-פאַראיין צו אָרגאַניזירן אַן 
אָפּטײלונג אין ביאַליסטאָק אין וועלכער עס זאָלן אויך אַרײנגעצױגן ווערן 
שרייבער-פּליטים. דער מינסקער דיכטער איז טאַקע צוגעטרעטן אָרגאַני- 
זירן אַ באַזונדערן פאַראיין פון ייִדישע ליטעראַטן. עס זענען אַפילו אָפּ- 
געהאַלטן געװאָרן אייניקע פאַרזאַמלונגען. וועגן דעם האָט זיך דערװווסט 
דער קאָמיסאַר הערשמאַן. ער האָט אַרױסגערופן צו זיך אַקסלראָדן. עס 
איז געקומען צו אַ שאַרפן שמועס. דער קאָמיסאַר האָט באַלײידיקט דעם 
מינסקער ייִדישן דיכטער און אים באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, 
אַ באַשולדיקונג װאָס האָט אין אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד געברענגט צו די 
דערשיסונגען פון די סאָוויעטישע ייִדישע שרייבער און יאָרן תפיסה פאַר 
די ,װײיניקער שולדיקע". 

זעליק אַקסלראָד איז אָן אַ זיי-געזונט פאַרשװוונדן פון ביאַליסטאַק, 
מען האָט באַלד אָנגעהויבן ריידן, אַז דער צאַרטער דיכטער געפינט זיך 
שוין אין אַ מינסקער תפיסה. נאָכן אויסברוך פון דער דייטש-סאָװויעט- 
שער מלחמה, ווען מיר האָבן זיך שוין געפינען אויפן װאַנדער, האָבן מיר 
זיך דערװװווסט, אַז דער ייִדישער דיכטער זעליק אַקסלראָד איז דערשאָסן 
געװאָרן דורך דער ענקאַװעדע. | 


28 


מיין ליידנס"וועג מיט משה בראַדערזאָן 


די דאָזיקע שרעקלעכע ידיעה האָט אויף משה בראָדערזאָן און אויף 
מיר געמאַכט אַ דערשיטערנדיקן איינדרוק. מיר האָבן זיך געפּרווט 
טרייסטן דורך נישׂט גלייבן אין אַזאַ רוצחישן טויט. אָבער שפּעטער האָט 
זיך אַרױסגעװיזן, אַז עס איז אַלץ אמת. די דערשיסונג פון ייִדישן דיכ- 
טער זעליק אַקסלראָד, װאָס איז װאַרשײנלעך אויסגעפירט געװאָרן אין 
יאָר 1941, ערב אָדער נאָכן אויסברוך פון דער דייטשער סאָװיעטישער 
מלחמה -- האָט געעפנט דאָס נייע קאַפּיטל פון סטאַליניסטישע רציחות, 
װאָס טראָגט דעם פאָלגנדיקן נאָמעף ‏ א וי ס ר אָ טוג פון 
צִדרדישע שרײ בער און קול טור-טוער אין 
ראַטנפ אַרבאַ נד. 


== 9 --- 


די סעלעקציע צווישן די שרייבער-פּליטים אוֹן דער סוף 
פון דיכטער זישע באַגיש 


נאָכן פאַרשװוּנדן װוערן פון אַקסלראָדן איז אַן אימה באַפאַלן די 
! נישט-קאָמוניסטישע שרייבער"פּליטים. אייניקע זענען אַװעק קיין ווילנע, 
אַנדערע האָבן מורא געהאַט זיך צו רירן פון אָרט, אַז מען זאָל זיי נישט 
חושד זיין אין אַנטליפן פון דער סאָװיעטן-מאַכט. אויך מיר האָבן גע" 
טראַכט צו פאַרלאָזן ביאַליסטאָק. נאָר װוּהין פאָרט מען? משה איז אַרומ- 
געפאָרן מיטן קליינקונסט-טעאַטער. איך בין געבליבן אין ביאַליסטאָק און 
געפיבערט אין אומרו: אפשר האָט מען אים שוין אַרעסטירט? אפשר װעט 
מען קומען בײינאַכט אויך נאָך מיר, מיין מצב איז געווען באזונדערס שווער, 
ווייל איך האָב נישט געהאַט אַפילו פאַר וועמען זיך אָפּצורײדן דאָס האַרץ, 
מען האָט מורא געהאַט צו ריידן אַפילו פאַרן נאָענטסטן פריינט. 
ביאַליסטאָק האָט זיך דערווייל ;נאָרמאַליזירט?. עס זענען פאַרמאַכט 
געװאָרן די קיכן פאַר די פּליטים און װער עס האָט נישׂט געװאָלט הונ- 
גערן, האָט זיך פאַרשריבן אויף אַרבעט אין טיף-רוסלאַנד. אויך די קיך 
פּאַר די שרייבער-פּליטים איז געװאָרן געשלאָסן. צװוישן די שרייבער איז 


29 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


דורכגעפירט געװאָרן אַ סעלעקציע. זיי זענען איינגעטיילט געװאָרן אין 
2 קאַטעגאָריעס: שרייבער-קאָמוניסטן און סימפּאַטיקער אָדער וי עס איז 
באַצײכנט געװאָרן מיט דער סאָוויעטישער טערמינאָלאָגיע --- ;מיטגייער" 
(,,פּאָפּוטשיקי?), װאָס זענען ראוי צו געהערן צו אַ שרײבער-פאַראיין, 
קאַנדידאַטן אויף שרייבער און אַזעלכע, װאָס דאַרפן זיך נעמען צו אַנדערע 
פּרנסות... | 

אין איינעם אַן אָװנט איז אין זאָל פון שטאָט-ראַט פאָרגעקומען אַ 
פאַרזאַמלונג פון שרייבער פון גאָנץ ביאַליסטאָק. די פאַרזאַמלונג האָט 
געפירט דער קאָמיסאַר הערשמאַן. אָנגעטאָן אין רױיטאַרמײאישן אָפיצירן- 
מונדיר, די ברוסט באַהאָנגען מיט אויסצייכענונגען, האָט ער אויף אַלש- 
מען אָנגעװאָרפן אַ שרעק. גערעדט האָט מען אויף רוסיש, פּױליש און 
ווייסירוסיש. דער הויפּט-רעדנער איז פאַרשטענדלעך געווען דער קאָמי- 
סאַר. ער האָט גערעדט מיט אַ שאַרפן טאָן אין דעם נוסח: ;,מיר װעלן 
נישט דערלאָזן קיין נאַציאָנאַליזם, נישט קיין ייִדישן און נישט קיין פּױ- 
לישן. עס דאַרף אין ביאַליסטאָק געשאַפן וערן אַן אָפּטײלונג פון ווייס- 
רוסישן ליטעראַטן-פאַראײן אין מינסק", | 

ווען עס איז געקומען צום וויילן אַ פאַרװאַלטונג פון ליטעראטן-פאַר- 
איין האָבן די שרייבער אַרױסגערוקט אויפן ערשטן אָרֹט זישע באַגיש, 
וועלכער איז פריער געווען דער ממונה איבער די שרייבער, און דערנאָך 
זענען געגאַנגען אַנדערע קאַנדידאַטן נישט-קאָמוניסטן. דער קאָמיסאַר האָט 
טאַקע פאַרשריבן אין דער ריי, װי מען האָט אָנגערופן די נעמען, אָבער 
דערנאָך האָט ער דערקלערט, אַז זישע באַגיש שטעקט נאָך אינגאַנצן אין 
ייַדישן נאַציאָנאַליזם, װאָס עס באַװוייזן זיינע לידער און זיין נאָמען אַראָפּ- 
גערוקט אין סאַמע סוף. דאָס אייגענע איז געשען אויך מיט די נעמען פון 
אַנדערע שרייבער נישט-קאָמוניסטן. דערנאָך האָט מען ;אָפּגעשטימט.. 
פאַרשטענדלעך, אַז אַלע האָבן געשטימט פאַר די שרשטע קאַנדידאַטן, װאָס 
עס האָט אָנגערופן דער קאָמיסאַר הערשמאַן און עס איז געוויילט געװאָרן 
אַ קאָמוניסטישע פאַרוואַלטונג פון דער ביאַליסטאָקער אָפּטײלונג פון ווייס- 
רוסישן שרייבער-פאַראיין אין מינסק, 

די קאָמוניסטישע ייִדישע שרייבער האָבן באַקומען אַרבעט אין , ביאַ- 


50 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


ליסטאָקער שטערן". די נישט-קאָמוניסטישע פּעזדמענטשן, דערונטער אויך 
זישע באַגיש, האָבן באַקומען אַדמיניסטראַציע"פּאָסטנס. אַ טייל זענען 
געװאָרן פאַרװאַלטער פון די נאַציאָנאַליזירטע הייזער. אייניקע האָבן זיך 
אָפּגעזאָגט פון די דאָזיקע אַמטן, ווייל אויף אַ פאַרזאַמלונג פון די הייזער- 
אַדמיניסטראַטאָרן האָבן די נאַטשאַלניקעס געגעבן אָנווייזונגען זיערע 
אונטערגעאָרדנטע, אַז זיי מוזן נאָכקוקן, װאָס יעדער איינציקער לאָקאַטאַר 
טוט ביי זיך אין שטוב, צי עס קומען נישט פאָר קיין געהיימע פאַרזאַמ- 
לונגען, צי מען אַגיטירט נישט קעגן דער סאָװיעטן-מאַכט אאַז"ו. 

דער גרעסטער רוב ייִדישע שרייבער האָבן אויפגעהערט צו זיין שע- 
פעריש. בראָדערזאָן איז אַװעק פון דער ליטעראַטור און זיך אָפּגעגעבן 
אויסשליסלעך מיט זיין קליינקונסט-טעאַטער. ער האָט אויף דעם באַנוצט 
אַ לאָדזשער ווערטל: ,דאָ האָב איך כאָטש קאָפּימנוחה". עֶר האָט זיך נישט 
געדאַרפט צו קיינעם צופּאַסן. ער האָט נישט געדאַרפט שרייבן וועגן ,, סאָ- 
ציאַליסטישן פאַרמעסט? און פאַרשווייגן די גרויזאַמע רציחות קעגן ייַדן, 
װאָס זענען באַגאַנגען געװאָרן דורך די דייטשן אויף יענער זייט גרענעץ. 
וועגן דעם האָט מען נישט געטאָרט שרייבן און אַפילו ריידן, בסוד האָט 
מען זיך דערציילט וועגן דערשיסונגען, מאַס-מאָרדן איבער ייִדן, װאָס 
עס פירן אויס די דייטשע פאַרבינדעטע פון ראַטנפאַרבאַנד, 

דעם גרעסטן צער האָט בראָדערזאָן איבערגעלעבט, ווען ער האָט גע- 
נומען אין האַנט די ;ייִדישע" צייטונג ;ביאַליסטאָקער שטערן". מיט אַ 
געדעמפטער שטים האָט ער געזאָגט: קאָט גייט אַרױס אַ צייטונג אין אַ 
ייִדישער שטאָט, עטלעכע צענדליק קילאָמעטער פון דייטשן מאָרד-גיהנום 
און קיין איין שורה, קיין איין װאָרט װעגן די גרויליקע איבערלעבונגען 
פוֹן די ייִדן אויף יענער זייט גרענעץ, אין יענעם טייל פּולן, װוּ עס גיסט 
זיך שטראָמענװײיז ייִדיש בלוט". באַלד האָט אָבער דער דאָזיקער בלוט" 
שטראָם אַ פלייץ געטאָן אויך אויף ביאַליסטאָק. | | 

עס איז אָנגעקומען דער יוני חודש פון יאָר 1941. עפּעס האָט מען 
זיך געשושקעט. עפּעס האָט מען זיך גערעדט אין אויער אַרײן אַז עס 
גרייט זיך... פונװאַנען האָבן זיך גענומען די ידיעות? --- ווייזט אויס, אַז 
עס איז פאַראַן אַזאַ מין זאַך װי פאָרגעפיל, און מיטאַמאָל האָבן בײינאַכט 


1 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


אָנגעהויבן צו פאַלן באָמבעס אויף ביאַליסטאָק. די מלחמה פון וועלכער 
מיר זענען אַנטלאָפן איז געקומען אין אונדזער שטוב. אינדערפרי איז גש- 
קומען צו אונדז אַ פאַרסאַפּעטער, אַ שרייבער, און דערקלערט, אַז עס גייט 
אַװעק אַן עשאַלאָן מיט שרייבער. מען דאַרף אַלץ איבערלאָזן און שין 
גיין, די דייטשן מאַרשירן אויף ביאַליסטאָק. | 

מיר זענען אַװעק צום װאָקזאַל, װוּ עס זענען געווען פאַרזאַמלט די 
שרייבער. צווישן זיי איז זישע באַגיש נישט געווען. מען האָט געשמועסט, 
אַז ער האָט נישט געװאָלט אַנטלױפן פון ביאַליסטאָק. ער האָט שוין מער 
נישט געװאָלט מיטמאַכן דעם סאָװיעטישן וועג. ער איז געבליבן אין ביאַ- 
ליסטאָק צוזאַמען מיט נאָך שרייבער, מיט דעם אַלטן פּסח קאַפּלאַן, דער 
פּראָזאַיִקער אהרן בערעזינסקי איז אַרעסטירט געװאָרן מיט א טאָג פריער, 
די איבערגעבליבענע שרייבער זענען צוזאַמען מיט די ביאַליסטאָקער ייִדן 
פאַרפּײיניקט געװאָרן דורך די דייטשן, 

מיר האָבן זיך געלאָזט אויפן שװוערן װאַנדערװעג אין טיף-רוסלאַנד, 


אויפן װאַנדערװעג אונטערן האָגל פון דייטשע באָמבעס 


ווידער זענען מיר געװאָרן היײימלאָז. װוידער האָבן מיר פאַרלאָזט אַן 
אױיסגעװואַרעמטע נעסט און נאָר מיט נייטיקע זאַכן אין האַנט זיך געפּאַקט 
אין װאַגאָן --- אין לעצטן רעטונגס-צוג, װאָס האָט פאַרלאָזט ביאַליסטאָק, 

אין װאַגאָן האָבן זיך געפונען די גרעסטע צאָל ייִדישע שרייבער- 
פּליטים פון פּױלן און אויך אייניקע ביאַליסטאָקער. שטילשווייגנד זענען 
זיי געזעסן, קאָמוניסטן און נישט-קאָמוניסטן, אָבער פאַרטיפט אין זייערע 
מחשבות. איין ייִדישער גורל האָט אַלעמען פאַראײניקט. די דייטשן יאָגן 
כסדר. זיי האָבן שוין אַװודאי פאַרנומען ביאַליסטאָק און אויך די דאָרטיקע 
ייִדן דערװואַרט די גרויליקע פּיין און דייטשע אױיסראָטונג. און װאָס דער" 
װואַרט אונדז, דאָרט. אין טיף-רוסלאַנד, װוּ עס דאַרף זיין אונדזער אַנט- 
רינונגס-אָרט? ‏ 


2 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאַן 


וועגן דעם האָט מיט מיר געשמועסט משה בראָדערזאָן. פאַר זיינע 
אויגן איז שטענדיק געשטאַנען דער ייִדישער גורל, װאָס ער האָט ענג צן- 
נויפגעבונדן מיט זיין אייגענעם גורל. מיט צער האָט ער גערעדט װעגן 
זיינע שאַפונגען, װאָס איידער זיי באַװײזן צו קומען צו דער עפנטלעכקייט 
ווערן זיי פאַרכאַפּט פון גלות-װאַנדערונגען. אין 1914, ווען עס האָט אויס- 
געבראָכן די ערשׂטע וועלט-מלחמה זענען זיינע יונגע שאַפונגען געבליבן 
אין פּוױלן און ער איז פאַרשלעפּט געװאָרן קיין רוסלאַנד. די שפּעטערדיקע 
לידער און פּאָעמעס זיינע זענען געבליבן אין מאָסקװע, װוּ ער האָט נאָך 
דער רעװאָלוציע זיך אַרױסבאַקומען אין ניי-אויפגייענדיקן און פיל-צו" 
זאָגנדיקן פּױלן, איצט איז ווידער אַלץ געבליבן אין ביאַליסטאָק און מ'דאַרף 
ווידער לויפן קיין רוסלאַנד,. אין יענעם מאָמענט האָבן מיר, פאַרשטענד- 
לעך, נישט געקענט פאָרויסזען, אַז די שפּעטערדיקע ווערק װשלן פאַר- 
כאַפּט ווערן פון ענקאַװועדע, בעת זייער מחבר וועט גיין אין דער פינצ- 
טערער תפיסה, 

דערווייל לויפט דער צוג און יאָגט זיך מיט די דייטשע עראָפּלאַנען, 
וועלכע פאַרװואַרפן דעם וועג מיט באָמבעס. מיר מוזן אָפּטמאָל שפּרינגען 
פון װאַגאָן און זיך באַהאַלטן אין די פעלדער, צודריקן זיך פעסט צו דער 
ערד כדי נישט באַמערקט צו וערן פון די דייטשע פליער. אַזױ שלעפּן 
מיר זיך מיט דער באַן אייניקע מעת-לעת. אויף זייטיקע סטאַציעס שטעלן 
מיר זיך אָפּ, כדי צו כאַפּן ;קיפּיאַטאָק* און אַביסל װאַרעמע זופּ, אונדזער 
ציל איז עפּעס אַ באַןדסטאַציע אין נאָװאָ:אוזיענסק, סאַראַטאָװער געגנט, 

לסוף זענען מיר אָנגעקומען אויפן אָרט. מיר האָבן נישט באַװיזן זיך 
אײינצואָרדענען און באַלד איז אָנגעקומען אַ באַפעל צו פֿאָרן ווייטער. דער 
שונא יאָגט און זייט פאַרװויסטונג איבער שטעט און דערפער. ווידער זע- 
נען מיר אין אַן עשאַלאָן. דאָסמאָל פאָרן מיר שוין נישט מיט קיין שריי- 
בער. זיי זענען צעשיקט געװאָרן אין פאַרשײידענע ערטער. מיר פאָרן מיט 
באַאַמטע, קאָמוניסטישע טוער, ענקאַװעדע-לייט. אַלע פאַרהאַלטן זיך 
העפלעך. אָבער קיין ייִדיש ריידן מיר שוין נישט. צוישן אַלע אַנדערע 
בענקשאַפטן פּלאַטערט אויך אַ בענקשאַפט צום היימישן ייִדישן װאָרט. 


25 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


אין ווייטן דרום-אַזיע ביי די ברעגן פון ,משוגענעם טייך"" 


נאָך זעקס מעת-לעת פאָרן מיט דער באַן און שפּעטער מיט אַ באַר- 
זשע זענען מיר אָנגעקומען אין ווייטן סאָוויעטישן דרום-אַזיע, ביי די 
ברעגן פון װוילדן טייך אַמו-דאַריאַ. די ווערטער אַ מ ו ד אַ ר י א באַ- 
דייטן טאַקע אויפן אַָרטיקן לשׂון --- מ ש וג ע נ ער טי ד. אױף זי" 
נע ברעגן געפינט זיך די ;אױטאָנאָמע* סאָוויעטישע רעפּובליק קאָראַ- 
קאַלפאַקיסטאַן, װאָס איז באַװוֹינט פון אַ געמיש פון פאַרשיידענע אַזיאַ- 
טיש-מאַנגאָלישע פעלקער, װי: קאַראַקאַלפאַקן, טאַטאַרן, אוזבעקן, קאַזאַכן, 
קאָרעאַנער און אַנד!. די דאָרטיקע איינװווינער טראָגן אויף די קעפּ, סיי 
זומער, סיי ווינטער, ברייטע ,פלאַכע, שװאַרצע פוטערנע שטריימלען. דער 
נאָמען ק אַ ר אַ ק אַ לפ אַ ק באַדײט טאַקע -- ;שװאַרצער הוט". 

מיר האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט טורטקול װאָס איז אַמאָל גע- 
ווען די הױפּטשטאָט פון דער געגנט. די ליימענע קיביטקעס, שטיינערנע 
הייזער און שמאָלע געסלעך האָבן װײיניק-װאָס דערמאָנט אין אַ הויפּט- 
שטאָט, | 

נאָכדעם וי מיר האָבן באַקומען צוגעטיילט א װווינונג פון צוויי קליי- 
נע צימערלעך, װאָס האָט זיך געפונען אין אַ שׂמאָל געסעלע, האָבן מיר 
זיך ערשט גענומען אַרומקוקן װוּ מיר געפינען זיך. משה איז אַרױס אין 
גאָס אין זיין אײראָפּעישן קאַפּעלוש מיט דער ברייטער ראַנד. ער איז 
אַהײמגעקומען אַן אויפגעלייגטער, פול מיט הומאָר. ער האָט דערציילט, 
וי קינדער זענען אים נאָכגעלאָפן, עס איז זיי שטאַרק געפעלן דער קאַפּע- 
לוש, וועלכן זיי האָבן געזען צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן. משה איז 
טאַקע געווען דער איינציקער אין שטאָט, װאָס האָט געטראָגן אַזאַ קאַ- 
פּעלוש. מיט זיין געוויינלעכן הומאָר האָט ער באַצײיכנט דאָס אָרט, װוּ 
מיר האָבן זיך געפונען אַלס ,, אויף יענער זייט סמבטיון". דער שטורעמ 
דיקער טייך איז פאַראַן. מיט סכנות נפשות זענען מיר אַהערגעקומען און 
מען דאַרף טאַקע אַ זוך טאָן די ,רויטע ייִַדעלעך", ?;אפשר װעלן זיי טאַקע 
ברענגען משיחן"... --- אַזױ האָט בראָדערזאָן געחוזקט. 


44 


מיין ליידנס-ועג מיט משה בראָדערזאָן 


די ,,רויטע ייִדעלעך" האָבן זיך נישט אָפּגעפונען, דערפאַר האָבן דאָ 
אין דער אַזיאַטישער שטאָט נישט געפעלט קיין היימישע ייִדן פּליטים 
פון פּױילן, זיי האָבן זיך דערװוּסט, אַז אין שטאָט געפינט זיך דער דיכטער 
משה בראָדערזאָן און גענומען אונדז אָפּט באַזוכן. עס האָט זיך געשאַפן אַ 
קליינע ייִדישע סביבה, אָפּגעריסן פון דער גאַנצער וועלט, אָפּגעשניטן פון 
די ייַדישע צענטערן מיט זייערע ליידן און פּיין. משה האָט זיך האַרציק 
געפרייט מיט יעדן ייַד, װאָס איז אַרײנגעקומען אין אונדזער שטוב. אים 
איז שווער געווען צו בלייבן מיט זיך אַלײן,. ער האָט כסדר דערמאָנט, אַז 
פאַר זיינע אויגן שװועבט דער חורבן פון ייַדישן פאָלק, זײַן אױיסראָטונג 
און צעברעקלונג, ו: 

ער האָט באַקומען אַרבעט אויף דער פּאָסט אַלס בוכהאַלטער. אָבער 
אים איז געווען אוממעגלעך צו קאָנצענטרירן דעם געדאַנק אויף די צי- 
פערן. ער האָט דעמאָלט געקאָנט שלעכט ענדיקן און דערדינען זיך צו יאַרן 
תפיסה נאָך איידער סטאַלין האָט זיך פאַרמאָסטן אױיסצוראָטן די ייַדישע 
שרייבער. לויט דער סאָוויעטישער גערעכטיקייט ווערן בוכהאַלטערן באַ- 
שטראָפט מיט אַ סך יאָרן לאַגער אָדער תפיסה פאַר יעדער אומפּינקט- 
לעכקייט אין דער בוכפירונג, װאָס ווערט געזען װי אַ מיטל צו באַשװינד- 
לען די מלוכה. װוער ווייסט וי בראָדערזאָן װאָלט אָפּגעשניטן פאַר זיינע 
פעלערן, ווען נישט דער ,גוטער מלאך" אין געשטאַלט פון דער פרוי, די 
דירעקטאָרשע פון דער פּאָסט, 


-- 12 == 
שרעק פאַר גוטסקייט 


די דאָזיקע רוסישע פרוי האָט מיט אַ באַזונדערן דרך-ארץ זיך באַ- 
צויגן צו בראָדערזאָנען, ווען זי האָט זיך דערװוּסט, אַז ער איז אַ פּאַעט 
און שרייבט לידער. זי האָט וועגן זיינע פעלערן אין דער בוכהאַלטעריע 
קיינעם נישט געמאָלדן. נישט געמסרט, װי עס איז דאָרט געווען דער 
שטייגער פון יעדן, װאָס האָט געװאָלט באַקומען אַן אָנזען אין די אויגן 


5ט 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


פון נאָטשאַלסטװאָ. די דירעקטאָרשע האָט פּשׂוט געזאָגט צו משׂהן: ,לאָזט 
שוין מיך מאַכן די חשבונות און איר שׂרייבט לידער". 

בראָדערזאָן איז פון דער דאָזיקער גוטסקייט נישט געווען אַזױ שטאַרק 
צופרידן. בכלל האָט מען אין ראַטנפאַרבאַנד אין יענער צייט מורא געהאַט 
פאַר צופיל גוטסקייט, וװוער ווייסט, װאָס עס באַהאַלט זיך אונטער דעם. 
בפרט, ווען עס איז צו אונדז דערגאַנגען די ידיעה וועגן אַרעסט פון דזשי- 
גאַן און שומאַכער, זענען מיר שוין רוּיִק נישט געשלאָפן. דעמאָלט האָבן 
מיר שוין געטראַכט, אַז עס דערנענטערט זיך די ריי אויף אונדז. משה 
האָט דאָך אָנגעפירט מיט דעם מיניאַטור-טעאַטער, אין וועלכן דזשיגאַן 
און שומאַכער האָבן פאַרנומען דעם אױבנאָן. פאַרֹן אויסברוך פון דער 
מלחמה האָט מען שוין דעם ייִדישן מיניאַטור-טעאַטער פאָרגעװאָרפן 
ייַדישן נאַציאָנאַליזם, איז --- ווער ווייסט... אויך אין קליינעם טורטקול 
איז געווען אַן ענקאַװעדע, װאָס איז מסתמא נישׂט געזעסן מיט קיין פאַר- 
לייגטע הענט. | 

אין טורטקול איז מיט אונדז קיין שלעכטס נישט געשען. משה האָט 
זיך באַמיט צו פאַרטרייבן זיינע שׂטימונגען. פאַריאָגן פון זיך די נישט 
אויסגעזונגענע לידער פון פּיין און שרייבן די טרוקענע האַרטע בוכהאַל-. 
טעריע-ציפערן. זיין געהאַלט האָט ער באַקומען נאָרמאַל. איך בין געווען 
באַשעפטיקט אַלס פּיאַניסטין אין 4 קינדער-גערטנער און אַזױ זענען גע- 
גאַנגען גרויע טעג, װאָכן און חדשים, 

בראָדערזאָן האָט געפּרוּװוט זיך פאַרבינדן מיט די ייִדישע סאָוויע- 
טישע שרייבער און פּאָעטן, אָבער ער האָט באַקומען קאַלטע, גאָרנישט 
זאָגנדיקע תשובות. זיינע לידער, וועלכע האָבן געברענגט צום אויסדרוק 
זיינע פּיינלעכע שטימונגען זענען נישט געדרוקט געװאָרן. אַזױ זענען מיר 
ביזן 44סטן יאָר געווען אָפּגעריסן פון דער ברייטער וועלט, מיט קיינעם 
נישט געהאַט קיין פאַרבינדונגען און נישט געװוּסט װאָס עס קומט פאָר 
מיט די ייִדן אין דער בלוטיקער דייטשער ממשלה, 

מיטאַמאָל איז אין אונדזער לעבן אַרײנגעטראָטן אַ גרויסע ענדע- 
רונג. אויף אַ מאָמענט האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז מיר הייבן אָן אַ ניי לעבן, 
אָבער גאָר גיך האָט זיך פאַר אונדז געעפנט דער תהום פון פרישע ליידן 


26 


מיין ליידנסיווצג מיט משה בראַדערזאָן 


און פּיין, אַ תהום, ואָס האָט פאַרשלונגען אַזױ פיל לעבנס פון ייִדישע 
שרייבער און קולטור-טוער אין ראַטנפאַרבאַנד, 


-- 12 -- 
אונדזער לעבן אין אוקראַיַנישן קאַלכאָז 


איידער מען האָט אונדז אַרױיסגערופן קיין מאָסקװע, האָבן מיר נאָך 
געהאַט אַן ?אָפּרודסטאַציע* אין אַן אוקראַיַנישן קאָלכאָז אויף זאַפּאָראָזשע, 

עס איז שוין געווען אין יאָר 1944. עס איז געווען טעטיק דער , פאַר- 
איין פון פּוילישע פּאַטריאָטן? (,זװיאָנזעק פּאַטריאָטוּוו פּאָלסקיך*), װאָס 
איז געשאַפן געװאָרן נאָכדעם װוי עס איז קלאָר געװאָרן, אַז די אויפגע- 
שטעלטע פּוילישע אַרמײי מיט גענעראַל אַנדערס בראש, איז אַװעק פון 
ראַטנפאַרבאַנד. די אָרגאַניזאַציע פון פּוילישע פּאַטריאָטן האָט אָרגאַנ- 
זירט אַ נייע אַרמײ פון פּאַליאַקן, די אַזױ גערופענע ,קאַָשטשוסקאָ-אַר- 
מיי*, וועלכע איז געשטאַנען אונטער דער אָנפירונג פון קאָמוניסטן און 
סאָוויעטישע גענעראַלן און אָפיצירן. מ'האָט זיך דעמאָלט באַמיט אויס- 
צובעסערן דעם מצב פון די פּליטים פון פּױלן, וועלכע זענען אַריבערגע- 
פירט געװאָרן פון די פאַרװאָרפענע אַזיאַטישע געגנטן אין צענטראַלירוס- 
לאַנד און אויף אוקראַיַנע. 

מיר האָבן אויך גענאָסן פון דעם זכות, מיר האָבן פאַרלאָזט אונדזער 
ליימענע קיביטקע אין טורטקול און נאָך עטלעכע טעג פאָרן, אָנגעקומען 
קיין זאַפּאָראָזשע אין קאָלכאָז. דאָרט האָט מען אונדז אויפגענומען װי 
פּליטים. קיינער האָט זיך נישט אינטעריסירט מיט בראָדערזאָנען אַלס 
דיכטער. איך האָב װוידער באַקומען באַשעפטיקונג אַלס דערציערין אין. 
קינדער-גערטנער. משה האָט נישט געװאָלט אָננעמען קיין שום אַרבעט. ער 
איז געווען דערשלאָגן און צעבראָכן. מיר האָבן שוין געװוּסט וועגן דער 
כרוטאַלער אױיסראָטונג פון פּוילישן ייִדנטום און פון די ייִדן אין אוקראַי- 
נע און אין װײיסרוסלאַנד, װאָס עס האָבן דורכגעפירט די דייטשן מיט 
דער הילף פון פּאָליאַקן און אוקראַיַנער, 


97 


שיינעימרים בראָדערזאָן - 


שוין דעמאָלט איז ביי בראָדערזאָנען געבוירן געװאָרן דער געדאַנק 
--- נישט צוריקצוקערן זיך קיין פּױלן, װוּ עס איז מער נישטאָ קיין ייִדיש 
לעבן. דער געדאַנק האָט אים שרעקלעך געפּײניקט, ווייל ער האָט זיך אי- 
בערהויפּט נישט געקענט פאָרשטעלן, וי אַזױ עס װעט זיין אונדזער לעבן 
נאָך אַזאַ חורבן. 


די גאַנצע דריי חדשים, װאָס מיר זענען געווען אין קאָלכאָז, איז בראָ- 
דערזאָן נישט אַרױס פון שטוב. ער האָט זיך נישט געװאָלט צװאַמענ- 
טרעפן מיט די אוקראַיַנער פּויערים. ער האָט געזאָגט, אַז פאַר זיינע אויגן 
שוועבן די צענדליקער טויזנטער פאַרפּײיניקטע ייַדן, אומגעבראַכטע דורך 
אוקראַיַנער פון כמיעלניצקיס צייטן ביז די לעצטע פּאָגראָמען. מיר האָבן 
נאָך דעמאָלט װײיניק געװוּסט וועגן דער בלוטיקער ראָל, װאָס די אוקראַל- 
נער האָבן געשפּילט בעת דער דייטשער ייִדן-אױיסראָטונג, 


איך בין געווען זייער שטאַרק באַאומרויִקט צוליב משהס דערשלאָגג- 
קייט. איך האָב נישט געקענט ביי אים פּועלן, אַז ער זאָל אַרױס פון שטום 
און זיך דורכשפּאַצירן איבערן דאָרף, װאָס איז אַגב געלעגן אין אַ שיינער 
געגנט. ער איז כסדר געלעגן אויפן בעט און גערויכערט די מאַכאָרקע- 
פּאַפּיראָסן. | 


ענדלעך איז װוידער געקומען אַן ענדערונג אין אונדזער לעב עס איז 
אָנגעקומען אַן אַרױספאָדערונג פון ,פאַראײן פון די פּוילישע פּאַטריאָטן", 
אַז בראָדערזאָן זאָל אַרױספאָרן קיין מאָסקװע. אין דער אַרױספאָדערונג 
האָט זיך אָבער גערעדט נאָר װועגן אים. אין מיר האָבן זיי ווייזט אויס גע- 
האַט פאַרגעסן. 


בלית-ברירה האָבן מיר זיך געזעגנט. בראָדערזאָן איז אַװעק קיין 
מאָסקװע. מיר איז געװאָרן אומעטיק שוער, אָבער איך האָב געלעבט 
מיט דער האָפּענונג, אַז איך װעל לאַנג נישט בלייבן אין מיין איינזאַמ- 
קייט, און אַזױ איז טאַקע געשען. 


98 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


אין מאַסקװע צוישן פּוילישע פּאַטריאָטן און ייִדישע 
שרייבער און אַרטיסטן 


ענדלעך איז אָנגעקומען דער טאָג, ווען איך האָב. זיך װוידער געטראָפן 
מיט משהן אין מאָסקװע. עס איז אָנהייב יאָר 1945, די רויטע אַרמײ מאַך- 
שירט איבער פּױלן, לאָדזש און װאַרשע זענען שוין באַפרײט. אָבער אין 
;ייִדישן קאָמיטעט*? און ,פאַרבאַנד פון די פּױלישע פּאַטריאָטן? אין מאָס- 
קווע קומען אָן די שרעקלעכסטע ידיעות: דאָס פּוילישע ייִדנטום איז אויס- 
געמאַרדעט, גאַנץ פּױלן איז איין גרויסער ייִדישער בית-עולם, 

בראָדערזאָנס שטימונג האָט זיך אין מאָסקװע נישט געבעסערט. ער 
האָט געגלייבט צו געפינען דאָ אַ סביבה פון ייַדישע שרייבער, אַ װאַרעמע 
באַציוּנג צװישן פּעןדמענטשן, ייִדישע קינסטלער, אַן אויפריכטיק װאָרט, 
אָבער דאָס אַלץ איז נישט געווען. די שרייבער זענען זיך זעלטן ווען צו" 
זאַמענגעקומען און אַז מ'האָט זיך אַמאָל געטראָפן אין רעדאַקציע ,אי" 
ניקייט? איז די שפּראַך געווען אַן אָפּיציעלע. עס איז געווען צו באַמערקן, 
אַז יעדער פון די ייִדישע שרייבער טראָגט אַ שלאָס אויפן מויל, אָדער װי 
מען זאָגט אין ישראל --- ;יד על פּה".. | 

מ'איז אָפּטמאָל געווען פאַרבעטן צו דוד בערגעלסאָן. ער איז געווען 
זייער גאַסטפרײינטלעך. װי נאָר עס זענען זיך צזאַמענגעקומען געסט, 
האָט בערגעלסאָן אָנגעטאָן אַ ווייס פאַרטוך און גענומען זיך פּאָרעז אין 
דער קיך. ער האָט אויפגעשטעלט כיבוד, בעת זיין פרוי האָט אונטערגע- 
האַלטן די געסט. מ'האָט אָבער אויסגעמיטן צו ריידן וועגן דער ייִדישער 
טראַגעדיע, װעגן דער אױסראָטונג פון ייִדישׂן פאָלק. נאָכן כיבוד, האָט 
בערגעלסאָן פאַרוויילט זיינע געסט מיט זיין שפּילן אויפן פידל. ער האָט 
מיט געפיל אױיסגעשפּילט סענטימענטאַלע פאָלקס-לידלעך. 

מאַטעריעל איז אונדז געווען נישט שלעכט. מיר האָבן געװוינט אין 
אַ האָטעל, אין וועלכן עס זענען איינגעאַרדנט געװאָרן די ייַדישע שרי- 
בער, פּליטים פון פּױלן. אין שכנות מיט אונדז האָט געװוֹינט דער דיכֿ- 
טער אֶליצקי. בכלל איז צווישן די ייַדישע שרייבער פון פּױלן געווען אַן 


99 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


ענגערע װאַרעמע באַציונג. עס האָבן געבונדן געמיינזאַמע זכרונות. די 
בענקשאַפט צום אַמאָליקן ייִדישן לעבן און דער געמיינזאַמער צער איבער 
דער פאַרניכטונג פון פּולישן ייִדנטום. בראָדערזאָן האָט באַקומען אַרבעט 
אין דער ייִדישער דראַמאַטישער שול. אויך איך בין געווען דאָרט באַשעפ- 
טיקט אַלס פּיאַניסטין. מיר האָבן געגרייט פאָרשטעלונגען און נישט שלעכט 
פאַרדינט. אויך די באַציוּנגען מיט די אַרטיסטן פון ייִדישן מלוכה-טעאַ- 
טער זענען געווען זייער גוטע. אונדזער בעסטער פריינט איז געווען דער 
באַרימטער אַרטיסט בנימין זוסקין. ער איז געווען אַ פריילעכער צעשפַּיל- 
טער באַהעמע-מענטש, עס האָט געשפּרודלט פון אים מיט הומאָר, 

עס האָט זיך אָנגעהױבן די רעפּאַטריאַציע קיין פּױלן די ייִדישע 
שרייבער און זשורנאַליסטן האָבן געפיבערט מיט דער האָפענונג פון צן- 
ריקקומען קיין װאַרשע און לאָדזש. אייניקע האָבן געמאַכט פּלענער וועגן 
צוריק אויפשטעלן אַ ייִדיש גייסטיק לעבן, אַפילו מיט דער קליינער צאָל 
ייִדן אָפּגעראַטעװעטע פון דער דייטשער אױסראָטונג. בראָדערזאָן האָט 
קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז ער פאָרט נישט. עס האָט נישט געהאָלפן קיין 
אַפּעלירן צו זיין צוגעבונדנקייט צו לאָדזש, מיין בעטן. מיט אַ געבראָכע- 
נער שטים האָט ער געזאָגט: ;איך קען נישט באַזעצן זיך אויף קיין בית- 
עולם", 

די שרייבער גרופּע פון פּוילן האָט פאַרלאָזט מאָסקװע. עס האָט זיך 
ליקווידירט דער פאַראיין פון פּולישע פּאַטריאָטן און זיין ייַדישער קאָ- 
מיטעט. מיר זענען געבליבן פאַראיינזאַמט. בראָדערזאָנען האָט מען נישט 
צוגעלאָזט צו קיין שום גרעסערער ליטעראַרישער אַרבעט. אָבער מ'האָט 
אַלץ געהאָפּט, עס װעט זיך נאָרמאַליזירן, עס װעט זיך איינשטעלן, זאָלן 
זיך נאָר אַביסל פאַרהיילן די מלחמה-װווּנדן. געפינען זיך נאָך דאָך אַ צוויי 
מיליאָן ייִדן אין ראַטנפאַרבאַנד, װעט דאָך די איינציקע ייִדישע צייטונג 
-- /, אייניקייט?" מוזן אויסגעברייטערט וערן... אַזױ האָט מען זיך גע- 
פּרוּווט טרייסטן אוץ באַרוּיִקן.. 


40 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


--- 15 --- 


די דערמאָרדונג פון מיכאָעלס און די פּאַנישע שרעק 
צווישן די ייַדישע שרייבער 


אין איינעם אַן אָװנט אין מאַי 1948סטן יאָר, ווען מיר האָבן זיך 
געפונען אין דער טעאַטער-סטודיע, קלינגט וי געוויינלעך דער טעלעפאָן. 
איינער פון די סטודענטן נעמט דאָס טרייבל, הערט זיך איין, ווערט בלאַס 
און לייגט צוריק אַװעק דאָס טרייבל. מיט אַ געדעמפטער שטימע זאָגט 
אונדז דער סטודענט: עפּעס א גרוביאַן האָט זיך דערלויבט אויף אַ גראָבן 
וויץ און שטאַמלענדיק האָט ער צוגעגעבף מען האָט געזאָגט -- מ -- 
כ אָעלס איז טויט, מ'ה אָ ט ד ער הר גע ט דע ם 
ער ש ט| ייד פון יַדישׂן ט ע אַט ע ר אי צט איז 
געקומען די רײ אויף אַ לע יידן 

מיר זענען אַלע געבליבן װי פאַרשטײנערט. קיינער האָט נישט גע" 
פּרוּווט קאָמענטירן די ידיעה פון אומבאַקאַנטן אַנטיסעמיטישן כוליגאַן, 
װאָס ער האָט אַרײנגעשריגן אין טעלעפאָןטרײבל. די ייִדישע טעאַטער- 
סטודיע, װוּ מיר זענען געווען טעטיק, איז געשטאַנען אונטער דער אָנפי" 
רונג פון מיכאָעלסן, וועלכער איז געווען דער ליבלינג פון סטאַלינען. מיר 
האָבן געװוּסט, אַז סאַלאָמאָן מיכאָעלס, דער מיטגליד פון קאָמיטעט פאַר 
דער סטאַלין"-פּרעמיע, איז אַרױסגעפאָרן קיין מינסק, כדי דאָרט צו באַ" 
טײיליקן זיך אין אַ פייערונג פון פאַרטײילן די פּרעמיע. --- װאָס איז דאָ 
פאָרגעקומען? ער האָט אים דערהרגעט? 

די דאָזיקע פראַגע האָט אונדז געפּײיניקט און נישט געלאָזט צורו אויך 
נאָכדעם, װוי עס זענען שוין אָפּיציעל מיטגעטיילט געװאָרן די אומשטענדן 
ביי וועלכע עס איז אומגעקומען דער טאַלאַנטפולסטער ייִדישער אַרטיסט 
פון ראַטנפאַרבאַנד. די אָפּיציעלע ווערסיע וועגן מיכאָעלס טוט איז גע" 
ווען: ;סאַלאָמאָן מיכאָעלס איז געפאָרן אויף אַ זיצונג אין דער מינסקער 
שטאָט-פאַרװאַלטונג, װוּ עס האָט געדאַרפט צוגעגרייט װערן די פייערונג 
פון פאַרטײלן די סטאַליךפּרעמיע. פאַרטאָג איז ער געפונען געװאָרן דער" 
מאָרדעט, די אױספאָרשונג ווערט געפירט". 


41 


שיינע"מרים בראָדערזאָן 


הגם מיר האָבן זיך באַמיט נישט צו ריידן און קאָמענטירן די רציחה 
איבער מיכאָעלסן, האָט דאָך יעדער פון אונדז געטראַכט, אַז דאָ איז פאָר- 
יגעקומען אַ פּלאַנירטער מאָרד איבערן ייִדישן אַרטיסט. נאָך מער איז פאַר. 
אונדז קלאָר געװאָרן דאָס פאַרברעכן, ווען ייִדישע אַרטיסטן, געקומענע 
פון מינסק, האָבן בסוד-סודות אונדז דערציילט, וי אַזױ עס איז פאָרגע- 
קומען דער מאָרד; 

פון דער מינסקער שׂטאָט-פאַרװאַלטונג איז אָנגעקומען אַ שליח מיט 
אַן אײנלאַדונג צו מיכאָעלסן אויף אַ זיצונג, װאָס װעט פאָרקומען ביי- 
נאַכט. מיכאָעלס האָט געבעטן דעם דיכטער פעפער, װאָס האָט זיך דאָרט 
געפונען, אַז ער זאָל מיטפאָרן אויף דער זיצונג פון דער שטאָט-פאַרװאַל- 
טונג. פעפער האָט זיך אָפּגעזאָגט מיטצופאָרן. מיכאָעלסן האָט באַגלײט 
אַ יונגער ייִדיש-רוסישער שרייבער. אויף צומאָרגנס האָט מען זי ביידע 
געפונען דערמאָרדעט. די דערמאָרדעטע זענען נישט באַרױבט געװאָרן 
דער גראָבער שטעקן, מיט וועלכן מיכאָעלס איז שטענדיק געגאַנגען, איז 
געווען צעבראָכן --- אַ סימן ער האָט געשטעלט אַ װידערשטאַנד, 


מיכאָעלס קערפּער איז איבערגעפירט געװאָרן קיין מאָסקװע אין זיין 
טעאַטער. און צוויי קרענץ זענען געווען --- פון ייַדישן טעאַטער און פון 
זיין משפּחה. ערשט אַ פערטל שעה פאַר דער לוויה זענען געקומען דעלע- 
גאַציעס פון די רוסישע טעאַטערס מיט קרענץ. די לוויה איז דורכגעפירט 
געװאָרן מיטן גאַנצן פּאַראַד. שווייגנדיק זענען מיר אַהײמגעקומען פון 
דער לוויה, 

אַן אומבאַשטימטער פּחד האָט געדריקט די נשמה. דער פּחד איז גע- 
װואַקסן און געשטייגערט, ווען מיר האָבן באַמערקט, אַז עס ווערט נישט 
געפירט קיין שום אױיספאָרשונג איבער דעם דאָזיקן בעסטיאַלישן מאָרד, 
מען האָט קיינעם פון די מענטשן, װאָס זענען געווען מיט מיכאָעלסן אין 
מינסק נישט גערופן אויף קיין פאַרהער. מיר האָבן מורא געהאַט צו מעלדן 
דער מאַכט וועגן דער כוליגאַניש-אַנטיסעמיטישער מיטטײילונג אין טעלע- 
פאָן. אַ שװאַרצער שלייער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט איבער אונדז. מיר האָבן 
געפילט, אַז עפּעס שרעקלעכעס דערװאַרט אונדז. דאָס פאָרגעפיל האָט 
אונדז ליידער נישט גענאַרט,,. דאָס יאָר 1948 װאָס האָט זיך אָנגעהויבן 


42 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בֿראָדערזאַן 


מיטן מאָרד איבערן ייִדישן אַרטיסט, האָט זיך פאַרענדיקט מיט די אַרעסטן 
פון די ייִדישע שרייבער. 


--- 16 -- 
אין איינזאַמקײט און אין צער 


כדי אויפצושטעלן אַ גענוי בילד פון אונדזערע איבערלעבונגען אין 
דעם פּעריאָד פון פאַרענדיקן די מלחמה ביז דער דערמאָרדונג פון מי 
כאָעלסן, מוז איך אין מיינע זכרונות זיך אומקערן צום יאָר 1946, װעז 
מיר זענען געבליבן אַלײן מיט אונדזער גורל. 

נאָכן דורכפירן די רעפּאַטריאַציע פון פּוילישע בירגער האָט זיך אוים- 
געלייזט דער ,פאַרבאַנד פון פּוילישע פּאַטריאָטן? אין מאָסקװע און צו- 
זאַמען מיט אים דער ייִדישער קאָמיטעט. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציעס, פּראָ- 
דוקטן פון דער סאָוויעטישער מלחמה-פּאָליטיק, װאָס זענען געבוירן גע- 
װאָרן אָן רעש, אָן ספּעציעלע פייערלעכקייטן, זענען אויך אַזױ שטיל איין- 
געגאַנגען. מ'האָט פאַרמאַכט די ביוראָען,. צוגענומען די אַרכיוון און שאַ, 
שטיל, װוי עס װאָלט גאָרנישט עקזיסטירט, 

אויף דעם זעלביקן אופן איז אויך פאָרגעקומען דאָס אַװעקפאָרן פון די 
ייַדישע שרייבער פון פּוילן. מיט אײיניקע טעג צוריק האָבן זיי אונדז מיט" 
געטיילט, אַז זיי גרייטן זיך אין וועג. זיי האָבן אויך געפּרוּװוט ווירקן אויף 
בראָדערזאָנען, אַז ער זאָל ענדערן זיין באַשלוס און דאָך אָפּגעבן אַ בקשה 
וועגן רעפּאַטריאַציע. אָבער משה איז געבליבן ביי דאָס זייניקע: ער 
פאָרט נישט אויף קיין בית-עולם"... אין איין פּרימאָרגן זענען אַלע אונ- 
דזערע פריינט און באַקאַנטע פאַרשװונדן אָן אַ זיי-געזונט. מיר זענען גע- 
בּליבן אַלײן מיט אונדזער גורל. 

באַלד זענען מיר אויך דערוייטערט געװאָרן פון סאַמע מאָסקוע. 
עס האָט אונדז חס ושלום קיינער נישט אַרױסגעטריבן. מיר זענען אָבער 
נישט בכוח געווען. פון אונדזערע פאַרדינסטן צו צאָלן פאַרן האָטעל. פריער 
איז די דאָזיקע אױיסגאַבע געדעקט געװאָרן, װי פאַר אַלע שרייבער-פּלי- 


45 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


טים, דורכן פאַרבאַנד פון פּוילישע פּאַטריאָטן. בראָדערזאָן האָט אָנגע" 
הויבן זוכן פאַר אונדז אַ ביליקע דירה. אויף דער אָנווייזונג פון באַקאַנטע 
איז ער אַװעק אין דער ווייטער פאָרשטאָט פון מאָסקװע -- קאַראַטשאַ- 
רעווע, װאָס האָט זיך פאַקטיש געפונען 8 קילאָמעטער ווייט פון דער סאָ- 
וויעטישער הױפּטשטאָט. נאָך לאַנגע זוכענישן איז ער אַהײמגעקומען און 
מיר מיטגעטיײילט אין אַ געמאַכטן פייערלעכן טאָן, אין וועלכן עס האָט 
געקלונגען חוזק: , איך האָב געפונען עפּעס אַזעלכעס, װאָס איז צוישן 
שטאַל און מענטשלעכע װוינונג". | 

מיר האָבן זיך אַריבערגעצױגן אין דער נייער דירה, װאָס איז באַ- 
שטאַנען פון איין קליין צימער מיט פענצטערלעך וי פורטקעס. מיר זענען 
װידעראַמאָל געװאָרן אָפּגעריסן פון ברייטן לעבן. יעדן פרימאָרגן געפאָרן 
צו דער עבודה אין דער סטודיע און אין אָװונט צוריקגעקומען אין אונדזער 
קאַלטער אומהיימלעכער היים. 

אַ טיפער אומעט האָט זיך געשפּרײט פון די טונקעלע ווינקלען פון 
אונדזער שטוב. משה האָט זיך אַרומגעדרײט אַ פאַרטראַכטער, עפּעס אַ 
נישט-דאָיַקער. ער האָט אויפסניי איבערגעלעבט די גורלדיקע ייַדישע 
אױיסראָטונגס-טראַגעדיע און גענומען זיך צו דער פּען כדי זיין צער אויס- 
צולאָדענען אין געזאַנגען. 

אין איינעם פון זיינע לידער פון יאָר 1946, װאָס מיר האָט זיך אייג- 
געגעבן אָפּצוראַטעװען,. שרייבט דער דיכטער: 


אויף אונדזער חורבן 


איעדער ייִד געבליבענער איז איצט אַן איוב, 

אין יעדעס ייִדיש האַרץ פאַרשלײדערט ליגט א מת: 
הרוגים, ייִדן 52 טויזנט --- קיעװ, 

הרוגים --- 25 טויזנט אין אָדעס! 

און טויזנטער און צענער-טויזנטער און מערער, 

מיר ציילן די מארטירער אין יעטװעדער לאַנד: 

װוּ נאָר פוס-געשטעלט -- איז חורבן, גרויל --- צעשטערונג, 
איז פּייניקונג, איז לעסטערונג און שוידער -- שאנד, 


44 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאַן 


מיליאָנען אומגעבראַכט עס האָט דער ברוינער גולם 
דורך שפיכת-דמים, נע"ונד זיין דורך פאַראַט, 

מיר האָבן אומגעװאָגלט הונגעריקע, הוילע 

אין נייע גלותן, אין צװאַנגען פון דעם השמד;: 

און נייע פינצטערנישן, האָפענונגסלאָזע, לאַנגע, 

צו גרויל פאַרקנעכטיקט און צו אױסגאַנגלאָזער שרעק, 
מיר זענען אין הינערפּלעט, אַנטמענטשט, געגאנגען, 

און פון דעם צער און פּיין געטראָגן שװערע פּעק.. 


ס'איז יעדער ייַד אַן איוב און א ירמיהו 
אַ פּלאָג אין חורבן גרויס, יסורים װילד און קלאָג, 


זיין געמיט איז געװאָרן נאָך שוערער און דערדריקנדיקער צוליבן 
נישט באַקומען קיין שום בריוו פון די ייִדישע שרייבער, װאָס זענען אַװעק 
קיין פּױלן. ;ניעוזשעלי" --- האָט ער געזאָגט --- האָבן זי טאַקע אין מיר 
אינגאַנצן פאַרגעסן, אָדער זיי האָבן פּשוט מורא צו מיר צו שרייבן, 

אַרױסגעװיזן האָט זיך, אַז איין בריוו האָבן זיי יאָ געשריבן אויפן 
אַדרעס פון אַנטיפאַשיסטישן קאָמיטעט, נאָר די חברים פון קאָמיטעט 
האָבן ווייזט אויס ,פאַרגעסן" אָפּצוגעבן --- צו דער צייט... ווען משה 
װאָלט דערהאַלטן דעם בריוו קען זיין, אַז אונדזער מצב װאָלט זיך אינ- 
גאַנצן געענדערט. די חברים פון פּוילן האָבן נעמלעך געשריבן צו אונדז, 
אַז מיר קענען נאָך אָפּגעבן אַ בקשה וועגן רעפּאַטריאַציע. אָבער ווען מיר 
האָבן באַקומען דעם בריוו איז שוין געווען אָפּגעשלאָסן די רעפּאַטריאַציע... 

אין בענקשאַפט נאָך אַ פריינטלעך װאָרט האָט בראָדערזאָן געשריבן 
צו זיינע פריינט קיין פּױלן; 


, טייערע חברים מאַרק---ספארד, 

װאָס איז מיט אייך געװאָרן. װאָס איר רופט זיך נישט אַפ 
מיט אַ װאַרעם, אָדער מיט אַ לעבלעך װאָרט צו מיר? שויךזשע בין 
איך אינגאַנצן נישטאָ? אָט-אָ דריי איך זיך דאָך אַרום אויף דער 
וועלט מיט אַ פאַרדרייטן קאָפּ, און מיט אַ צעװוייטיקט --- הגם לאַ- 
כעדיק --- האַרץ, איז דאָך אַ סימן, אַז איך בין בנמצא, און מען 
קען אויסגעפינען מיין אַדרעס, און אָנשרייבן מיר פון צייט צו 
צייט אַ פּאָר װוערטער, צושיקן אַ בלאַט-צײטונג, אַ זשורנאַל (אָט 


15 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


האָבן דאָך אַ סך היגע שרייבער באַקומען די ;ייִדישע שריפטן") 
אדג"ל, 

נישט ריכטיק פון אייער זייט, מיינע ליבע: 

ס'איז נישט מאַרקס נוסח און אויך נישט נוספ ספארך -- 
צוויי כתבא רבאס, מיט פאנטױפּענס אין די הענט, װאָס זענען אַזו 
גוט וי גענדזענעי.. 

און טאַקע הלמאי רופט זיך נישט אָפּ מיט אַ װאָרט דער ייִד 
מיט דער אמתער גענדזענער פּען, ר' לעאָ פינקלשטיין הגבור כארי? 
און קאַגאַנאָװוסקי? און יאַנאַסאָװיטש? און מהורר ר' לייבל אָליצקי 
און שייע שפּיגל? און אַלע אַנדערע? 

איך בין ברוגז און שיק אייך אָנגעבלאָזענע גרוסן. 

אייער 
מ. בראָדערזאָן". 


אין דעם פּ. ס. פון בריוו, װאָס טראָגט די דאַטע פון 25סטן דעצעמ- 
בער 1946, שרייבט בראָדערזאָן וועגן אַ פאַרענדיקטער פּיעסע, װאָס װעט 
גיין אין מלוכה-טעאַטער און ,מסתמא אויך אין די איבעריקע ייַדישע 
טעאַטערס", י 

אויף דעם בריוו איז קיין ענטפער נישט געקומען און בכלל זענען 
קיין בריוו פון פּױלן מער נישט אָנגעקומען. משה האָט זיך נאָך מער פאַר- 
טיפט אין זיך און יעדע פרייע צייט אַװעקגעגעבן זיין דיכטערישן שאַפן, 
איך האָב ווידער אין אים דערזען דעם אַמאָליקן צעשפּילטן פּאָעט, אָבער 
אָן יענער יוגנטלעכער התלהבות. אַ שאָטן פון אומעט האָט געשוועבט אי- 
בער זיין לענגלעך פּנים, װאָס איז געװאָרן װאָס ווייטער אַלץ מער אויס- 
געצויגענער, אַנטשלאָסענער, מיט טיפע עקשנות-קנייטשן אין די מויל- 
ווינקלען. 

אַזױ איז אַדורך דער ווינטער און זומער פון יאָר 1947. מיר האָבן 
זיך איינגעלעבט מיטן גורל, געלייענט אין דער צייטונג ,אייניקייט* די 
קאַרעספּאָנדענציעס פון פּױלן, אין וועלכע עס איז באַשריבן געװאָרן די 
אויפלעבונג פון דער ייִדישער קולטור. בראָדערזאָן האָט גערעדט מיט מיר 
וועגן דעם װוּנדערבאַרן ייַדישן פאָלק, װאָס איז באמת װי די לעגענדאַרע 
סאַלאַמאַנדראַ,. װאָס קומט ווידער אַרױס לעבעדיק פון יעדן פייער. אָט 


46 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


ערשט איבערגעלעבט אַ שרעקלעכע קאַטאַסטראָפע און מען בויט ווידער אַ 
קולטור-לעבן... אַפילו אויף אַ בית-עולם, 

עס איז אָנגעקומען דער האַרבסט און בראָדערזאָן איז באַהערשט גע- 
װאָרן פון אַ נייער שטימונג, װאָס איך האָב זעלטן אַמאָל ביי אים באַי 
מערקט: ער האָט זיך אין דעם גאָטלאָזן מאָסקװע, ווייט פון אַ פרום-רע- 
ליגיעזער ייִדישער סביבה --- דערמאָנט אַז עס גייט צו די ימים-נוראים, 
צום דאַװענען איז ער נישט געגאַנגען, אָבער איך האָב באַמערקט, אַז ער 
לעבט טיף איבער די ימים-נוראימדיקע שטימונגען, װאָס איז אויך געקו- 
מען צום אויסדרוק אין אַ בריוו צו די ייַדישע שרייבער אין פּוילן, 


אָט װאָס בראָדערזאָן האָט דעמאָלט געשריבן: 


מאָסקװע, דעם 19,9,47, 

טייערע חברים ספארד און מאַרק --- 

אַביסל מיט אַ פאַרשפּעטיקונג ווינטש איך אייך אַ געזונט 
און גליקלעך יאָר. אַז עס קומען די ,הייליקע טעג" טוט זיך די 
נשמה טון פאַרבענקען, און ס'איז מיט איר ניקס צו מאַכן.. 

טאָ הלמאַייזשע, טייערע פריינט, האָט איר אינגאַנצן פאַר- 
געסן אין אַן עלטערן חבר, אין אַ מער-װוייניקער לייטישן מענטשן, 

אַ מענטשן שבא בימים און נייטיקט זיך אין אַ װואַרעם װאָרט פון 

נאָענטע און אייגענע, וי לאָמיר אָננעמען, זיינער-צייט און בשעתו, 
דוד המלך אין אבישג השולמית -- נישט להבדיל! עס וװילט זיך 
--- אויב דערווייל איז זען אוממעגלעך -- איז כאָטש הערן, לייע- 
נען אאַזײוו. 

פאַרװאָס טאַקע זאָלט איר מיר נישט טאָן די טובה (איצט 
נודיע איך אייך דאָך נישט װי אין די פריערדיקע היסטאָרישע 
צייטן) מיטן מהנה זיין מיך מיט אייערע אַלע אױסגאַבן, זשור- 
נאַלן,. ביכלעך, צייטונגען?! רעדט מיט זיך איבער. מיט חברים, 
טוט עס מחהיום והלאה. װאָרום איך בין זייער נייגעריק, װאָס עס 
טוט זיך ביי אייך, וי עס שאַפט זיך און בויט זיך, 

איך גלייב, אַז איר װעט עס מיר צוליב-טאָן, און איך װאַרט 
אי אויף כתיב, אי אויף דפוס, | 

װאָס שייך מיר --- איז מיר דאָ נישט צום פאַרזינדיקן. ווען 
נישט -- דער נישט אַדורכגײענדיקער ווייטיק, נישט די שיידונג 
מיט די לייבלעכסטע, נאָענטסטע, פריינט און באַקאַנטע, װאַלט 


47 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


געווען גאָריגאָר גוט. דער עיקר --- איך אַרבעט. די פּיעסע מיינע, 
װאָס האָט געהאַט אַ ;שלעכטע פּרעסע" אין דער ,אייניקייט" און 
אַ גוטע פּרעסע אין דער , סאָװויעטסקאָיע איסקוסטװאָ?", גייט קיין 
עיןדהרע אגיל ואשמחדיק, און איז אַפילו געשטעלט געװאָרן דעת 
7טן סעפּטעמבער, ווען אין די היגע טעאַטערס זענען געשטעלט 
געװאָרן די בעסטע פּיעסן פונעם סאָוויעטישן רעפּערטואַר. איצט 
האָב איך שוין כמעט פאַרטיק אַ נייע פּיעסע, און אַ דריטע איז װי 


| מען זאָגט, אויף דער קאָפּיטע. אַז דער השי"ת װעט געבן כוח, װעל 


איך אויך צונויפשטעלן אַ באַנד לידער. ס'איז דאָ לאַראָװ וועלע- 
רעבעצן (לרב ולרביצן) נאָר איך בין פויל, און איך בין זיך אין אַ 
סך מיסערפאָלגן אַלײן שולדיק. 


װאָס מאַכט קהל כ: הרב סמאָליער, ר' פּראָיִם פון סטאַװסקע 
געסל, דער טריסקער אֶליצקי, י, י, ס'הייסט יאַנאַסאָװיטש, דער 
ייד מיט די צוויי יודן, אַשענדאָרף, טורקאָ, קנאַפּהײז, חיים לייב 
דער היסטאָרישער א. א.? זאָלן זיי אַלע שׂרייבן. גיט זיין מיין 


אַדרעס. 


איך דריק אייך צום האַרצן, 
אייער בראָדערזאָן. 


אַ גרוס פון שיינע-מרים, 


ייַדן, און אידען מיט מעלמאַנען מיינע (געמיינט די אַרטיסטין 
אידאַ קאַמינסקאַ מיט מעלמאַנען) װי זאָגט מען עס: נו, און אַז 
געשריבן צו די מענער, מיינט מעו דאָך אויך די וייבער -- 
.1022:1166 816 2 זן 


אויך אויף דעם בריוו האָט בראָדערזאָן נישט באַקומען קיין תשובה, 


דאָס איז געווען דער לעצטער בריוו זיינער קיין פּוילן. אין זיבן חדשים 
אַרום איז געקומען די דערמאָרדונג פון מיכאָעלסן און שפּעטער האָט שוין 
אָנגעהויבן גיין אָלץ מיט אַ שנעלן באַרג אַראָפּ, 


48 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


דער פּחד נאָך מיכאָעלסעס , געהיימניספולן" טויט 


נאָך מיכאָעלסעס געהיימניספולן טויט איז אונדזער איינזאַמקײט גע 
ווען נאָך שטאַרקער און טיפער. פריינט און באַקאַנטע פון דער ייִדישער 
אַרטיסטישער און שרייבערישער װעלט האָבן פּשוט אויסגעמיטן זיך צו 
באַגעגענען. בראָדערזאָן האָט אויפגעהערט צו שרייבן בריוו קיין פּױלן 
;מסתמא איז זיי דאָרט אויך נישט פויגלדיק. אַז מ'קלינגט -- איז חגא, 
באַפאַלט דעמאָלט אַ פּחד אונדזערע ייִדעלעך" -- האָט משה, אויף זיין 
שטייגער, אונדזער טראַגישן מצב איינגעװיקלט אין עפּעס אַ פאָלקס- 
ווערטל, | 

און דער פּחד איז טאַקע געװאַקסן מיט יעדן טאָג. דער נישט אויפ- 
געקלערטער מאָרד איבער מיכאָעלסן, דער שטילער איינגעהאַלטענער אָטעם 
מיט וועלכן מ'איז אַרײנגעגאַנגען אין דער טעאַטער-סטודיע, װוּ מיר זע- 
נען געווען באַשעפטיקט, דאָס נישט קענען זיך קוקן גלייך אין די אויגן, 
אויס מורא, נישט אַרונטערצופאַלן אונטערן חשד פון ;נישט כשרע טראַכ- 
טענישן? --- אַלץ צוזאַמען האָט געשאַפן אַ פּיינלעכע אַטמאָספער אָנגע- 
זאַפּט מיט חשד און מורא פאַרן מאָרגנדיקן טאָג, 

יעדן פרימאָרגן זענען מיר געפאָרן אין דער טעאַטער-סטודיע קיין 
מאָסקװע. מ'האָט איינשטודירט ראָלן. מ'האָט געזונגען. איך האָב באַגלײט 
אויף פּיאַנאָ. יעדער אין דער סטודיע האָט געטאָן דאָס זייניקע און מ'איז ' 
אַװוצק יעדער אין זיין היים מיט דער דערװאַרטונג, אַז עפּעס װאָס דאַרף 
געשעןי | 

אונדזער איינציקער פריינט מיט ועמען מיר האָבן זיך דעמאָלט 
אויסערגעװויינלעך איינגעלעבט איז געווען דער באַרימטער אַרטיסט-רע- 
זשיסער --- בנימין זוסקין, דער אייגנטלעכער פּאַרטנער און מיטהעלפער 
פון מיכאָעלסן אין אַלע זיינע געניאַלע טעאַטער-אויפטוען. זוסקין האָט 
געהערט צו יענע בינע"קינסטלער, וועמענס ריכטיק לעבן און פילן שפּילט 
זיך ערשט פונאַנדער אין די 3 ווענט פון דער טעאַטער-סצענע. ער האָט 
געלעבט און געאָטעמט על פּי רוב מיט דעם לעבן, װאָס ער האָט פאַרקער- 


49 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


פערט אין זיינע ראָלן. מיכאָעלס איז געווען זיין רבי, דערציער און נאָענט- 
סטער פריינט, מיכאָעלסעס טוט האָט זוסקינען אינגאַנצן צעבראָכן. 

שטילערהייט, איינגעשלאָסן אין זיך, װוי יעדער פון אונדז האָט דער 
תלמיד באַװיינט זיין גרויסן רבין. ער האָט זיך געקלאַמערט אין בראָדער" 
זאָנען,. מיט טיפע שמערצלעכע בליקן עפּעס װאָס געפרעגט און מורא גע- 
האָט די ווערטער פאַרן מויל אַרויסצוברענגען. ער האָט ווייזט אויס פאָר- 
אויסגעפילט זיין און אונדזער גורל און אײינמאָל שטיל געהיימניספול 
אַרױסגעשעפּטשעט: עס װעט זיך שלעכט ענדיקן"... די דאָזיקע טרויע- 
ריקע נביאות איז גאָר גיך מקויים געװאָרן. 


-- 18 -- 


צי איז געווען אַ פאָראויסיקער סטאַליןפּלאַן אױסצומאָרדן 
די ייַדישע קינסטלער און קולטור-טוער? | 


עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אַרעסטן צווישׂן די ייִדישע קינסטלער 
אין מאָסקװוע. זיי זענען אַװעק אין די תפיסות פון וועלכע דער ווייט-גרעס- 
טער רוב איז שוין נישט צוריקגעקומען... דעמאָלט, ביי די ערשטע אַרעסטן 
װאָס האָבן זיך אָנגעהויבן גלייך נאָך מיכאָעלסעס טויט, האָט קיינער פון 
אונדז נישט געטראַכט, אַז דאָס הייבט זיך אָן אַ בלוטיקע אָפּרעכענונג 
מיט די ייִדישע קינסטלער פון ראַטנפאַרבאַנד, וועלכע זענען שטענדיק 
געווען געטרייע איבערגעגעבענע אָנהענגער פון קאָמוניסטישן רעזשים און 
פון סטאַלינען. אויך היינט, אַזופיל יאָר נאָכדעם, װי אין מאָסקװע האָט 
זיך אָנגעהױיבן די רוצחישע אַקציע קעגן די ייִדישע קולטור-מענטשן -- 
איז מיר נאָך שווער אַרײינצודרינגען אין דעם דאָזיקן שרעקלעכן קאָשמאַר 
| פון דער פּלאַנמעסיקער אױיסראָטונג פון די ייִדישע שרייבער. 

עס איז שוין נאָך דעם באַרימטן קאָמוניסטישן קאָנגרעס אין מאָס- 
קווע, אויף וועלכן כרושטשאָװו, סטאַלינס יורש, האָט אויפגעדעקט די שוי- 
דערלעכע מאָרד-מעשים פון זיין פאָרגייער. די אומשולדיק דערמאָרדעטע 
ייִדישע גייסט-מענטשן האָט מען ;רעהאַביליטירט", אויך די מערדער האָט 


0 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


מען ווייזט-אויס ר ע ה אַ ב יי ליט י ר ט, װײל מ'האָט נישט גע" 
הערט, אַז עס זאָלן האָבן פאַרפירט געװאָרן פּראָצעסן קעגן די שולדיקע 
אין דערמאָרדן פעפערן, מאַרקישן, בערגעלסאָנען און די צענדליקער אַנ- 
דערע. עס איז נאָך ביז היינט געבליבן דער סוד פון דער סאָװיעטישער גע- 
רעכטיקייט דער אופן װוי אַזױ עס איז פּלאַנירט געװאָרן די רוצחישע אויס- 
ראָטונג פון די אומשולדיקע ייַדן. 


איך דער לעבעדיקער עדות פון קאַשמאַריקן סטאַלינישן, אַנטי-ייַדישע 
אױיסראָטונגס-שגעון, װעל נישט אויפהערן צו פאָדערן און צו מאָנען פון 
סטאַלינס יורשים, זיי זאָלן אַנטפּלעקן פאַר דער וועלט דעם אופן, די סטאַ- 
לינישע פּלאַנמעסיקײט ביים אויספירן די אומדערהערטע שידערלעכע 
רציחות קעגן די ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער. איך װעל נישט אויפ- 
הערן צו פאָדערן און צו מאָנען, אַז די שולדיקע אין די שוידערלעכע מער- ‏ 
דערייען --- די מוסרים, די ענקאַװעדע-נאַטשאַלניקעס, די סאַדיסטישע 
אױיספאָרשער, די ריכטער אין די גערעכטיקייט-טאָגעס, ביז די לעצטע 
תלינים, וועלכע האָבן די אומשולדיקע מאַרטירער אַרוסגעפירט צום דער" 
שיסן --- זאָלן געשטעלט וערן פאַר אַן עפנטלעך געריכט און באַקומען אַ 
שטראָף װי מערדער און סאַדיסטן.. | 


די אױסראָטונג פון די ייִדישע שׂרייבער, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן 
מיט דער רציחה איבער מיכאָעלסן און די גלייכצייטיקע פאַרניכטונג פון 
די ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס איז אָן שום ספק געװאָרן פון פאָרויס 
פּלאַנירט. מ'קען נישט זאָגן, אַז דער אױיסראָטונג-פּלאַן איז בעצם געווען 
אַ נייער. עס איז געווען װי די רוסישע פאָלקס-מענטשן פלעגן זיך אויס- 
דריקן -- ,פּאַשאָל פּאָ ליניל ענקאַװועדע*, אַן אָנגענומענע ריכט-ליניע, 
װאָס האָט זיך געצויגן נאָך פון די דרייסיקער יאָרן. זי דריקט זי אויס אין 
דעם װאָס די ענקאַװועדע-לייט איילן זיך נישט אין אויספירן זייערע מעשים, 
זי כאַפּן נישט און אַרעסטירן און מאָרדן אויס אַלע אויף אַמאָל, ניין, צו 
װאָס אָנמאַכן אַ פּאַניק. די ענקאַװעדע האָט צייט, די 2פייגעלעך װעלן נישט 
אַװעקפליען", װאַכנדיקע אויגן װעלן זיי שוין אָפּהיטן... די אַרעסטן פון 
געוויסע גרופּן קומען דעריבער פאָר סעריעסווייז. מען אַרעסטירט, מען 
מאַכט אַן איבעררייס, מען אַרעסטירט װוידער, צו ביסלעך דערשיסט מען 


1 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


און דערנאָך נעמט מען זיך ערשט צו די משפּחות פון די אומגליקלעכע 
קרבנות. 

אַזױ אַרום זענען אויך פאָרגעקומען די אַרעסטן פון די ייִדישע שריי" 
בער און אַרטיסטן. אָנגעהויבן האָט מען נישט באַלד פון די גדולים. אַ 
קורצע צייט נאָך מיכאָעלסעס טויט איז , פאַרשװוּנדן" פון דער טעאַטער" 
סטודיע איינער פון די פירנדיקע דירעקטאָרן,. און אַ פּאָר טעג אַרום איז 
נעלם געװאָרן זיין פאַרטרעטער. קיינער האָט זיך נישט געפרעגט, װאָס 
מיט זיי איז געשען. עס איז פאַר אונדז געווען קלאָר, אַז מ'האָט זיי אַרעס- 
טירט. די טעאַטער-סטודיע האָט וייטער געפירט איר טעטיקייט. יעדן 
אָװונט האָבן מיר זיך געלייגט שלאָפן מיט דעם געפיל, אַז די נאַכט װעט 
מען מסתמא קומען נאָך אונדז. 


אין איין טאָג קומט ווידער אַ דערשרעקנדיקע ידיעה: עס איז אוים- 
געלייזט געװאָרן דער אַנטײפאַשיסטישער קאָמיטעט. אין אַ פּאַר טעג אַרום 
איז געשלאָסן געװאָרן די צייטונג ;אייניקייט". דער ייִדישער פאַרלאַג 
;עמעס" און גלייך דערנאָך דאָס מאָסקװער ייִדישע מלוכה-טעאַטער מיט 
דער סטודיע. די סטודענטן האָט מען נישט געטשעפּעט. מ'האָט זיי געהייסן 
אַהײמגײן און די עקזאַמענעס װעלן זי באַלײיגן ביי די רוסישע טעאַטער- 
סטודיעס. אַזױ ארום זענען, מיט איין ברוטאַלן קלאַפּ, צעשטערט געװאָרן 
די לעצטע ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס אין ראַטנפאַרבאַנד, 


שווער צו זאָגן, װאָס ס'האָבן דעמאָלט געטראַכט די ייִדישע שרייבער 
און אַרטיסטן, ביי וועלכע מ'האָט צוגענומען זייערע אַרבעט-װאַרשטאַטן 
און ממילא אויך דאָס ברויט. פון דעם פאַרמאַכן די קולטור-אינסטיטוציעס 
ביז די גרויסע אַרעסטן איז דורך זייער אַ קורצע צייט און מיר האָבן זיך 
מיט זיי נישט געטראָפן. פאַר מיר מיט משהן איז עס דעמאָלט געווען דער 
שװוערסטער קלאַפּ. בראָדערזאָן איז װוידער אַרײנגעפאַלן אין אַ שווערער 
געדריקטער שטימונג. וידער האָט ער זיך אײינגעשלאָסן אין זיינע ד' 
אמות. אין דעם האַלב-פינצטערן צימערל, װאָס האָט אונדז געדינט פאַר אַ 
װוינונג. אָבער אויך דעם פינצטערן ווינקל האָט מען אונדז נישט פאַר- 
גינען. אונדזערע רוסישע שכנים האָבן אונדז פּלוצים געלאָזט פילן אַז 
מיר זענען ייִדן און מיר דאַרפן זיך פון דאָרט אַרױסטראָגן און זי אָפּגעבי 


32 


מיין ליידנס-יװעג מיט משה בראָדערזאָן 


די װווינונג,.. אין דער באַציונג פון די שכנים צו אונדז איז געקומען צום 
אויסדרוק די אַנטיסעמיטישע העצע, װאָס איז געגאַנגען פון אויבן. אין דער 
סאָװיעטישער פּרעסע האָט מען אָנגעהויבן ריידן װעגן די קקאָסמאָפּאָ 
ליטן", די ,תלמודיסטן", --- די , ראַבינאָװיטשעס? און ,לעווינס". 


-- 19 -- 
די אַרעסטן פון די שרייבער -- פּחד און פאַרצווייפלונג 


זינט די דרייסיקער יאָרן האָט דער רוסישער מענטש, דער גרויער 
בירגער זיך צוגעװוינט צו די אַרעסטן און דערשיסונגען, װאָס ווערן דורכ- 
געפירט דורך ענקאַװועדע, וי צו אַ טאָגיטעגלעכע דערשיינונג. אוב אין 
וועלכער עס איז נאַכט איז אַ שכן פאַרשװוּנדן פון זיין היים און מען האָט 
נישט געװוּסט װוּ זיין געביין איז אַהינגעקומען -- האָבן די שכנים פון 
זעלבן הויז, די פריינט און באַקאַנטע, שטילערהייט געשעפּטשעט מיט אַ 
מין ספּעציפישער רוסישער גלייכגילטיקייט: ;פּאַשאָל פּאָ ליניי ענקאַװע- 
דע".. דאָס האָט באַדײט, אַז מען װעט זיך שוין מיט דעם מענטשן נישט 
זען. אָדער ער װעט פאַרפאַלן װוערן ערגעץ אין אַ לאַגער, אָדער ער איז 
דערשאָסן געװאָרן אָן דין און משפּט. - 

איך און משה, הגם מיר האָבן געװוּסט פון די דאָזיקע גרויזאַמ- 
קייטן, האָבן מיר דאָך נישט געקענט זיך איינלעבן מיטן געדאַנק, אַז עס 
איז געקומען די ריי אויך אויף אונדז -- ייִדישע שרייבער, אַרטיסטן און. 
קולטור-טוער. װוען עס איז געפאַלן דער ערשטער קרבן, עס איז אַרעס- 
טירט געװאָרן דער געטרייער סטאַלין-באַזינגער, דער פּאָעט איציק פעפער, 
האָט דאָס אונדז געטראָפן װי אַ דערשיטערנדיקער קלאַפּ, װאָס האָט צע- 
טרייסלט אונדזער גאַנץ וועזן. | | 

עס איז געווען דעמאָלט אַ קאַלטער דעצעמבער-טאָג. פון דעם קליי- 
נעם פענצטערל האָט געיאָגט אַ ווינט אין אונדזער איינזאַמער װוינונג. 
איך געדענק נישט, וער עס האָט געברענגט די שׂרעקלעכע בשורה וועגן 
פעפערס אַרעסט. אין דעם קאַלטן טאָג איז משה, נישׂט וי זיין שטייגער, 


99 


שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


לאַנג געלעגן אין בעט אַ ריזיגנירטער און געפּיפּקעט די מאַכאָרקע-פּאָפּי- 
ראָסן. נאָכן דערוויסן זיך וועגן פעפערס אַרעסט, האָט בראָדערזאָן נישט 
געװאָלט אויפשטיין פון בעט. זיין הומאָר איז פאַרשװונדן. עס איז געווען 
אַזױ ביטער, אַז ער האָט אַפילו זיין פּיין נישט געקענט אַרוסברענגען וי 
שטענדיק אין אַ סאַרקאַסטישן וויץ, אָדער אין אַ ווערטל, װאָס האָט שטענ- 
דיק ליכטיק געמאַכט זיין געמיט אין אַ שווערער סיטואַציע. 

טראָצדעם, װאָס איך האָב פּונקט וי ער געטראָגן אין האַרץ די זעלבע 
ביטערקייט און פאַרצווייפלונג, האָב איך דאָך געפּרוּװוט אים באַרוּיִקן, 
טרייסטן װי מען זאָגט, מיט האַרץ:חלשות. איך האָב אים געפּרוּווט אייג- 
רעדן, אַז די גאַנצע מעשה מיט פעפערס אַרעסט קען זיין אױסגעטראַכט, 
לאַנג האָט מען זיך נישט געקענט שפּייזן מיט דער אילוזיע. 

אין אייניקע טעג אַרום איז צו אונדז געקומען דער קונסט-מאָלער 
מיכאַיֵל יאָ (יאָפע) פון ריגע, װאָס האָט דעמאָלט געלעבט אין מאָסקװע. 
מיר זענען געווען מיט אים נאָענט באַפרײנדט. ער איז געווען פון די גע- 
ציילטע, װאָס פלעגן אונדז באַזוכן אין אונדזער נישט היימלעכער װוינונג, 
און אָט װאָס ער האָט אונדז דערציילט; 

נאָכן אַרעסט פון פעפערן האָט דאָס געוויסן אים נישט געלאָזט רוען. 
היתכן, מען אַרעסטירט איציק פעפערן: פאַרװאָס! װאָס פאַראַ פאַרברעכן 
איז ער באַגאַנגען? מיכאַיַל יאָ איז אַװעק צו פּרץ מאַרקיש, כדי אויפצן- 
קלערן דעם ענין. דאָרט האָבן אים געעפנט די טיר אַגענטן פון ענקאַװעדע 
און מיליץ. מען האָט דעם קונסט-מאָלער תיכף גענומען אויפן פאַרהער, 
װאָס ער טוט דאָ ביים פאַרברעכער מאַרקיש, וועלכער געפינט זיך שוין 
אין תפיסה.., 0 | 

וי שוין דערמאָנט איילט זיך נישט די ענקאַװעדע. מען אַרעסטירט 
נישט סתם אַזױ אין כאַפּעניש... עס איז נאָך נישט געהאַט געקומען די 
ריי אויף מיכאַיל יאָ. ער איז אָפּגעקומען בלויז מיט איבערשרייבן זיינע 
דאָקומענטן און מ'האָט אים אַרױסגעלאָזט. | 

דער נאַיִווער ייִדישער קינסטלער האָט אָבער ווייטער נישט געקענט 
רוּען און איז אַװעק צו בערגעלסאָנען. װידער כדי זיך צו דערוויסן, װאָס 
דאָ איז געשען. אויך דאָ האָט אים געטראָפן דאָס זעלבע, װאָס ביי מאַךר- 


+ 4 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראַדערואָן 


קישן. בערגעלסאָן איז שוין אין תפיסה. ענקאַװעדע-לײט באַלעבאַטעװען 
אין זיין װױינונג. מיכאַיֵל יאָ װוערט פאַרהאַלטן דאָס מאָל שוין אויף אַ 
שטרענגער אױספאָרשונג, װאָס האָט געדויערט אַ גאַנצע נאַכט. לסוף האָט 
מען אים ווידער געלאָזט פריי. ער איז אַרעסטירט געװאָרן מיט דער צוויי- 
טער סעריע, אין יאָר 1950, כמעט אין איין צייט מיט בראָדערזאָנען. 


די אַרעסטן פון די ייִדישע שרייבער האָבן זיך געטראָגן װי אַ כװאַ- 
ליע, יעדע פּאָר טעג אַ נייע איוב-בשורה. נאָכן פאַרטיק ווערן מיט די 
;הױיפּט-פאַרברעכער": איציק פעפער, פּרץ מאַרקיש און דוד בערגעלסאָן 
האָט די ענקאַװעדע גענומען אויסרוימען פון זײיערע שטובן דעם נסתר,. 
לייב קװיטקאָ, האַלקינען, דאָברושין, די מיטגלידער פון דעם ייִדישן אַנטי- 
פאַשיסטישן קאָמיטעט. און מיטאַמאָל דערוויסן מיר זיך, אַז אויך אונדזער 
נאָענטער ליבער פריינט, דער אַרטיסט בנימין זוסקין, געפינט זיך שוין 
הינטער די קראַטן, 


-- 20 -- 
די פאַרשטויסענע משפּחות פון די אַרעסטירטע שרייבער. 


איצט זענען מיר פאַקטיש אַליין געבליבן. פאַראַן מאָמענטן אין לעבן 
פון מענטשן, ווען די פאַרצווייפלונג, דער יאוש פרעסט זיך אַלײן אויף. 
ער פאַרלירט יעדן טעם, די בייזע גײיסטער הערן אויף צו שרעקן, ווייל 
װאָס קען שוין זיין ערגער װי שלעכט, נאָך די אַלע אַרעסטן, ווען די גאַנצע 
ייִדיש-סאָוויעטישע ליטעראַטור און קולטור האָט זיך שוין געפינען הינ" 
טער די קראַטן, האָט זיך בראָדערזאָנס שׂטימונג פון גרונט אויס געענ- 
דערט. זיין דערשלאָגנקײט איז פאַרשװוּנדן, ער איז אַרײנגעפאַלן אין אַ 
צווייטן עקסטרעם. אָפּטמאָל זיך צעזונגען אויף אַ חזנישן אופן און פֿאַר- 
ענדיקט סאַרקאַסטיש: ,מילא, װעט די ייִדיש-סאָוויעטישע ליטעראַטור און 
קולטור זיך קאָנסערווירן אויף אַ זיכער אָרט --- אין די תפיסות" / 


איך בין געװאָרן די איינציקע פּרנסה-געבערין. איך האָב באַקומען 
אַרבעט אין קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַקטיאָרן. יעדן טאָג בין איך 


95 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


געפאָרן קיין מאָסקװע. איך האָב געמאַכט װוּאַלקעס פאַר די דאַמען פון 
דער העכערער סאָוויעטישער געזעלשאַפט. שװוייגנדיק שטיל האָט יעדער 
געטאָן זיין אַרבעט אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג. עס זענען דאָרט גע- 
ווען באַשעפטיקט פרויען פון אַרעסטירטע אַרטיסטן, אלמנות נאָך קינסט- 
לער געפאַלענע אויפן שלאַכטפעלד. אומהיימלעך איז געווען ביי דער אַר- 
בעט. עס האָט אויסגעזען װי יעדע פון די פרויען באַמיִט זיך צו דערשטיקן 
אין זיך אַ פאַרבאָרגענעם סוד, וועלכן זי װויל פאַר קיינעם נישט אַנט- 
פּלעקן. | 

זייענדיק אַמאָל אין מאָסקװע האָב איך זיך באַמיַט צו קומען אין 
קאָנטאַקט מיט די משפּחות פון די אַרעסטירטע שרייבער, כדי צו דערוויסן 
זיך, װי אַזױ עס זענען פאָרגעקומען די אַרעסטן. דאָס איז נישט געוען 
סתם קיין ווייבערישע נייגעריקייט, נאָר פּשוט --- איך האָב געװאָלט וויסן 
וי צו זיין גרייט אויף יעדן פאַל. מיר זענען געווען גלייכגילטיק צו אונ- 
דזער גורל, אָבער גלייכצייטיק האָבן מיר נישט געגלייבט, אַז מיר װעלן 
זיין אַן אויסנאַם פון אַלע ייִדישע שרייבער. אין איינעם אַ טאָג װעט עס 
מוזן קומען, אַז אויך מיר װעלן זיין הינטער די קראַטן. איך האָב דעריבער 
געװאָלט וויסן: וי אַזױ איז עס מיט זיי פאָרגעקומען. עס איז אָבער נישט 
אַזױ לייכט געווען צו באַקומען וועלכע עס איז ידיעות, 

איציק פעפער איז אַרעסטירט געװאָרן צוזאַמען מיט זיין פרוי און 
איר שװועסטער. פעפערס קרובים האָבן בכלל אויסגעמיטן זיך צו טרעפן 
מיט עמעצן, שוין אָפּגערעדט פון דערציילן וי אַזױ דער אַרעסט איז פאָר- 
געקומען. בלויז די פרוי בערגעלסאָן האָט אין געציילטע וװוערטער דער- 
ציילט וועגן אַרעסט פון איר מאַן; די ענקאַװעדע-לייט זענען געקומען אין 
אָװונט און גאַנץ העפלעך דערקלערט, אַז זי האָבן אַ באַפּעל דורכצופירן 
אַ רעוויזיע. בערגעלסאָן, אַ בלייכער, האָט מיט אַ רוּיקער באַהערשטער 
שטים זיי אָנגעוויזן אויף זיין שרייב-טיש און ביכער-שראַנק. זיי האָבן 
דורכגעפירט אַ. גרינטלעכע רעוויזיע, געהייסן זיך ווייזן דאָקומענטן און 
לסוף דערקלערט, אַז בערגעלסאָן דאַרף מיט זיי מיטגיין אין ענקאַװעדע 
(נאַראָדני קאָמיסאַריאַט גאָסודאַרסטװענאָי בעזאָפּאַסנאָסטי?" -- פאָלקס- 
קאָמיסאַריאַט פאַר מלוכה-זיכערקייט), װוּ מען װעט בליז קאָנטראָלירן 
די דאָקומענטן... 


6 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערואָן 


ביים געזעגענען זיך האָט בערגעלסאָן באַרוּיִקט זיין פרוי: ,שרעק 
דיך נישט. איך גיי צו פריינט, עס װעט גאָרנישט געשען". צי האָט בער- 
געלסאָן טאַקע אַזױ געטראַכט ועגן זיינע קומענדיקע תלינים, אָדער ער 
האָט געװאָלט באַרוּיקן זיין פרוי? --- דאָס לאָזט זיך, פאַרשטענדלעך, איצט 
נישט אויפקלערן. 

בנימין זוסקין איז אַרעסטירט געװאָרן אין אַ שפּיטאָל, װוּ ער איז 
געלעגן קראַנק אויף אַפּענדיסיט. עס האָבן נישט געהאָלפן די בקשות פון 
די דאָקטוירים, מען זאָל דעם קראַנקן לאָזן צורוּ, ווייל ער איז נאָך דער 
אָפּעראַציע. דער באַפעל איז געװוען, מען זאָל דעם ,פאַרברעכער" תיכף 
אַרעסטירן און מען האָט אים פון שׂפּיטאָל אריבערגעפירט אין תפיסה. וי 
אַזױ עס זענען פאָרגעקומען די אַנדערע אַרעסטן האָב איך זיך נישט גע- 
קענט דערוויסן, ווייל די משפּחות פון די אַרעסטירטע האָבן בכלל אויס" 
געמיטן זיך צו טרעפן מיט באַקאַנטע. אויך דער גרעסטער רוב פון זייערע 
פריינט האָט זיי אויסגעמיטן, 


-- 21 == = 
דאָס איינזאַמע לעבן נאָך די אַרעסטן 


אונדזער לעבן איז געפלאָסן גרוי און לאַנגװײליק. פון די אַרעסטירטע 
שרייבער און קינסטלער זענען נישט געוען קיין שׂום ידיעות. אויך צו 
דעם איז מען אין ראַטנפאַרבאַנד צוגעװוינט -- אַרעסטירטע זאָלן פאַר- 
שווונדן ווערן אָן אַ צייכן. נאָך פון די ערשטע צייטן פון דער רעװאָלוציע 
איז פאַרבליבן דאָס באַקאַנטע לידל: ,וו טשערעזװיטשאַיקו פּאָפּאַדיאָש, דאַ 
ניע װאָראָטישסיאַ? (וועסט אַרײנפאַלן אין דער אויסערגעוויינלעכער קאַ- 
מיסיע --- טשעקאַ --- און מער זיך נישט אומקערן). דאָס װאָרט טשרעזי 
װיטשאַיקאַ איז נאָר פאַרביטן געװאָרן אויף קענקאַװעדע* -- פון דאָרט 
קומט מען נישט צוריק. / 

איך האָב דעריבער געהאַט גרויס פאַרשטענדעניש פאַר די פרויען 
פון די אַרעסטירטע שרייבער, װאָס האָבן אַפילו נישׂט געמאַכט קיין צו 


91 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


שטאַרקע באַמיָונגען פאַר דער באַפרייונג פון זייערע מענער, ד. ה. זײי 
האָבן נישט איינגעריסן קיין װועלטן. זיי האָבן נישט געפּרוווט אַפילו זיך 
ווענדן צום ;סאָיוּז פּיסאַטעלי* (שרייבער-פאַריין), צו וועלכן עס האָט 
געהערט פעפער, מאַרקיש, קװיטקאָ, דער נסתר און אַנדערע און נישט 
געמאַכט קיין אינטערווענצן ביי וועמען עס איז פון די קאָמוניסטישע 
גדולים. די אומגליקלעכע פרויען האָבן געװוּסט, פון דער פּראַקטיק, אַז 
עס װעט גאָרנישט העלפן. זיי מוזן געדולדיק טראָגן זייער גורל ביז עס 
וועט טאַקע געשען אַ נסי.. 


קיין נס איז דערווייל נישט געשען. איך האָב אויפגעהערט פאָרן קיין - 
מאָסקװע צו דער אַרבעט אין קאָמבינאַט. דאָס גרויסע מאָסקװע מיט די 
אומגעהייערע מענטשך-כװאַליעס, װאָס האָבן זיך געטראָגן איבער די גאַסן 
איז פאַר מיר געווען װי פּוסט און ליידיק, נישטאָ קיין פריינט, נישטאָ 
צו וועמען אַ װאָרט אויסצורעדן. אויך די פרויען פון די אַרעסטירטע און 
זייערע משפּחות מיידן אויס זיך צו טרעפן מיט באַקאַנטע. זיי מיידן אויס . 
נישט צו דאַרפן געבן אַן אויסמיידנדיקע תשובה אויף דער פילזאָגנדיקער 
פראַגע: ,/טשטאָ סלישנאָ", (װאָס הערט מען). 


די אַרבעט פון ;קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַרטיסטן" האָב איך 
באַקומען אַהײם צו זיך אין שטוב. איך האָב זיך ווייטער פאַרנומען מיט 
מאַכן װוּאַלקעס. אַ העסלעכע אַרבעט איז דאָס געווען. די מאַטעריאַלן (אָפּ- 
פאַלן פון אַצעטאָן און ניטראָלאָג) האָבן געברענט די אױגן און פאַר. 
שפּרײט אין שטוב אַ שלעכטן גערוך. איינמאָל האָב איך צוליב דעם פאַך- 
לוירן די ראיה אויף אַ פּאָר טעג. עס איז מיר פּשׂוט פינצטער געװאָרן פאַר 
די אויגן. איך בין אַרײנגעפאַלן אין אַ טיפער מרה שחורה און געטראַכט 
צו פאַרענדיקן דאָס לעבן. משה האָט געזען מיין פּיין און ער האָט מיך 
צערטלעך איינגענומען, װי מען באַרוּיִקט אַ קראַנק קינד. אַן אָקוליסט האָט 
מיר אַ פּאָר מאָל אױסגעװואַשן די אויגן און װען איך האָב צוריק אָנגע- 
הויבן העל צו זען, האָב איך דערפילט, אַז אין גרעסטן אומגליק קען מען 
אויך זיין גליקליך. איך האָב זיך דערפילט גליקלעך, אַז איך זע ווידער 
דאָס פּנים פון דעם מענטש, װאָס איז מיר אַזױ נאָענט און טייער. 

אייניקע טעג האָט מיך משה נישט געלאָזט צורירן זיך צו מיין אַר- 


98 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראַדערזאָן 


בעט. אײינמאָל בײינאַכט, האָב איך אין שלאָף דערפילט, אַז עמעצער באַ- 
וועגט זיך אין שטוב, איך האָב זיך אויפגעכאַפּט און דערזען בראָדערזאָנען 
זיצן ביים טיש. מאָמענטאַל האָט זיך מיר אױיסגעדאַכט, אַז דאָס אין אַ 
וויזיע װאָס האָט אַרױסגערופן אין זכרון אַן אַמאָליק לאַנג שוין פאַר" 
שװווּמען בילד פון אַ נאַכט דאָרט אין לאָדזש אויף זאַװאַדזקע 49: איך 
וועק זיך איבער, מאַך אויף די אויגן און זע זיין שװאַרצן באַטשופּרינעטן 
קאָפּ איבערגעבויגן איבערן טיש און די האַנט מיט די לאַנגע פינגער באַ- 
וועגט זיך גיך, גיך, כדי אויפצושטעלן די פערזן, װאָס האָבן אים בי- 
נאַכט נישט געלאָזט שלאָפן.. 


אָבער באַלד פאַרבלייכט די וויזיע. איך זע דאָס לענגלעך אויסגעצוי- 
גענע בלייכע פּנים פון משהן. ניין --- ער שרייבט נישט קיין לידער. ער 
טוט מיין וויסטע מלאכה -- ער מאַכט װוּאַלקעס. איך צעלאַך זיך מיט. 
טרערן. משה הייבט איף דעם קאָפּ און ווענדט צו מיר אַ פייכטן צע- 
שמייכלטן בליק. מיט אַ װואַלקע אין דער האַנט, אַראָפּגעלאָזט אַזױ וי 
איבער אַ פּנים, שטייט ער פאַר מיר און זאָגט --- ;האַ, װי מיינסטו איך 
קען נישט מלאכהנען?? מיר ביידע צעלאַכן זיך האַרציק, אָבער פּלוצים 


האָט זיך אויפן הויף צעבילט דעם שכנס הונט. 


מיר האָבן אַ וויילע איינגעהאַלטן דעם אָטעם און זיך איינגעהערט 
צי עס קלאַפּן נישט די שווערע טריט פון דרויסן.. דער הונט, וועלכער 
האָט זיך אָפּטמאָל אומשולדיק צעבילט אין דער נאַכט איבער עפּעס אַ 
הינטישן ענין --- פלעגט אונדז אַרױסרײַסן פון שלאָף. מיר האָבן יעדעס 
מאָל געמיינט: אָט קומען זיי. מיין האַרץ האָט דעמאָלט גענומען זיך 
טרייסלען. װוי עס װאָלט געװאָלט פון דער ברוסט אַרױסשפּרינגע: -- אָט 
וועלן זיי אַװעקרײיסן פון מיר מיין איינציק:איינציקן פריינט און איך װועל 
בלייבן אַלײן אויף דער דאָזיקער וועלט פון שרעק און פאַרצווייפלונג. 
אָבער זיי זענען נישט געקומען. אויך דאָס מאָל האָט דער ערלעכער, אומ- 
שולדיקער הונט אונדז בלויז אָנגעמאַכט אַביסל שרעק. 

װוי שטענדיק אין אַזעלכע פאַלן זענען מיר שוין אַזױ גיך נישט אייג- 
געשלאַפן. בראָדערזאָן האָט אַרױסגענומען זיינע באַליבטע ספרים. אַלטע 
פאַרצייטישע מוסר-ספרים, װאָס זענען געדרוקט געװאָרן מיט אַ הונדערט 


99 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


און הונדערט און צוואנציק יאָר צוריק און אין זיי אַרײנגעקוקט ביז ער 
איז מיד געװאָרן און זיך געלייגט שלאָפן. 


--- 22 --- 


תנ"ך און מוסר-ספרים --- אונדזער גייסטיקע שפּיז 
אין דער שווערער צייט 


עס ליגן איצט פאַר מיר אויפן טיש די ספרים מיט די אַלטע פאַרגעלטע 
און אַש-קאָליריקע בלעטער, װאָס בראָדערזאָן האָט געלײיענט אין דער 
דאָזיקער שווערער מאוימדיקער צייט: ;ספר מנורת המאור" פון רבינו 
יצחק אבוהב הספרדי זצ"ל י, געדרוקט אין וילנע אין ראָמס דרוקעריי 
אין יאָר 1861 און דעם ;קב הישר בלשון קודש ובלשון אשכנז בכתב עברי 
ונקודות הנקרא עברי טייטש", געדרוקט אין סודזילקאָוו (סדילגאָו) אין 
יאָר 1828, די דאָזיקע ספרים, וועלכע איך האָב אוױיסבאַהאַלטן און געפירט 
מיט זיך פון מאָסקװע דורך פּולן קיין ישראל ועקן אין מיר די זכרונות 
און שטימונגען פון יענער צייט, ווען איבערן ייַדישן לעבן אין ראַטנפאַר- 
באַנד האָט זיך אַראָפּגעלאָזט די שווערע פינצטערע סטאַלי-נאַכט. 


די דאָזיקע ספרים האָט בראָדערזאָן איינגעהאַנדלט אויף דער בארא- 
כאָלקע (אַלטװאַרג-מאַרק) אין מאָסקװע. מ'האָט זיי פאַרקויפט וי , פּאַק- 
פּאַפּיר". דאָרט האָט בראָדערזאָן אויך געקויפט אַ תנ"ך מיט אַ יידישער 
איבערזעצונג, אַן אױיסגאַבע פון אַ לאָנדאָנער מיסיאָנערן געזעלשאַפט אין 
יאָר 1912. קיין אַנדערע תנ"ך-אויסגאַבעס האָט מען אין מאָסקװע נישט 
געקענט באַקומען. | 

זינט דעם אַרעסט פון די שרייבער איז משה נישט אַרױס פון דער 
שטוב. קיין מאָסקװע האָט ער נישט געװאָלט פאָרן. ,נישטאָ צו וועמען" 


1 רבינו יצחק אבוהב הספרדי האָט געלעבט אין 15טן און אין אָנהײב 16טן יאָר- 
הונדערט. דעמאָלט האָט ער געשריבן זיין ספר ,מנורת המאור", װאָס האָט שפּעטער 
באַקומען אויך אַן איבערזעצונג אין ,,עברי-טייטש", 


60 





מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


--- האָט ער געזאָגט. איך פלעג אָפּטמאָל פאָרן כדי אָפּצוגעבן מיין אַרבעט 
אין ;קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַרטיסטן". דאָרט האָב איך זיך יעדעס 
מאָל דערװוּסט פון נייע אַרעסטן. מ'האָט אַרעסטירט נישט בלױז ייִדן 
מ'האָט געשמועסט, אַז עס חזרט זיך איבער דאָס יאָר 1937, סטאַלין גרייט 
אַ נייע סעריע פון אױיסראָטונגען פון זיינע נאָענטסטע מיטאַרבעטער און 
בכלל פון אינטעליגענץ, צו וועלכער ער האָט נישט קיין צוטרוי. צוזאַמען 
מיט דעם טעראָר זענען געװאָקסן אויך די אַנטיסעמיטישע שטימונגען, 
װאָס האָבן זיך אױיסגעשפּרײט דירעקט פון קרעמל, פון סטאַלינס סביבה, 


אין דער דאָזיקער גרויליקער צייט האָט בראָדערזאָן זיך נאָך מער 
פאַרטיפט אין זיינע ספרים. ער האָט מיר אָפּטמאָל פאָרגעלײיענט די עברי- 
טייטש איבערזעצונגען און באַװוונדערט די הויכע מאָראַל, די פּאָצטישע 
פאַנטאַסטיק, װאָס די פרומע מחברים האָבן אַרױסגעבראַכט אין זייערע 
ספרים. , דאָרט געפינען זיך עטישע אייביקייט-װוערטן, װאָס זענען אַן אָנ" 
דייט אויך אויף אונדזער צייט און אונדזערע באַדינגונגען פון מענטש- 
לעכער געפאַלנקײט? -- האָט ער געזאָגט און דערביי מיר פאָרגעלייענט 
פון ;קב הישר* אַן אָפּזאַץ פון עברי-טייטש, װאָס ער האָט באַלד אונטער- 
געשטראָכן מיט בליי: 


,מתחלת, פון דעם אָנהייב, אַז גאָט ב"ה האָט באַשאַפן די וועלט, 
האָט ער געזען, אַז די װועלט װועט קיין קיום נישט האָבן, האָט ב"ה משתף 
געווען דעם מדת הרחמים צו דעם מדת הדין און האָט די װועלט באַשאַפן 
מיט דעם מדת הרחמים און מדת הדין -- -- --- גאָט ב"ה מיט זיין פיל 
רחמנות איז זיך מרחם איבער אַלצ זיינע באַשעפענישן דערום האָט ער 
משתף געווען דעם מדת הרחמים צו דעם מדת הדין. נאָר דער מדת הדין 
שרייט און איז אָבער מקטרג און וויל גאָט ב"ה זאָל טאָן דין אויף דער 
וועלט, גיט גאָט ב"ה אַ צדיק, װאָס וועגט קעגן גאָר דער וועלט און ער 
שטילט איין דעם דין און גאָר די װועלט ווערט ניצול, אָבער תיכף וי דער 
דאָזיקער צדיק שטאַרבט ווערט געבוירן אַן אַנדערער צדיק אויף זיין אָרט*, 

די דאָזיקע הויך:עטישע פּסוקים האָט מיר בראָדערזאָן פאָרגעלייענט 
מיט אַ ניגון פון אַ מגיד און מיט דעם זעלביקן ניגון פאַרענטפערט: ,, היינט 
שטעלט אייך פאָר מיינע ליבע לײט, אַז אין דעם לאַנד איז בעונותינו 


01 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


הרבים נישטאָ קיין מדת הדין און נישט קיין מדת הרחמים און דער צדיק 
ווערט נישט געבוירן --- איז דאָך אַ בראָך צו אונדזערע יאָרן. 


ה-- 23 == 


די סאַויעטישע שרייבער און אַרעסטירטע און געפּײניקטע 
/ ייִדישע פּען-מענטשן 


די אַרעסטן פון די ייִדישע שרייבער און די ליקװידאַציע פון דער 
ייִדישער קולטור, האָט פאַרשטענדלעך ביי קיינעם נישט אַרוסגערופן קיין 
שום פּראָטעסטן. עס איז, װי דער שטייגער איז אין ראַטנפאַרבאַנד, דורכ- 
געגאַנגען שאַ, שטיל. די דערשלאָגענע ייִדישע באַפעלקערונג, די װאָס 
האָבן זיך נאָך געקװויקט מיט אַ ייִדיש-װאָרט און מיט אַ ייִדישער טעאַ-. 
טער-פאָרשטעלונג, האָבן געװוּסט, אַז מען האָט מיט גװאַלד פאַרמאַכט 
דאָס ייִדישע מויל: מיכאָעלסעס טראַגישער טױט איז פאַר קיינעם נישט 
געווען קיין סוד. וועגן די אַרעסטירטע שרייבער האָט מען זיך געשושקעט 
און קיינער פון די סאָװויעטישע ייִדן האָט, פאַרשׂטענדלעך, נישט געהאַט 
די העזה צו עפענען דאָס מױיל, כדי, לכל הפּחות, צו דערמאָנען די סאָ- 
וויעטישע ,גערעכטיקייט" וועגן דעם אומדערהערטן פאַרברעכן, װאָס עס 
ווערט באַגאַנגען קעגן ייִדישן פאָלק און זיין אינטעליגענץ. 

געשוויגן האָט אויך דער אַלמעכטיקער ;סאָיוּז סאָוויעטסקיך פּיסאַ- 
טעלי?" (פאַריין פון סאָוויעטישע שרייבער) װווּ די אַרעסטירטע זענען גע" 
ווען אָנגעזעענע מיטגלידער. ערשְט ווען איך בין געקומען קיין פּוױלן האָב 
איך זיך דערװוזסט, אַז סאָװיעטישע פּאָעטן און פּראָזאַיקער, װאָס שטייען 
בראש פון ,סאָיוּז פּיסאַטעלי", דערונטער אויך איליאַ ערענבורג, האָבן 
אויף אַ נידערטרעכטיקן אופן געלייקנט פאַר דער ייִדישער עפנטלעכקייט 
און אויך פאַר נישטײידן, אַז זיי,. די סאָויעטישע שרייבער, ווייסן עפּעס 
וועגן זייערע ייִדישע געפּײיניקטע קאָלעגן. 

היינט קען מען שוין פעסטשטעלן מיט דער פולער זיכערקייט, אַז 
נישט בלויז האָבן די סאָוויעטישע שרייבער געװוּסט וועגן אַרעסט, פאַר- 


02 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


פּײיניקן און דערשיסן פון די ייַדישע פּען-מענטשן, נאָר אַז די אָנפירער פון 
,סאָיוּז סאָװויעטסקיך פּיסאַטעלי* האָבן געגעבן זייער הסכמה אױיף די 
גרויליקע פאַרברעכנס. װי עס האָט מיר איבערגעגעבן בראָדערזאָן, האָט 
ער ביי זיין ערשטער אױיספאָרשונג אין מ.ג.ב. (מיניסטעריום פאַר מלוכה- 
שוץ) באַמערקט אויף די אַקטן די צושריפט: ;סאָגלאַסען אַרעסטאָװאַט 
בראָדערזאָנא*, -אונטערגעשריבן -- קאָנסטאַנטין סימאָנאָו, דער פאָרזי" 
צער פון סאַָװיעטישן שרייבער-פאַריין. 

פון דער דאָזיקער פעסטשטעלונג ווערט קלאָר, אז קאָנסטאַנטין סי- 
מאָנאָװ, דער באַרימטער סאָוויצטישער שרייבער און פאָרזיצער פון סאָ- 
וויעטישן שרייבער-פאַריין האָט געהאָט אַ דעה ביי די אַרעסטן פון די 
ייִדישע פּעזדמענטשן. ער-מיט זיין אױיטאָריטעט האָט אפשר געקענט ווירקן 
אָפּצוהאַלטן פון אויספירן דאָס דאָזיקע פאַרברעכן, געטאָן האָט ער אָבער 
פּונקט פאַרקערט: ער האָט געגעבן זיין הסכמה צו אַרעסטירן די אומשול- 
דיקע קרבנות פון סטאַלין-טעראָר. | | 

שפּעטער, ווייזט אויס, האָבן סאָוויעטישע שרייבער גענומען אַטאַ- 
קירן אויף אַן אומדערהערטן אופן זייערע חברים, די שוין אַסימילירטע 
ייִדישע ליטעראטן, װאָס האָבן אונטער פאַרשיידענע רוסישע נעמען גע- 
שריבן אין דער סאָוויעטישער פּרעסע. -- עס האָט זיך אָנגעהויבן די באַ- 
קאַנטע קאַמפּאַניע קעגן די ,קאָסמאָפּאָליטן", ,פאָטערלאַנדלאָזע בראָדיאַ- 
געס", וועלכע פאַרדעקן זייער ייִדישקייט מיט רוסישע נעמען. 


מיינע רוסישע שכנים, קאָמוניסטן, ברענען אונדזערע טריט 


די לעצטע חדשים פאַר בראָדערזאָנס אַרעסט איז אונדז נאָך אויס- 
געקומען איבערצולעבן שווערע אַנטיסעמיטישע אָנגריפן פון אונדזערס אַ 
שכן, װאָס האָט געמאַכט כוליגאַנישע אָנפאַלן אויף אונדזער איינזאַמען 
ווינקל. 

אין איינעם אַ טאָג האָבן מיר באַקומען נייע שׂכנים, אָנגעזעענע קאָ- 


05 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


מוניסטן. דער ראש פון דער משפּחה װאָס האָט פאַרנומען די דירה איז 
געווען אַ פּאָדפּאָלקאָװניק. זיין איידעם אַ ,סטאַרשי* לײיטענאַנט. אַ חוץ 
זיי איז נאָך געווען אין דער משפּחה -- אַ דערװאַקסענע טאָכטער און 
צוויי קינדער. דער פּאָדפּאָלקאָװניק און זיין פרוי האָבן שטאָלצירט מיט 
זייער אָנגעהעריקייט צו דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ נאָך פון יאָר 1920, 


מתחילת, איידער זיי האָבן געװוּסט, אַז מיר זענען ייִדן, האָבן זיי זיך 
צו אונדז פאַרהאַלטן גאַנץ לאָיאַל. מיטאַמאָל האָט זיך געענדערט זייער 
באַציונג. דער קאָמוניסטישער מיליטערמאַן האָט פּראָסט און פּשוט אונדז 
געפרעגט, ווען האָבן מיר בדעה זיך אַרױסצוציען פון דער שטאַלװוינונג, 
ווייל ביי זיי איז אַ גרויסע משפּחה און זיי נייטיקן זיך אין דעם צימער. 
משה האָט אָפּגעענטפערט מיט זיין לייכטן טאָן, אַז אַזאַ ‏ שטאַל-װוינונג 
איז נישט פּאַסיק פאַר אַן אָנגעזעענעם מיליטערמאַן אַ קאָמוניסט, װאָס 
דאַרף װוינען טאַקע אין סאַמע מאָסקװע. אונדזער שׂכן האָט פאַרשטאַנען 
דעם ,שטאָך* און בייז געזאָגט, אַז פאַר אַ יעוורעי איז זיכער נישט פאַראַן 
דאָ קיין אָרט. 

פון דעמאָלט אָן האָבן די שכנים אָנגעהויבן קעגן אונדז אַ כוליגאַנישע 
מלחמה. זיי האָבן איבערגעשניטן די עלעקטרישע דראָטן און מיר זענען 
געבליבן איו דער פינצטער. זיי האָבן אַרײנגעװאָרפן שׂמוץ אין דעם צי- 
מער, פאַרמאַכט דאָס קלאָזעט און געזידלט און געדראָט, אַז עס װעט 
קומען אונדזער סוף. בראָדערזאָן האָט געמאָלדן אין דער מיליץ וועגן די 
כוליגאַנישע אָנפאַלן,. דאָרט האָט מען צוגעזאָגט דעם ענין אוױיסצופאָרשן 


צוויי װאָכן נאָך משהס אַרעסט, אין שפּעטן אָװנט, מען קלאַפּט אין 
טיר. געעפנט האָט דער שכן רע. דורכן פענצטערל האָב איך באַמערקט 
דאָס אָנקומען פון מיליציאַנטן, איך האָב זיך גענומען גרייטן... איך האָב 
צונויפגעלייגט אַ פּעקל וועש. באַלד האָט מען אָנגעקלאַפּט אין דער טיר, 
עס זענען אַריין צוויי מיליציאַנטן מיט אַ פריינטלעכן ,זדראַסטװױטיע?. 
זי האָבן זיך אַרומגעקוקט אין צימער און געפרעגט זיך צי דער שכן טוט 
אונדז נאָך שלעכטס. פון דעם כיטרען שמייכעלע אין זייערע אויגן האָב 
איך געזען, אַז קיין גוטס האָב איך נישט צו דערװאַרטן. איך האָב דעריבער 
זיך אַרױסגעדרײט פון אַ קלאָרער תשובה. | 


64 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערואָן 


--- 25 -- 
משה בראָדערזאַן דער געפערלעכער פאַרברעכער 


דאָס לעבן אין אונדזער קעמערל איז אָבער װאָס ווייטער געװאָרן אַלץ 
מער אומדערטרעגלעך. עס איז שוין געווען אַ יאָר מיט 4 חדשים נאָכן 
אַרעסט פון די ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער. עס איז געקומען אַפּריל 
חודש. די זון האָט אָנגעהויבן װאַרעמען און שטאַרקער צו לייכטן. אויך 
אין אונדזער קעמערל איז געװאָרן ליכטיקער. אויף די וועגן האָבן זיך באַ- 
וויזן די ערשטע גרעזעלעך. דאָס אָנקומען פון פרילינג, װאָס װועקט שטענ- 
דיק האָפענונג און גלויבן אין מענטשלעכע הערצער, האָט אויך איצט, אין 
אונדזער שווערן מצב, געצונדן אין אונדז אַ שטראַל פון האָפענונג. די 
לעצטע חדשים זענען קיין נייע אַרעסטן נישט פאָרגעקומען. אפשר האָט 
זיך שוין ערגעץ דאָרט געשטילט דער בייזער כעס און מען װעט דאָך קענען 
רוּיִק לעבן אויף דער וועלט... | 

אַזױ האָט בראָדערזאָן גערעדט און אונטער דעם איינדרוק האָט עֶר 
באַשלאָסן צו פאָרן אין מאָסקװע אין ;סאָיוּז סאָוויעטסקיך פּיסאַטעלי?, 
און מאַכן אַ שמועס וועגן געבן אונדז אַ בעסערע דירה, נענטער צו מאָס- 
קווע, צוישן קולטורעלע מענטשן, װוּ מען װעט אונדז נישט פאַרפאָלגן. 

עו איז טאַקע געפאָרן קיין מאָסקװע און איז צוריקגעקומען אַ דער- 
פרייטער. ער האָט דערציילט, אַז אים האָט אויפגענומען סאַפראָנאָו, דער 
סעקרעטאַר פון שרײיבער-פאַריין. עס איז געווען אַ פריינטלעכער שמועס. 
סאַפּראָנאָוו האָט באַװוּנדערט בראָדערזאָנס זאַפטיקע רוסישע שפּראַך און 
אים פאָרגעלייגט, אַז ער זאָל נעמען שרייבן אויף רוסיש,.. משה האָט אים 
געענטפערט, אַז ווען ער, בראָדערזאָן, װאָלט געהאַט גאָרקיס רוסיש װאָלט 
ער זיכער געשריבן אין דער שפּראַך. סאַפּראָנאָװו האָט אים לסוף צונע- 
זאָגט, אַז ער װעט זיך פאַרנעמען מיט אויסזוכן פאַר אונדז אַ דירה... 


+ א א 


עס איז געקומען דער טאָג פון 28סטן אַפּריל 1950. עס האָט זיך 
געשטעלט אַ שיינער זוניקער פרילינג-פרימאָרגן. אויך דורך אונדזער קליי- 


05 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


נעם פענצטערל האָבן זיך אַרײנגעגליטשט זוןדשטראַלן און לייכטער גע- 
מאַכט דאָס געמיט. משה האָט זיך אויפגעכאַפּט זייער פר;ל און דערקלערט, 
אַז ער פאָרט קיין מאָסקװע וועגן דער דירה. מען האָט אים אויף היינט 
צוגעזאָגט אַן ענטפערץ / | 

בראָדערזאָן איז אַװעק און איך בין געבליבן אַליין אין שטוב. איך 
האָב זיך גענומען צו מיין אַרבעט: אױיספאַרטיקן די װוּאַלן. דער זוניקער 
פרימאָױגן האָט אַזױ דערװאַרעמט מײַן האַרץ און נשמה, אַז מיר האָט 
זיך געװאָלט זינגען. אָבער באַלד האָב איך זיך דערמאַנט אין די אַרעסטיר- 
טע שרייבער און זייערע פאַראיינזאַמטע פרויען און מיין געמיט איז וי- 
דער געװאָרן שווער. איך האָב געטראַכט, אַז אויך צו אונדזער נייער דירה 
אין מאָסקװע װועלן טרעפן די ענקאַוועדע, פּונקט וי זיי האָבן געטראָפן 
צו פעפערן, בערגעלסאָנען און מאַרקישן. | 

אין אָװונט איז אָנגעקומען משה, וי נאָר ער איז אַריבער די שװעל 
האָט ער מיט פרייד אָנגעזאָגט די גוטע בשורה: ,מיר גייען אַרױס פון 
דעם שטאַל. עס הייבט זיך אָן אַ נייער פּעריאָד אין אונדזער לעבן", 

ווייטער האָט ער מיר דערציילט וועגן זיין שמועס מיטן סעקרעטאַר 
און פאָרזיצער פון שרייבער-פאַראיין --- סאַפּראָנאָוו און קאָנסטאַנטין סי- 
מאָנאָוו. ביידע האָבן דערקלערט, אַז די פאַרװאַלטונג פון פאַרֵיין האָט 
באַשטימט פאַר אונדז אַ דירה אין מאָסקװע און דעם 5טן מאַי דאַרף מען 
באַקומען די שליסלען פון דער נייער װוינונג, 

מיר האָבן אָפּגעגעסן אָוונטברויט אין אַ גוטער שטימונג. מיר האָבן 
גערעדט וועגן דעם נייעם, װאָס טרעט אַריײן אין אונדזער לעבן און באַ- 
מיַט זיך, װוי דער שטייגער איז ביי מענטשן נישט צו טראַכטן וועגן דעם 
שלעכטן, װאָס קען נאָך אָנקומען. 

משה האָט זיך געפרייט נישט בלויז מיט דער װווֹינונג. די לעצטע 
חדשים האָט דער געשפּענסט פון די אַרעסטן אונדז פאַרפאָלגט און יעדע 
נאַכט האָט ער געװאַרט מיט האַרצקלאַפּעניש אויף זיין ריי. יעדער קלאַפּ 
אין טיר האָט אונדז געמאַכט אויפציטערן. משה פלעגט וערן בלייך װוי" 
די װאַנט און זיין האַרץ האָט אָנגעהױיבן קלאַפּן, נישט איינמאָל האָט ער 
זיך פאַר מיר באַקלאָגט, אַז ער קען מער שוין נישט אױיסהאַלטן די דאָ- 


06 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


זיקע נעדוועזע שפּאַנונג און אַז טײילמאָל דאַכט זיך אים, אַז ער װעט 
אַראָפּ פון זינען אויב עס װעט ווייטער זיך אַזױ צִיִעױ 

די בשורה פון דער נייער װוינונג איז פאַר אונדז געווען א צייכן, אַז 
מען װעט אונדז לאָזן צורוּ. אָבער מיר האָבן געהאַט אַ טעות. 

פּלוצים האָט מען גענומען קלאַפּן אין טיר. אַ פּחד איז אונדו באַ- 
פאַלן. מיר האָבן נישט געהערט קיין טריט אויפן הויף. דער הונט האָט 
נישט געבילט. וי גנבים האָבן זיי זיך שטיל אונטערגעשאַרט, כדי צו 
כאַפּן דעם קרבן. אַזױ איז זיך נוהג די ,ענקאַװעדע", ווען זי גייט דורכ- 
פירן רעוויזיעס און אַרעסטן. דאָס איז געווען סטאַלינס לערע: ;איבער- 
כיטרעווען דעם שונא און כאַפּן אים אומגעריכט". 

איך האָב אויפגעמאַכט די טיר. עס זענען אַריינגעקומען פיר פּערזאָן: 
צוויי ציוויל געקליידט און צוויי אין ענקאַוועדע-מונדירן. איינער פון זי 
--- אַ קאַפּיטאַן. דורך דער אָפּענער טיר האָב איך באַמערקט, אַז אין פאָר" 
הויז שטייען באַװאָפּנטע מונדירטע לייט, 

דער קאַפּיטאַן האָט מיט אַ געמאַכטער העפלעכקייט דערקלערט, אַז 
זיי זענען געקומען קאָנטראָלירן די פּעסער און איידער איך האָב באַװיזן 
צוֹ דערלאַנגען די דאָקומענטן האָט זיך דערהערט אַ רוגזהדיקער געשרי: 
,רוקי וויערך"! (די הענט אין דער הויך). 

נאָכדעם איז שוין אַלץ געגאַנגען ;נאָרמאַל", זיי האָבן דורכגעפירט 
אַ פּערזענלעכע רעוויזיע ביי מיר און משהן, און דעמאָלט האָט דער קאַ- 
פּיטאַן צו מיר געזאָגט: ,גרייט-צו פאַר אים וועש". 

זיי האָבן אין משהס טאַשׂ געפונען אַ חנוכה-דריידל פון עלפאַנט- 
ביין, דער קאַפּיטאַן האָט זיך אָנגעכאַפּט אין דער מציאה און אויסגערופן: 
,עטאָ נאַציאָנאַלנאיאַ איגרושקאַ? (דאָס איז אַ נאַציאָנאַלע שפּילצײג). 
איך האָב אים געפּרוּװוט אויפקלערן, װאָס דאָס איז, אָבער ער האָט זיך 
געהאַלטן ביי ס'זייניקע און גענומען שרייבן. האָב איך צו אים אַ זאָג 
געטאַן: ,טאָ שרייבט שׂוין בעסער, אַז איר האָט געפונען אַ באָמבע". דער 
אָפּיציר האָט בייז אַ װאָרף געטאָן דאָס דריידל אויפן דיל, 

ער האָט מיר אָבער מיט געמאַכטער העפלעכקייט דערלויבט, איך זאָל 
זיך געזעגענען מיט מיין מאַן, כ'האָב זיך געשטאַרקט נישט צו צעוויינען 


61 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


זיך און נישט אַרײנצופאַלן אין צערטלעכקייט אין קעגנװאַרט פון די ענ- 
קאַװעדע-לייט. זיי האָבן בראָדערזאָנען אַרויסגעפירט און שוין ביי דער 
שוועל האָט ער וי דעמאַנסטראַטיוו אויסגערופן צו מיר אין רוסיש: -- 
;פּערעדאַי קאָנסטאַנטינו סימאָנאָװוּ, פּרעדסעדאַטעליו סאָיוּזאַ סאָװיעטס- 
קיך פּיסאַטעלעי אַ מאָיאָם אַרעסטיע? (,גיב איבער קאָנסטאַנטין סימאָ- 
נאָװן, דעם פאָרזיצער פון סאָװויעטישן שרײבערפאַריין,. וועגן מיין 
אַרעסט*), 

די ענקאַװעדע-פּאַרשױנען האָבן אים אַרױסגעפירט אויפן גאַס. איך 
האָב אים געװאָלט באַגלײטן און ביי דער טיר פאַרהאַלטן געװאָרן דורך 
אַן אויסגעשטרעקטער ביקס. די באַװאָכנטע פּאַרשױנען זענען ווייטער גע- 
בליבן מיט מיר אין צימער און אַ גאַנצע נאַכט האָט געדויערט די רעוויזיע, 
ערשט, ווען דאָס מאָרגנליכט האָט זיך אַרײנגעגאָסן דורכן קליינעם פענצ- 
טערל, האָבן זי פאַרלאָזט די װוֹינונג אין אַ שרעקלעכער אומאָרדענונג, 
אָנגעװאָרפן מיט חפצים, | 

פון דער גאַס איז צו מיר דערגאַנגען די הייזעריקלעכע שטים פון 
מיין שכן דעם פּאָדפּאָלקאָװניק, דער קאָמוניסט נאָך פון יאָר 1920, ער 
האָט געפרעגט דעם קאַפּיטאַן: /פאַרװאָס נעמט איר זי אויך נישט אַװעק". 
אויף װאָס מיין שכן רע האָט באַקומען אַן ענטפער: אדערווייל איז זי 
אונדז נישט נייטיק, אַז מען װעט זי דאַרפן, װעט מען זי נעמען". 

איך האָב זיך אומגעקוקט איבער מיין צעטרייסלט קעמערל. איך האָב 
טיף אָפּגעזיפצט: ,מיט וועמען בלייב איך דאָ איבער" און אַ שטראָם פון 
טרערן האָט אַ שפּאַר געטאָן, װיינענדיק הויך אויפן קול בין איך אַרױפ- 
געפאַלן אויפן צעװאָרפענעם בעט. 


--- 26 -=- 
דאָס איז געווען אין יום-טוב פון ערשטן מאַי 


פיר טעג בין איך געלעגן איינזאַם אין דער פּאָגראָמירטער שטוב. די 
טאַפּעטן, מיט וועלכע מיר האָבן זיך באַמיט צו פאַרשטעלן די מיאוס- 


08 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


קייט פון די ווענט, זענען געווען אָפּגעריסן. דאָס אַש פון אויוון --- אַרױס- 
געװאָרפן, די פּאָדלאָגע צעלייגט. איך בין געלעגן צעבראָכן, מיד, די אברים 
--- שווער. איך האָב זיך געפילט װי איך װאָלט דורכגעגאַנגען א שווערע 
קרענק, | 

אין די דאָזיקע טעג איז געווען דער ערשטער מאַי יום-טוב, דער יום- 
טוב פון דער צוקונפט, פון מענטשלעכער דערהויבונג, װי איך בין פון מיינע 
יינגסטע יאָרן אָן געװוינט געווען צו טראַכטן, נאָך אַלס גימנאַזיסטין האָב 
איך זיך צוגעקוקט און פיל אָנגעהערט, װי די לאָדזשער אַרבעטער פייערן 
מיט מסירת נפש דעם אינטערנאַציאָנאַלן יום-טוב פון אַרבעט פון מענטש- 
לעכער דערהויבונג און איצט, אין לאַנד פון סאָציאַליזם, ליג איך אין 
געהאַקטע װוּנדן. בראָדערזאָן דער דיכטער, װאָס האָט אין אַ הימן צו די 
מאַסן אויסגעזונגען: | 


געפלאַסטערטע גאַסן, ברוקירטע מיט שטיין, 

עס גייען די מאַסן אין אײביקן גיין, 

עס בויט זיך אַ לעבן פון לויטערער פרייד 

ווערט שטאַרקער און דרייסטער מיט אונדז װער עס גייט -- + 


ער, דער דיכטער, ליגט ערגעץ אין אַ תפיסה, 


אין מיין טיפער דערשלאָגנקײט האָב איך נישט געטראַכט וועגן ערשטן 
מאי, איך האָב איבערהױפּט פאַרגעסן, וועלכע דאַטע און טאָג עס איז, 
אויף די מחשבות פון ערשטן מאַי האָט מיך אַרויפגעפירט מיין שכן רע, 
דער פּאָדפּאָלקאָװניק מיטן פּאַרטיי-בילעט פון יאָר 1920, שוין צוויי טעג 
וי ביי מיין שכן איז לעבעדיק, פריילעך. מען שיכורט און מען טאַנצט, 
מיט שיכורע קולות רופט מען אויס הוראַ פאַרן גרויסן פירער -- סטאַלין 
און כסדר איבערחזרט מען דאָס ליך: 


;װיפּיאָם זאַ ראָדינו, 
װיפּיאָם זאַ סטאַלינאַ, 
װיפּיאָם --- 

דאַ סנאָװואַ נאַליאָם?! 


69 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


אויפן פערטן טאָג נאָך משהס אַרעסט, ווען ביי מיין שכן האָבן זיך 
שוין געהאַט פאַרענדיקט די ערשטע מאַײהוליאַנקעס, האָט זיך די טיר 
געפנט און עס איז אַרײנגעקומען זיין ווייב מיט איר טאָכטער. מיט אַ 
חוזק-שמייכעלע האָט זי זיך געװאָנדן צו מיר: ,נו, איך האָב אייך געזאָגט, 
אַז איר זאָלט אַװעק פון דאַנען, פאַר אייך אין דאָ נישט קיין אָרט. אויך 
איצט זאָג איך אייך: הערט אויף צו פאַרשטינקען דאָ דעם הױף מיט 
אייער אַרבעט און טראָגט זיך אַרױס פון דאַנען, איר װעט נישט פאַרנץ- 
מען אַלײן אַ צימער. מיט מיליץ װעט מען אייך אַרױסװאַרפן און מיך 
וועלן דאָ וװווינען". 


איך האָב נישט געהאַט קיין כוח און קיין מוט צו רעאַגירן אויף דער 
דאָזיקער חוצפּה. איך האָב איר גאָרנישט געענטפערט און זי האָט פאַר- 
האַקט די טיר, נאָך דעם, װי זי איז אַװעק, האָב איך ערשט דערזען אַז 
עס זענען פאַרשװונדן אַ טייל פון מיינע פּראָדוקטן.. 


איך האָב זיך באַמיִט אויפצושטיין, כדי צו מאַכן אַביסל אַרדענונג 
אין מיין אָרעמער פאַרװויסטער שטוב, איך האָב צוזאַמענגענומען די צע- 
װאָרפענע צייטונגען, זשורנאַלן און בריוו, וועלכע די ענקאַװעדע-לייט האָבן 
נישט געפונען פאַר נייטיק מיטצונעמען. פאַר זיי איז וויכטיק געווען צו 
פאַרכאַפּן אַזאַ .,באַשולדיקונג-דאָקומענט? װי דער לעצטער בריוו, װאָס 
מיין פאָטער האָט אונדז געשיקט פון לאָדזשער געטאָ. איך האָב פּראָטעס- 
טירט און דערקלערט, אַז דאָס איז דער בריוו פון מיין טאַטן, װאָס איז 
פאַרפּײיניקט געװאָרן דורך די דייטשן, 


אויף מיין בקשה איבערצולאָזן דעם בריוו האָב איך באַקומען אַ בייזן 
חוזק-ענטפער: ;אָט באַלד װעל איך דיר איבערלאָזן די בריוו פון זיידן און 
פון דער באָבען". ווייזט אויס, אַז מיין פאָטערס בריוו פון פּױלן האָט פאַר 
דער אױספאָרשונג געדאַרפט דינען װי אַ באַװײז, אַז בראָדערזאָן האָט 
בעת דער מלחמה געהאַט באַציונגען מיט די דייטשן 


10 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


--- 27 == 
הינטער די ווענט פון קרעמל 


וי נאָר איך בין אַביסל געקומען צו זיך, האָב איך גענומען טראַכטן 
װאָס טוט מען װײיטער? וי אַזױ ראַטעװעט מען אַרױס משהןן. איך בין 
נישט געווען אַזױ פיל געפּרוּװוט װי דער רוסישער מענטש, װאָס נעמט 
אויף די אַרעסטן, פאַרשיקונגען און דערשיסונגען, װי אַ ביטערן גזר 
פון הימל, קעגן וועלכן מען קען גאָרנישט טאָן. אין מיין נאַיָװון גלויבן, 
אַז ערגעצווו, הינטער די קרעמל-מויערן מוז זיין אַ גערעכטיקייט, האָב איך 
זיך אַװעקגעזעצט שרייבן אַ בריוו צום ,פאָטער פון די פעלקער" --- צו 
סטאַלינען. 
איך האָב געשריבן, אַז מיין מאַן איז אומשולדיק. ער איז אַ קריש- 
טאָל-רײנער מענטש, האָט קיינמאָל נישט געהאַט צו טאָן מיט קיין פֹּאָי 
ליטיק, איך האָב אין בריוו דערציילט, אַז נאָכדעם װי די פאַשיסטישע 
דייטשן האָבן פאַרנומען פּולן, האָבן זי אויף בראָדערזאָנען אַרױסגעגעבן 
אַ טויט-אורטייל און באַשטימט 15 טױיזנט מאַרק פאַר זיין קאָפּ, ,מיר 
זענען געקומען אין ראַטנפאַרבאַנד, כדי צו ראַטעװען זיך פון דער דייטש- 
פאַשיסטישער אױסראָטונג. איך האָב פאַרענדיקט מיין שרייבן מיט דער 
האָפענונג, אַז די סאָויעטישע גערעכטיקייט װעט אויסגעפינען דעם אמת 
און מיין מאַן באַפרייען. | 
- = מיט דער דאָזיקער ווענדונג צו סטאַלינען בין איך אַװעק קיין מאָס- 
קווע. עס איז געווען דער דריטער מאַי, איבער די מאָסקװער גאַסן האָבן 
נאָך געפלאַטערט די רויטע פענער פון ערשטן מאַיפּאַראַד. איך בין צוגע- 
פאָרן צום קרעמל. דער ,רויטער פּלאַץ* איז געווען ליידיק. פונדערווייטנט 
האָט אין די זוןךשטראַלן געפינקלט דער גאָלדענער פינף-קאַנטיקער שטערן 
מיט דעם סערפ און האַמער, װאָס זאָגט אָן דער װעלט דעם זיג פון דער 
אַרבעטער-גערעכטיקײיט. מיט א קלאַפּעדיק האַרץ בין איך צו צו דער הוי- 
כער מויער, װאָס טיילט אָפּ דעם קרעמל פון דער גאַס. דאָרט אין דער 
װאַנט איז פאַראַן אַ בריוו-קעסטל, װוּ יעדער סאָוויעטישער בירגער קען 
אַרײנװאַרפן זיינע אָנקלאַגעס.,. אין דעם בריװ-קאַסטן האָב איך אַראָפּי 


21 


שייגע-מרים בראַדערזאָן 


געלאָזט מיין ווענדונג צום ,פאָטער פון די פעלקער", צו סטאַלינען... איך 
האָב גענומען װאַרטן אויף אַן ענטפער, וועלכער איז קײינמאָל נישט גע- 


קומען. 
א 6 


נאָך די פיר שווערע טעג, האָב איך זיך דאָך באַהערשט. אַזאַ כוח 
ליגט שוין אין דעם מענטש, דאָס שווערסטע אומגליק טראָגט ער דורך און 
אויב דאָס האַרץ הערט נישט אויף צו קלאַפּן מוז מען ווייטער לעבן. אין 
מיין איינזאַמקײט, אין מיין צעבראָכן לעבן האָט פאַר מיר געלויכטן איין 
ציל: פאַר אים דאַרף איך לעבן, כדי אים צו העלפן אין זיין שווער תפיסה- 
לעבן, - | 

איך בין ווידער אַװעק אין קאָמבינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן, 
כדי צו באַקומען אַרבעט. די באַאַמטע פון קאָמבינאַט האָבן מיך כמעט וי 
נישט דערקענט. זיי האָבן מיך געפרעגט, װאָס עס איז מיט מיר געשען. 
איך האָב געפּרוּווט ענטפערן, נאָר עפּעס האָט מיך גענומען שטיקן אין 
האַלדז. עס איז מיר געװאָרן פינצטער פאַר די אויגן. איך האָב פאַרלוירן 
דעם באַװוּסטזיין. ווען איך בין צו זיך געקומען האָב איך זיך געפונען 
אַרומגערינגלט פון די מיטאַרבעטער פון קאָמבינאַט. 

איך האָב זיי דערציילט וועגן אַרעסט פון משׂהן. איינער האָט מיר 
פריינטלעך געעצהט, איך זאָל קיין סך נישט ריידן וועגן דעם, אַנדערע 
האָבן מיר געטרייסט, אַז איך בין נישט די איינציקע. איך האָב צוריק- 
באַקומען מיין אַרבעט צו מאַכן װואַלן און זיך ווידער אײינגעשפּאַנט אין 
לעבן, | 

איך האָב זיך נאָכגעפרעגט ביי מענטשן, װוּהין דאַרף איך זיך ווענדן, 
כדי צו דערוויסן זיך, װוּ עס געפינט זיך מיין אַרעסטירטער מאַן. מ'האָט 
מיר אָנגעװויזן אַן אַדרעס אויף קוזניעצקי-"מאָסט 24, איך בין צוגעקומען 
צו דעם הויז און געזוכט עפּעס אַ ציכן פון דעם אַלמעכטיקן מ. ג. ב, 
(מיניסטערסטװאָ גאָסודאַרסטװיענאָי בעזאָפּאַסנאָסטי -- מיניסטעריום 
פאַר מלוכה-זיכערקייט) אין וועמענס הענט עס געפינט זיך דער גורל פון 
מיליאָנען געפּײיניקטע אין תפיסות און אין לאַגערן און פון צענדליקער 
מיליאָנען קאַנדידאַטן דאָרט אַרײנצופאַלן, 


72 


מיין ליידנסיװעג מיט משה בראָדערזאָן 


קיין שום שילד, איז דאָרט נישט געוען, װאָס זאָל אָנװייזן דעם 
אַרײנגאַנג אין מיניסטעריום. דאַקעגן"זשע האָט פון פאָרנט פון דעם הױיז 
געהאָנגען אַ גרויסער שילד מיט דער אויפשריפט , פרוכטי אי אָװאָשטשי?. 
נאָך לאַנגן נאָכפרעגן זיך האָב איך זיך ערשט דערװוּסט, אַז הינטער דער 
מאַסקירונג פון פרוכטן און גרינס באַהאַלט זיך דאָס סטאַלינישע מיניס" 
טעריום פאַר מלוכה-זיכערקייט. בעת מיין שפּעטערדיקן װאַנדערן איבער 
פּראָקוראָרישע. און תפיסה-קאַנצעלאַריעס, אין די ערטער װוּ עס נעסטעט 
די סטאַלינישע זיכערקייט און גערעכטיקייט -- האָב איך זייער אַ סך 
געלערנט פון סאָװיעטישן לעבן ביים סוף פון דער סטאַלין"תקופה. עס איז 
פאַר מיר אויך קלאָר געװאָרן, אַז די אַלע מלוכה-אַנשטאַלטן, װאָס פאַר- 
נעמען זיך מיט פּייניקן די סאָוויעטישע בירגער אָדער פירן זיי צוֹם טויט 
-- זענען פאַרמאַסקירט און אויסבאַהאַלטן פון מענטשלעכע אויגן. 

איך בין אַרײן אין דעם הויז פון ,פרוכטן און גרינס" און זיך דער- 
פרעגט צו דעם אַמט װאָס פאַרנעמט זיך מיט אַרעסטירטע. אין דעם טוג" 
קעלן קאָרידאָר, װאָס האָט געדינט פאַר אַ װאַרט-זאַל זענען געזעסן פרויען 
אין פאַרשײידענער קליידונג: אין היטן און מיט טיכלעך אויף די קעפּ, אין 
שטיוול, און אין לייכטע פרילינג-שיך. עס האָט אָנגעװאָרפן אַ שרעק דאָס 
פּיינלעכע שווייגן, װאָס מ'איז נישט געװוינט צו טרעפן אין אַ געזעלשאַפט 
פון פרויען, אַפילו זיי זענען זיך איינס דאָס אַנדערע פרעמד. עס איז גע- 
ווען אַזױ שטיל, אַז מ'האָט געהערט דאָס אָטעמען פון יעדער איינער. 


ענדלעך איז געקומען מיין ריי. אין אַ ליכטיקער קאַנצעלאַָריע האָט 
מיך אויפגענומען אַ באַאַמטער. אויף מיין פרעגן, װוּ עס געפינט זיך מיין 
מאַן מאָיסעי מיראָנאָװויטש בראָדערזאָן, װאָס איז אַרעסטירט געװאָרן אין 
דער נאַכט פון 28טן אַפּריל, האָט זיך אַ גוטמוטיקער שמייכל צעלייגט 
אויף זיין ברייט פּנים און כמעט מיט אַ װאַרעמען טאָן, װי מ'רעדט צו 
אַ קליענט, האָט ער מיר געענטפערט: ;אָט באַלד זאָג איך אייך". 

דער באַאַמטער איז צוגעגאַנגען צו אַ שאַפע און פון דאָרט אַרױס- 
גענומען אַ דיק בוך, געמישט די בלעטער און באַלד צוריקגעקומען מיט 
אַ תשובה: ,אייער מאַן מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן זיצט אין דער 
ליפאַרטאָװוסקער תפיסה". 


2 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


די העפלעכקייט און דער װאַרעמער טאָן פון באַאַמטן האָט מיך 
דרייטער געמאַכט. איך האָב שוין געשטעלט אַ צווייטע פּראַגע: פאַרװאָס 
זיצט ער. ער איז דאָך אומשולדיק? מיט דעם זעלבן שמייכעלע אויף דעם ‏ 
ברייטן פּנים, האָט דער באַאַמטער מיר געענטפערט: ,דאַ, פּאָסמאָטרים, 
סלעדסטוואָ פּאָקאַזשעט? (יאָ, מיר װועלן זען, די אױיספאָרשונג װעט באַ- 
| ווייזן) און צוגעגעבן: ;אויב ער איז אומשולדיק, װעט מען אים אהיימ- 
שיקן?,,. איך בין זיך מודה, אַז טראָץ מיין ביז דעמאָלטיקער דערפאַרונג, 
האָט דער שמייכלדיקער טאָן פון באַאַמטן געװעקט אין מיר האָפענונג, 
אַז די גערעכטיקייט װעט זיגן און מען װעט בראָדערזאַנען און אויך די 
אַנדערע אַרעסטירטע שרייבער באַפרייען. נאַיִװוע האָפענונג! 

פון די פרויען, װאָס האָבן געװאַרט אין קאָרידאָר האָב איך זיך דער- 
װוּסט אין וועלכער שעה מ'נעמט אויף ;אינטערעסאַנטן" אין ליפאָרטאָװ- 
סקער תפיסה און אַזױ וי עס איז שוין געווען שפּעט בין איך אַװעק אין 
מיין איינזאַמער היים מיט אַ בלייכער האָפענונג מאָרגן צו זען מיין גע- 
פּיײיניקטן איינציקן נאָענטן פריינט, 


--- 284 -- 
דער שיינער חלום אין דער פּיינלעכער נאַכט 


די נאַכט נאָך מיין באַזוך אין מ. ג. ב. איז אדורך אין פּיינלעכער 
דערװאַרטונג פון זען זיך מאָרגן מיט משהן. אין האַלבן דרימל אין מיין 
פינצטערער שטיף-היים, האָב איך אים געזען אין זיין גאַנצער געשטאַלט: 
אַ בלאַסער, די גרויסע שװאַרצע אויגן ברייט צעעפנט, וי זיי װאָלטן 
פרעגן: פאַרװאָס קומט מיר דאָס? פאַרװאָס האָט מען מיך אַװעקגעריסן 
פון דיר און פאַרשפּאַרט אין אַ תפיסה? 

ווען די מידקייט האָט דאָך מנצח געווען און איך בין איינגעשלאָפן, 
האָט זיך באַװיזן פאַר מיר די הויכע ייִדישלעך-אַריסטאָקראַטישע געשטאַלט 
פון מיין פאָטער. ער האָט נישט גערעדט, נאָר שװויגנדיק געגלעט מיך 
דעם קאָפּ, װי ער פלעגט עס אַמאָל טאָן אין יענער שיינער היים אין לאָדזש 


244 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


אויף זאַװאַדזקע 49, איך בין שוין דעמאָלט נישט געווען קיין קינד, נאָר 
אַ מאַמע פון אַ קינד, אָבער פאַר מיין צאַרטן פאָטער, וועמענס אייגנ- 
שאַפטן און אויסזען איך האָב געירשנט, בין איך נאָך דעמאָלט אַלץ גע- 
ווען דאָס שיינע מרימל, אויך איצט אין חלום פיל איך זיינע צאַרטע הענט, 
די גוטע העלע אויגן באַרוּיקן מיך פאָטערלעך. מיר ווילט זיך וויינען, דער- 
-ציילן אים וועגן דעם אַרעסט פון משהן, נאָר עפּעס האָט אָנגעהויבן שטאַרק 
צו קלאַפּן און איך האָב זיך דערפילט װאַך. איך האָב נאָך ווייטער צוגע- 
האַלטן פעסט די אויגן, װוי װעלנדיק אײינהאַלטן דעם שיינעם חלום, 

איך האָב שוין מער נישט געקענט שלאָפן. פאַר מיינע אױגן האָבן 
געפלאַטערט צוויי געשטאַלטן: פון מיין פאָטער און פון משהן, װאָס פאַראַ 
ביטערער גזר איז אויף אונדז אױיסגעגאָסן געװאָרן: מיין פאָטער --- פאַר- 
פּײיניקט דורך די דייטשן אין לאָדזשער געטאָ און משה בראָדערזאָן, דער 
גלייביקער ייִדישער פּאָעט פון לאָדזש, װאָס האָט אין זיין ;ייד" קינסט- 
לעריש פאַראײיביקט דעם גרעסטן באַשולדיקונג-אַקט קעגן די דייטשן און 
סתם פעלקער-מערדער --- ווערט געפּײניקט אין אַ תפיסה, אין דעם לאַנד, 
װאָס זאָגט צו צו פאַרװוירקלעכן די פרייהייט פון די פעלקער און די רעכט 
פון די מענטשן. --- פאַרװאָס קומט אונדז ייִדן אַזױ פיל צו ליידן? פאַר 
וועלכע זינד? | : 

די געשטאַלט פון מיין פאָטער, װאָס האָט זיך מיר באַװויזן אין חלום, 
האָט ביי מיר אַרױסגערופן אַ גאַנצע ריי בילדער פון מיין פאַרגאַנגענעם 
ציכטיקן, שיינעם לעבן, װאָס איז איצט געווען אַזױ ווייט פון מיר. איך 
האָב זיך דערמאָנט, אַז מאָרגן, דעם פינפטן מאַי, ווען איך דאַרף גיין צו 
דער תפיסה זיך זען מיט משהן -- פאַלט גראָד אויס מיין געבױירנטאָג, 
איך האָב צוגעמאַכט די אויגן, כדי אין חלום איבערצולעבן כאָטש אַ ברעקל 
פון יענער פרייד, פון יענעם לעבנס-אויפברויז, װאָס האָט אין מיין גע" 
בױירנטאָג זיך געטראָגן אין מיין היים, 

אָבער דער שלאָף נעמט נישט, דער חלום קומט נישט. איך גלאָץ די 
אויגן אין דעם פינצטערן חלל און אָטעם איין די פאַרסמטע לופט פון דעם 
מאַטעריאַל, פון וועלכע איך מאַך די װוּאַלן 

אַזױ, אין בענקשאַפט און אין פּיין, אין האַלבן דרימל און אין שלאָפ- 


25 


! שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


לאָזיקײיט איז אַװעק די נאַכט פאַר מיין גיין צו דער ליפאָרטאָווסקער 
תפיסה, װוּ עס האָט זיך געפּײניקט מיין נאָענטסטער פריינט, דער נאָענט- 
סטער מענטש, װאָס איך האָב נאָך געהאַט אויף דער וועלט. 


--- 29 == 
הינטער די ווענט פון דער ליפאָרטאָװסקער תפיסה 


נאָך לאַנגן נאָכפרעגן זיך, האָב איך ענדלעך דערגרייכט צו דער 
ליפאָרטאָװוסקער תפיסה, װאָס געפינט זיך ערגעץ אין אַן עק פון גרויסן 
מאָסקװע. אויך דאָ בין איך געװאָרן גװאַלטיק איבערראַשט. עס האָט זיך 
פּשוט נישט געװאָלט גלויבן, אַז איך געפין זיך פאַר איינער פון די שרעק- 
לעכסטע תפיסות אין מאָסקװע, װוּ עס זענען דעמאָלט געפּײניקט געװאָרן 
הונדערטער אומשולדיקע מענטשן, 

פון דערווייטנס האָט אין דער העלער, מאַיִקער מאָרגנלופט געגרינט 
אַ הערלעכער פּאַרק. די בלעטער-קרוינען האָבן זיך געוויגט אין ווינט און 
וי געלויכטן אין די זוןדשטראַלן. אויף אַ מאָמענט האָט עפעס אַ מין פאַטאַ- 
מאָרגאַנאַ מיר אויסגעמאָלט (אוי, די אילוזיעס!), אַז איך דערנענטער זיך 
צו עפּעס אַ פּענסיאָנאַט, װוּ אין גרינע אַלײען זיצן יונגע פּאָרלעך און גע" 
ניסן פון פרייד און ליבע. אָבער באַלד איז די אילוזיע צערונען געװאָרן, 
דער ליכטיק באַגרינטער פּאַרק האָט טאַקע אַרומגערינגלט די תפיסה. אויך 
די שיינע העלע גרינקייט האָט געדאַרפט פאַרדעקן די אכזריות און פּיין, 
װאָס האָבן געהאַט זייער אָרט הינטער די תפיסה-מויערן. 

ווען איך בין צנגעקומען נענטער צו דעם גרינעם פּאַרק זענען מיינע 
אויערן פאַרטויבט געװאָרן פון אַ גװאַלטיקן גערויש פון אַ גראָב-מאַשין, 
איך האָב זיך צוגעשטופּט צו דער גרויסער מענטשױמאַסע, מייסטנס 
פרויען, װאָס זענען שװוייגנדיק געשטאַנען צונויפגעדריקט ביי אַ קליינעם 
טירל אין סאַמע אָנהייב פון פּאַרק. פון דאָ האָט מען אויך געקענט זען די 
גרויסע גראָב-מאַשין, וועלכע האָט אויף איין אָרט איבערגעװאָרפן די ערד 
מיט אַ גװאַלדיקן ליאַרעם. שׂטיל, איינגעהאַלטן האָבן שטימען געשעפּ- 


20 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאַן 


טשעט: ,סטראַיַטעלסטװאָ אידיאָט* (די בויונג גייט אָן), דאָס האָט באַ- 
דייט, אַז די תפיסה איז שוין צו קליין און מען דאַרף צובויען פרישע 
בנינים. אָבער נאָך סטאַלינס טויט, ווען מען האָט אָנגעהויבן עטװאָס צו 
;עפענען? דאָס מויל, האָט מען דעם ליאַרעמדיקן גערויש פון דער גראַב- 
מאַשין אַנדערשׂ אויסגעטייטשט: דאָס האָט מען געדאַרפט פאַרטויבן די 
געשרייען פון די געפּײיניקטע, וועלכע זענען געפאָרשט געװאָרן אין דער 
פּרעווענטיווער ליפאָרטאָװוסקער תפיסה, | 


דאָ אַהער זענען געקומען קרובים פון די אַרעסטירטע. נישט כדי זיך 
צו זען מיט זיי, דאָס איז נישט דערלויבט! נאָר אַרײנצוגעבן געלט אין 
דער תפיסה-קאַנצעלאַריע אויפן חשבון פון די אַרעסטאַנטן. צוויי מאָל אין 
חודש קען מען אינצאָלן צו הונדערט רובל. דאָס אײינצאָלן קומט נישט 
אָן אַזױ לייכט. צוערשט מוז מען באַקומען אַ דערלויבעניש פון מ. ג. ב,, 
נאָך וועלכער מען מוז לויפן װאָכן און חדשׂים און יעדעס מאָל באַקומט 
מען אַן ענטפער: ,די אױספאָרשונג איז נאָך נישט געענדיקט". ד"ה מען 
דאַרף נאָך דעם אַרעסטירטן פּײיניקן מיט הונגערן און ווען מען באַקומט 
שוין לסוף די דערלויבעניש, מוז מען אָפּטמאָל אָפּשטײן גאַנצע טעג אין 
היץ און אין רעגן, אין קעלט און אין פראָסט, ביז מען קען אַרײנגעבן די 
הונדערט רובל. אויך די קרובים פון די אַרעסטירטע, װאָס זענען אויף דער 
פריי, מוזן פילן אויף זיך די שׂווערע האַנט פון דער ענקאַוועדע-גערעכטי- 
קייט. 

איך האָב נאָך נישט געהאַט קיין דערלויבעניש פון מ. ג. ב. אַרײנצן- 
געבן געלט און דאָך זיך געשטופּט צוזאַמען מיט אַלע. װוידער האָב איך 
זיך געמאַכט אַן אילוזיע: אפשר װעל איך אין דער טורמעקאַנצעלאַריש 
אױספּועלן אַ דערלויבעניש זיך צו זען מיט בראָדערזאַנען. 

מיר זענען אַרײנגעלאָזן געװאָרן אין אַ שמאָל קליין הייפל, װאָס איז 
פון װאַנט צו װאַנט אויסגעפילט געװאָרן מיט די קרובים פון די אַרעס- 
טירטע. קיין קאַנצעלאָריע טיר האָט זיך פאַר קיינעם נישט געשפנט. עס 
האָט זיך אויפגעמאַכט אַ פענצטערל און עמעץ האָט דאָרט צוגענומען דאָס 
געלט פאַר די אַרעסטירטע. איך האָב זיך דערװאַרט מיין ריי, אַ מיליציאָ- 
נער פון יענער זייט פענצטערל האָט גענוי פאַרשריבן מיין נאָמען, דעם 


17 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


נאָמען פון אַרעסטירטן און געבעטן ווייזן די דערלויבעניש אריינצוגעבן 
געלט. איך האָב אים דערקלערט, אַז איך האָב נישט אַזאַ דערלויבעניש 
און געבעטן דערלויבן מיר צו זען זיך מיט מיין אַרעסטירטן מאַן, וועלכער 
איז אומשולדיק. 

דער מיליציאָנער האָט אַװעקגעלײגט די פעדער און אויסגעשטעלט 
אויף מיר זיינע גרויסע העלע אויגן און געפרעגט: ;טשטאָ, גראַזשדאַנקאַ, 
ס'אומאַ סאָשלאַ!" אַזעלכע זאַכן זענען ביי אונדז נישט פאַראַן --- האָט 
ער בייז פאַרענדיקט. | 

* א * 

איך בין אַװעק אַהײם, װידער געפּטרט אַ טאָג אוף גאָרנישט. אין 
מיין פּאָסטיקעסטל האָב איך געפונען אַ מעלדונג פון דער טעלעפאָנער 
אָפּטײלונג, אַז איך װער אַרױסגערופן אויף אַ שמועס מיט װאַרשע, װאָס 
דאַרף פאָרקומען אין די פרימאָרגן-שעהן. / | 

די דאָזיקע מיטטיילונג האָט מיך נישט איבערראַשט, נאָר אַרױסגע- 
רופן אין מיר אַ צעטרייסלענדיקן אומרוּ, פון פּױלן האָבן מיר נישט באַ- . 
קומען קיין שום בריוו. אונדזערע פריינט, די ייִדישע שרייבער, די װאָס 
זענען אַװעק פון ראַטנפאַרבאַנד קיין פּױלן, כדי דאָרט בויען אַ ייִדישע 
קולטור און ליטעראַטור --- האָבן פאַרגעסן אין דעם ייִדישן דיכטער פון 
פּוילן, װאָס איז געבליבן שטעקן ערגעצוווּ אין מאָסקװע. מתחלת האָט נאָך 
משה געשריבן צו זיינע חברים קיין פּוױלן און געהאַט טענות צו זיי, הלמאַי 
מען שרייבט נישט צו אים. אין אַ פאַרשטעלטער פאָרם האָט בראָדערזאָן 
אַרױסגעברענגט זיין צער איבער דעם איינזאַמען לעבן און געשריבן אין 
דעם נוסח: | 

,שוין-זשע בין איך אינגאַנצן נישטאָ? אָט דריי איך זיך דאָך אַרום 
אויף דער װעלט מיט אַ פאַרדרייטן קאָפּ און מיט אַ צעװייטיקט, הגם 
לאַכעדיק האַרץ, איז דאָך אַ סימן, אַז איך בין בנמצא און מען קען אויס- 
געפינען מיין אַדרעס און אָנשרײבן מיר פון צײט צו צייט אַ פּאָר 
ווערטער"י 

די דאָזיקע האַרציקע ווערטער זענען אויך געבליבן אָן אַ ענטפער און 
משה האָט דעמאָלט געזאָגט: ,מסתמא, איז זיי אויך נישט מקנא צו זיין!? 


18 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


דער איינציקער מענטש אין פּױלן, װאָס איז געשטאַנען מיט אונדז 
אין פאַרבינדונג די גאַנצע צייט, איז געווען מיין ברודער ד"ר מאַנדעל- 
בוים. ער האָט נישט בלויז געשריבן בריוו, נאָר אויך טעלעפאָנירט צו 
אונדז. יעדעס מאֵל זענען מיר ביידע, משה און איך געגאַנגען צוֹ אַזאַ 
טעלעפאָן-געשפּרעך און יעדעס מאָל האָב איך דערהערט מיין ברודערס 
שטים: , בראָדערזאָן איז דאָ! גיב אים אַהער". ווייזט אויס, אַז מיין ברו" 
דער האָט זיך טאַקע געװאָלט ממש איבערצייגן, אַז בראָדערזאָן איז דאָ, 
ד"ה ער איז נאָך אויף דער פריי... אויך מאָרגן װעט מיר מיין ברודער 
שטעלן די זעלבע פּראַגע. װאָס װעל איך אים ענטפערן? איך האָב נישט 
געװאָלט זיך צעוויינען ביים טעלעפאָן און אַרױסגײן פון דאָרט מיט אַ 
פאַרװיינט פּנים. | 


דער כוח פון זעלבסטבאַהערשונג, פון נישט ווייזן פאַר מענטשן אַ 
פּנים, װאָס וועקט רחמנות: דער כוח, וועלכער באַגלײט מיך איף מין 
גאַנצן לעבנס-וועג --- האָט מיך דאָ אויך געשטאַרקט. איך האָב זיך ביים 
טעלעפאָן נישט צעװיינט. מיין ברודער האָט װי שטענדיק זיך געפרעגט: 
,מישאַ איז דאָ?? און איך האָב מיט אַ שטאַרקער, באַהערשטער שטים 
געענטפערט: ‏ ניין, ער איז קראַנק". פון יענער זייט איז ווייטער געקומען 
אַ פראַגע: ,איז שוין געשטעלט דער דיאַגנאָז?? אויף װאָס איך האָב גע- 
ענטפערט מיט אַ האַרטן קגיין!" 

אַ רגע איז געװאָרן פּיינלעך שטיל און באַלד האָב איך דערהערט די 
ציטערדיקע שטים פון מיין ברודער: ,לייג אַװועק דאָס טרייבל! מינאַ האָט 
געחלשט, איך דאַרף זי ראַטעװען". די צאַרטע מינאַ, מיין שװועגערין, די 
פרוי פון מיין ברודער, איז שווער געטראָפן געװאָרן פון משהס ,קרענק", 
װאָס האָט נאָך נישט קיין , דיאַגנאָז". זי, װאָס איז געווען אין ראַטגפאַר- 
באַנד בעת דער מלחמה, האָט פאַרשטאַנען, װאָס דאָט באַדײט, 


79 


שיינע"מרים בראָדערוָן 
רדה 
ביי די פּראָקוראָרן פון מיניסטעריום פון מלוכה-זיכערקייט 


ענדלעך האָב איך באַקומען אַ דערלויבעניש פון מ. ג. ב. אַרײינצוגעבן 
דעם אַרעסטאַנט יעדע צוויי װאָכן די הונדערט רובל. ווייזט אויס, אַז די 
דאָזיקע אָפּטײלונג פון מ. ג. ב. האָט אַן אָנװייזונג אומצוגיין זיך העפלעך 
מיט די קרובים פון די אַרעסטירטע. דאָ בייזערט מען זיך נישט. מ'רעדט 
צו אייך וי צו אַ קליענט און מ'נאַרט אייך, וי דאָס רוב סוחרים זייערע 
קליענטן, 

איך האָב געבעטן, אַז מ'זאָל מיר דערלויבן אַ ,סװידאַניע? (אַ זעונג) 
מיט מיין מאַן, וועלכער זיצט אומשולדיק און דער באַאַמטער מיטן ברייטן 
צעשמייכלטן פּנים האָט מיר אָפּגעענטפערט: שדאַ, פּראַװילנאָ, פּאָלאַגאַ- 
יעטסיאַ*? (יאָ, ריכטיק, עס קומט) און מיר פאָרגעלייגט אָנצושרייבן אַ 
, זאַיאַװלעניע?, (אַ בקשה). איך האָב תיכף אויפן אָרט אָנגעשריבן אַ 
, זאַיאַװולעניע? און איבערגעגעבן דעם באַאַמטן. ער האָט איבערגעלייענט, 
געמאַכט מיר אַ קאָמפּלימענט פאַרן גוטן רוסיש און פאַרזיכערט, אַז די 
דערלויבעניש אויף אַ ,סװידאַניע? על איך באַקומען צוגעשיקט אַהים... 

עס זענען אַװעק װאָכן און חדשים. איך בין אייניקע מאָל געקומען 
צום באַאַמטן, דערמאָנט אים זיין צוזאָג, ער האָט זיך יעדעס מאָל געװוג" 
דערט, װאָס איך האָב נאָך נישט באַקומען די דערלויבעניש און ווייטער 
צוגעזאָגט. איך האָב זיך לסוף איבערצייגט, אַז איך ווער אָפּגענאַרט און 
אויפגעהערט צו מאָנען אַ זעונג מיט משהן. ביז זיין באַפּרײוּנג האָב איף 
אים טאַקע נישט געזען. ' 

טראָץ די אַלע אַנטישונגען, און דאָס צערונען ווערן פון אַלע מיינע 
אילוזיעס וועגן געפינען גערעכטיקייט לגבי מיין אַרעסטירטן מאַן --- האָב 
איך דאָך נישט אויפגעהערט צו גלויבן, אַז ערגעצווּ מוז אין לאַנד פון 
סאָציאַליזם זיך געפינען אַן אָרט װוּ מ'וועט מיך אויסהערן און האָבן פאַר- 
שטענדעניש פאַר אַ דיכטער, װאָס ליידט אומשולדיק, 

איך בין אַװעק אין דער פּראָקוראַטור פון מ. ג, ב. אין מאָסקװע, װאָס 
האָט זיך דעמאָלט געפונען אויף דער גאַס א. ג. פּושקין. די פּראָקוראַטאָ- 


80 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


רישע גערעכטיקייט איז נישט געווען פאַרמאַסקירט. אַ שילד איבער אַן 
אײינשטאָקיקן בנין האָט אָנגעזאָגט, אַז דאָ איז די פּראָקוראַטור פון מיניס- 
טעריום פאַר מלוכה-זיכערקייט. | 

איך בין אַרײין אין דעם בנין מיט אַ סך קאַנצעלאַריעס און קאַבי 
נעטן, מתחילת האָב איך נישט געקענט פאַרשטיין, װאָס אין די קאָרידאָרן 
פון דער מ.ג.ב,-פּראָקוראַטור איז אַזױ ליידיק. קומט טאַקע נישט קינעױ 
זיך קלאָגן אויף די עוולות, װאָס װערן באַגאַנגען דורכן אַרעסטירן אומי 
שולדיקע מענטשן? װוּ זענען די הונדערטער, הונדערטער קרובים פון די 
אַרעסטירטע, וועלכע איך האָב געטראָפן ביי דער ליפאָרטאָװוסקער תפיסה? 
מיין שפּעטערדיקע דערפאַרונג האָט מיר די קשיות פאַרענטפערט: אין זיין 
לאַנגער ביטערער פּראַקטיק האָט זיך דער רוסישער מענטש איבערצייגט, 
אַז ער האָט נישט װאָס צו זוכן ביי די פּראָקוראָרן פון מ. ג. ב. נישטאָ דאָ 
קיין גערעכטיקייט. 

איך איינע, װאָס בין אױיסגעװאַקסן אין אַ סביבה, װוּ מ'האָט גע" 
גלייבט אין כוח פון יושר, מאָראַל און צטיק, שטיי אין דעם פיין אויסגע- 
װואַשענעם קאָרידאָר ביי די פאַרמאַכטע טירן מיט מעשענע שילדלעך מיט 
די נעמען פון די פּראָקוראָרן און ווייס נישט צו וועמען פון זיי זאָל איך 
זיך ווענדן. װוער פון זיי װעט פאַרשטיין דאָס ליידנדיקע האַרץ פון אַ פרוי, 
װאָס ציטערט איבערן גורל פון איר אומשולדיקן אַרעסטירטן איינציקן 
פריינט, װאָס איז איבערגעבליבן נאָך דער היטלערישער ייִדן-אױיסראָטונג, 

מיט אַן אומרויק האַרץ קלאַפּ איך אָן אין דער ערשטער בעסטער טיר, 

פון יענער זייט הערט זיך אַ האַרטער ;פּאָזשאַלױסטאַ*. איך בין אַריין 
| אין קאַבינעט, 

עס האָט מיך אויפגענומען אַ יונגער מונדירטער לײטענאַנט און מיך 
געפרעגט: ;װויטשאָם דיעלאָ?. ער האָט נישט געװאַרט ביז איך װעל אים 
ענטפערן נאָר באַלד געפרעגט מיין נאָמען און פאַמיליע. פאַרשריבן און 
נאָכאַמאָל איבערגעפרעגט זיין ערשטע פראַגע. 

איך האָב אים געזאָגט, אַז איך בין די פרוי פון אַרעסטירטן מאָיסעי 
מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן, אַ ייִדישער שרייבער, װאָס איז געקומען פון 
פּוילן אין ראַטנפאַרבאַנד, איך, װוי זיין פרוי, קען אים זייער גום. ער איז 


81 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


קיינמאָל קיין שום פאַרברעכן נישט באַגאַנגען. איך נעם אויף זיך די פולש 
פאַראַנטװאָרטלעכקײט, אַז ער איז אומשולדיק, דאָ איז פאָרגעקומעו אַ 
'מיספאַרשטענדעניש. 

דער פּראָקוראָר האָט מיך שטרענג אָנגעקוקט און ממש אויסגעשריען: 
;גראַזשדאַנקאַ (בירגערין) װי קענט איר נעמען אויף זיך אַזאַ פאַראַנט- 
װאָרטלעכקײט. ס'קען זיין, אַז איצט איז ער טאַקע אַן אָרנטלעכער מענטש, 
אָבער פון װאַנען ווייסט איר, װאָס ער האָט געטאָן אין דער יוגנט. איך 
װאָלט אַפּילו נישט גענומען אויף זיך די פאַראַנטװאָרטלעכקײט פאַר מיין 
אייגענער פרוי. נישט שטענדיק בין איך געווען און בין מיט איר צוזאַמען", 

ער האָט שוין מער נישט גערעדט, נאָר פאַרטיפט זיך אין עפּעס אַ 
פּאַפּיר אַזױ װוי עס װאָלט קיינער נישט געשטאַנען ביי זיין טיש. איך האָב 
געזען, אַז איך האָב נישט אויף װאָס צו װאַרטן און פּשוט אַרױסגעשאַרט 
זיך פון דעם צימער. 

איך בין װוידער אַװעק אַ דערשלאָגענע צו מיין אַרבעט ביי די װוּאַלן, 
ווידער זענען אדורך אייניקע פּיינלעכע שלאָפּלאָזע נעכט אין מיין איין- 
זאַמען צימער. איך האָב זיך נישט געקענט באַרוּיִקן אוֹן באַשלאָסן צו 
פּרוּוון מיין מזל ביי אַ צווייטן פּראָקוראָר, אפשר וועט ער פאָרט האָבן אַן 
אויער פאַר מיין וויי-געשריי? 

ווידער געפין איך זיך אין אײינשטאָקיקן בנין, ווידער שטיי איך פאַר 
די פאַרמאַכטע טירן און קלער צו וועלכן פּראָקוראָר אַרײינצוגײן. לסוף 
מאַך איך אויף אַ טיר. אין אַ ברייטן פאָטעל זיצט אַן עלטערער דיקלעכער 
מונדירטער מענטש מיט אַ גראָען קאָפּ און אַ ווייך פיין פאַרשוירן קמץ- 
בערדל. מיר װערט עטװאָס לייכטער אין געמיט. אָט איצט, דאַכט זיך 
מיר, האָב איך געטראָפן דעם ריכטיקן רוסישן מענטש. מסתמא אַ מענטש 
פון די אַמאָליקע אַלטע רוסישע ליבעראַלן, װאָס האָבן זיך געשטעלט אין 
דינסט פון די באָלשעװיקעס. אָבער עס האָט נישט לאַנג געדויערט, וי 
| אויך די אילוזיע איז צעפּלאָסן געװאָרן. 

= מיט אַ תחנונים-קול האָב איך אים דערציילט ,װ'טשאָם דיפלאָי. ער 

האָט מיך נישׂט געלאָזט ענדיקן און מיט כעס גענומען אויף מיר שרייען 
וי איך װאָלט געווען אַ פאַרברעכער: ;װאָס פאַרדרייט איר אַ קאָפּ, ביי 


82 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


אונדז נעמט מען נישט קיין אומשולדיקע און מ'זעצט זיי איין אין טורמע, 
די גערעכטיקייט װעט אַלץ אויפקלערן". 


איך בין אַרױס פון דעם אַלטיטשקן פּראָקוראָר אַ דערשלאָגענע. איך 
האָב שוין פאַרלוירן יעדע האָפענונג צו קענען עפּעס טאַן פאַר מיין אומ" 
גליקלעכן מאַן. אין דער דאָזיקער נאַכט, נאָך מיין באַזוך ביי דעם אַל- 
טיטשקן פּראָקוראָר, בין איך שוין נישט געשלאָפן,. די דורכגעטראָגענש 
באַלײידיקונג, דאָס שרייען אויף מיר אויף אַזאַ אופן, װאָס איך האָב קיין" 
מאָל אין מיין לעבן נישט געהערט האָט מיך אַזױ געדריקט, אַז פאַרטאָג 
האָב איך זיך גוט, גוט אויסגעװיינט. דער אָפּגעפלאָסענער שטראָם פון 
טרערן האָט מיך וי באַפרײט פון אַ שווערער דריקנדיקער לאַסט. איך האָב 
גענומען טראַכטן, װאָס ווייטער צו טאָן. איך האָב זיך דערמאָנט, אַז אויף 
איינע פון די שילדלעך אויף די טירן פון די פּראָקוראָרן"קאַבינעטן האָנ 
איך באַמערקט אַ נאָמען פון אַ פרוי. מען דאַרף נאָך ביי איר פּרוּוון דאָס 
מזל. / | יי 

אויף צומאָרגנס בין איך ווידער אַװעק אין דער פּראָקוראַטור פון 
מ. ג. ב. און נאָכאַמאָל איבערגעלייענט דעם נאָמען אויפן שילדל: יאָ. 
טאַקע אַ פרוי, אַ פּראָקוראָרשע --- אַנאַסטאַסיאַ קלימאָװאַ, 


מיך האָט אויפגענומען אן עלטערע פרוי, אַ דיקלעכע מיט א ווייכן 
מוטערלעכן בליק. זי האָט מיך געבעטן זיצן און דעם ערשטן מאָל זייט 
מיין באַזוך אין דאָזיקן בנין האָב איך דערהערט אַ מענטשלעכע שפּראַך. 
מיט אַ ווייכער שטים האָט זי זיך צו מיר געװאָנדן: ,דערציילט, דער- 
ציילט, װואָס איך וועל קענען, װעל איך פאַר איין טאָן. 


די דאָזיקע מענטשלעכע באַציונג האָט אַרױסגערופן אין מיר אַ גע" 
פיל פון געפאַלנקײט. איך בין גרייט געווען צו קושן די הענט פון דער 
פּראַקוראָרשע, שטיקנדיק זיך מיט טרערן, האָב איך איר אַלץ דערציילט: 
וועגן אונדזער אַנטלױיפן פון היטלעריש-פאַשיסטישן גיהנום, וועגן מיין 
משפּחה און מיין אַלטן טאַטן, װאָס זענען פאַרפּײיניקט געװאָרן דורך די 
דייטשן, אונדזער אַנטלויפן אין ראַטנפאַרבאַנד און איצט דאָס דאָזיקע 
אומגליק --- דער אַרעסט פון מיין מאַן, וועלכער איז זיכער אומשולדיק, 


5 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


,איך האָב שוין נישט קיין כוח צו הערן די געשרייען און אויפצונעמען די 
באַלײידיקונגען? -- האָב איך פֿאַרענדיקט, 

זי האָט מיך אויסגעהערט. איך האָב באַמערקט טרערן אין אירע אויגן, 
לסוף האָט זי מיר צוגעזאָגט צו דערוויסן זיך וועגן גורל פון מיין מאַן און 
געהייסן קומען אין אַ צוויי טעג אַרום, 

אין צוויי טעג אַרום בין איך ווידער געווען אין קאַבינעט פון דער 
פּראָקוראָרין אַנאַסטאַסיאַ קלימאָװאַ. זי האָט מיך װי פריער געבעטן זיצן, 
אָבער נישט געקוקט גלייך מיר אין די אויגן. מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ 
האָט זי מיר געזאָגט: ,דער ענין פון אייער מאַן איז אין , אָסאָבאָיע סאָ-. 
װיעשטשאַניע?* (ספּעציעלער ראַט). מען קען פאַר אים גאָרנישט טאָן". 

מיט אַלע כוחות האָב איך זיך באַהערשט איך זאָל זיך נישט צעוויי- 
נען. ווייזט אויס די פּראָקוראָרין האָט דאָס באַמערקט און מיט אַ ווייך קול 
האָט זי זיך געװוענדט צו מיר: ,איך װעל אייך ראַטן אויפהערן וויינען, עס 
איז אַ שאָד, אייערע טרערן און אייער געזונט, עס װעט שוין גאַרנישט 
העלפן". | 

איך בין אַרױס פון בנין פון דער סטאַלינישׂער פּראָקוראַטאָרישער 
גערעכטיקייט און נאָך שטאַרקער דערפילט די שרעקלעכע עוולה, װאָס 
ווערט אָפּגעטאָן קעגן מיין מאַן, קעגן די ייִדישע שרייבער, קעגן מיינע 
חברים פון דער ייִדישער טעאַטער-סטודיע, װאָס פּײיניקן זיך אונטער די 
תפיסה-ווענט אין דעם דאָזיקן שיינעם פרילינג-טאָג, 


-- 31 -- 
;אָסאָבאַיע סאַװיעשטשאַניש" 


די אויפריכטיקע מיטטיילונג פון דער פּראָקוראָרין אַנאַסטאַסיאַ קלי- 
מאָװאַ, אַז דער ענין פון מיין מאַן איז אין ,אָסאָבאיע סאַװיעשטשאַני? 
און מען קען פאַר אים גאָרנישט טאָן --- האָט מיך אינגאַנצן צעטרייסלט, 
איך האָב זיך אָנגעהויבן צו פאַראינטערעסירן מיט דער דאָזיקער סטאַלי 
נישער גערעכטיקייט-אינסטאַנץ, װאָס האָט צו זאָגן איבער דער פרייהייט 


84 


מיין ליידנס-וועג מיט משׂה בֿראָדערזאַן 


אָדער אַרעסט פון בראָדערזאָנען. איך האָב גענומען זיך נאָכפרעגן ביי באַ- 
קאַנטע, װאָס באַדײטן די דאָזיקע צוויי רוסישע ווערטער, וועלכע פיגורירן 
נישט צוזאַמען אין קיין שום ווערטער-בוך. 

מען האָט מיר געפּרוווט אויפקלערן, אַז , אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַניפ" 
באַטײט אַ באַראַטונג פון דריי ענקאַוועדע-ריכטער. דאָס איז די ,טרא 
קאַ*, װאָס משפּט אונטער די אויגן געפערלעכע פאַרברעכער. קיין עדות 
ווערן נישט אויסגעהערט -- דער איינציקער עדות איז דער אױיספאָרשער, 
װאָס האָט דורך כיטרע מיטלען, דורך פּײיניקונגען, אַרױסבאַקומען פון 
באַשולדיקטן דערקלערונגען. דער באַשולדיקטער האָט נישט קיין רעכט 
זיך צו פאַרטײידיקן. קיין אַדװאָקאַטן וופרן נישט צוגעלאָזט. ,אָסאָבאָיע 
סאָװיעשטשאַניע* באַפרײט נישט קיינעם, טיילט יאָרן-לאַגער, אָנהײבנדיק 
פון 5 יאָר ביז לעבנסלענגלעכע קאַטאָרגע --- אַזױ האָט מען מיר אויפגש" 
קלערט די באַדײטונג פון ,אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַניע". 


מיט שוידער האָב איך זיך אַרײנגעטראַכט אין דער דאָזיקער סטאַלײ 
נישער אינסטאַנץ, וועלכע האָט אין משך פון יאָרן פאַרקריפּלט די לעבנס 
פון הונדערטער טויזנטער משפּחות, צעשטערט זיערע היימען און פול 
געמאַכט די לאַגערן מיט פאַרקנעכטעטע אַרבעטער:אַרעסטאַנט, װאָס 
וועגעטירן ביי שװוערער אַרבעט. אַזאַ גורל דערװאַרט אויך דעם פיינפילגי 
דיקן דיכטער, מיין ליבן, ליבן פריינט! צי װעט ער דאָס אױסהאַלטן+ 
צי װעל איך אים נאָכאַמאָל זען? װאָס טוט מען? װי אַזױ ראַטעװטט מען 
אַרױס דעם אומשולדיק געפּײניקטן מענטש? 


די דאָזיקע פּיינלעכע פראַגן האָבן מיינע נעכט פאַרװאַנדלט אין 
קאָשמאַרן. ווען איך בין שוין ענדלעך איינגעשלאָפן נאָך אַ לאַנגן װאַרפן 
זיך פון זייט אויף זייט, זענען געקומען שרעקלעכע חלומות: איך האָב 
געזען משהן ליגן א בלאַסן, אַן אױיסגיײיענדיקן מיט געשלאָסענע אױגן, 
איך האָב אים געזען מיט אַ שמערצלעך פרעגנדיקן בליק, וי ער װאָלט 
געפרעגט: פאַרװאָס קומט מיר דאָס? אָפטמאָל האָב איך שטיקנדיק זיך 
אין טרערן געטראַכט: , זיין לעבן איז געענדיקט, ער װועט עס נישט אויס- 
האַלטן, טאָ צו װאָס דאַרף איך לעבן און זיך פּײַניקן". באַלד האָב איך 
אָפּגעװאָרפן פון זיך דעם שרעקלעכן געדאַנק און געקומען צום אויספיר; 


85 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


,איך דאַרף לעבן פאַר זיינעטוועגן, אַרבעטן, כדי צו פאַרלייכטערן אים 
זיין שווערן גורל. אפשר װעט דאָך געשען עפּעס אַ נס און די דאָזיקע 
אכזריות קעגן אומשולדיקע מענטשן װעט זיך ענדיקן". 


דער דאָזיקער אויספיר האָט מיך געשטאַרקט און אויפגעװועקט אין 
מיר אַ פרישן שטראָם פון ענערגיע און לעבנסווילן. דאָס ערשטע מוז איך 
זיך דערוויסן וועגן דער ,אָסאָבאָיע סאַװיעשטשאַניע", אפשר װעט מיר 
| דאָך געלינגען עפּעס דאָרט אױיסצופּועלן, אפשר וװועל איך אויסווירקן, אַז 
מען זאָל צולאָזן אַן אַדװאָקאַט. איך װעל וויינען,. איך װעל בעטן. װי איז 
דאָס מעגלעך, אַז אַלע זאָלן האָבן פאַרשטײינערטע הערצער אָן שׂום געפיל 
פאַר יושׂר און גערעכטיקייט? 

איך האָב אָנגעהויבן נאָכפרעגן ביי באַקאַנטע, װוּ עס געפינט זיך די 
;אָסאָבאֶָיע. סאָװיעשטשאַניע?" און לסוף באַקומען דעם אַדרעס -- אױיף 
קיראָװאָ 14, אין דער מיליטערישער פּראָקוראַטור. דאָרט דאַרף איך זיך 
מעלדן צום מיליטערישן פּראָקוראָר און עֶר װועט מיר שוין אַלץ אוים- 
קלערן, װאָס עס האָט אַ שייכות צו דער געהײַמנישפולער ;אָסאָבאָיע 
סאָװיעשטשאַניש". 

איך בין אַװעק אויף דעם אָנגעװיזענעם אַדרעס און דאָרט זיך דער- 
פרעגט צום מיליטערישן פּראָקוראָר. מיך האָט אויפגענומען א בייזער, ני" 
דעריקער פּאַרשױן אין אַן אָפיצירן-מונדיר מיט אַן אָפּנעלעבט מיד פּנים 
און צינישע בליקן. ביידע האָריקע הענט זענען געווען טאַטײַרט, וי מען 
זעט עס אָפּטמאָל ביי מאַטראָזן. באַזונדערס שווער איז געווען דער אייב" ‏ 
דרוק פון זיינע אַרױסשטאַרצנדיקע ציין. 


איך האָב זיך צו אים געװענדט מיט מיין שוין פיל מאָל איבערגע" 
חזרטן פּזמון: ,מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן, אַ ייִדישער שרייבער; 
אומשולדיק אַרעסטירט* אא"וו דער מיליטערישער פּראָקוראָר האָט זיך 
נישט געכעסט, פאַרקערט, זיין בייז פּנים איז געװאָרן װי עטװאָס מילדער, 
מיט אַ געמאַכטן אומשולדיקן טאָן האָט ער געפרעגט: צי מאָיסעי מיראָ- 
נאָװיטש בראָדערזאָן איז א חוץ אַ שרייבער אויך געווען אַ מיליטערמאַן 
ווען איך האָב אָפּגעענטפערט, אַז ער האָט קײנמאָל מיט קיין מיליטער 
נישט געהאַט קיין שייכות, האָט דער פּראָקוראָר געמאַכט אַ פאַרװוּנדערטש 


80 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


מינע: ,טאָ װי קומט זיין ,דיעלאָ* אין װאיעננעם טריבונאַל?. איך האָב 
געפּרוװוט נאָך דערמאָנען ועגן דער ;אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַניע", אויף 
װאָס דער פּראָקוראָר האָט געענטפערט, שוין מיט אַ חזק-שמייכעלע: 


;עטאָ ווסיאָ ראַװנאָ", ער געפינט זיך נישט ביי אונדז. 

שפּעטער איז פאַר מיר קלאָר געװאָרן, אַז דער מיליטערישער פּראָ 
קוראָר,. אפשר טאַקע איינער פון די ,אָסאָבאָיע סאַָװיעשטשאַניע" האָט 
מיך פּשוט אָפּגענאַרט. בראָדערזאָן האָט טאַקע פון דאָרט באַקומען זיינע 
צען יאָר לאַגער. 


ר יי | דדד 32 --- | 
צוזאַמענטרעף מיט די פרויען פון די אַרעסטירטע שרייבער 
| און קולטור-טוער 


נאָך גרויסע אָנשטרענגונגען האָב איך זיך װידער אײנגעשפּאַנט אין 
טאָג-יטעגלעכן יאָך פון לעבן. איך האָב ווידער אָנגעהויבן טעגלעך קומען 
אין ,קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַרטיסטן*, כדי אָנצונעמען אַרבעט. 


אין קאָמבינאַט איז װאָס ווייטער געװאָרן אַלץ מער לעבעדיקער. עס 
זענען כסדר צוגעקומען פרישע פאַרבעטלאָזע* פרויען, ד"ה פרויען פון 
אַרעסטירטע אַרטיסטן, קינסטלער און קולטור-טוער, װאָס האָבן געהאַט אַ 
רעכט צו באַקומען אַרבעט אין קאָמבינאַט. דאָ האָב איך זיך אויך דער 
װוּסט װוער פון מיינע באַקאַנטע געפינט זיך שוין אין תפיסה, 

אויך דעם אַלטיטשקען ז. װענדראָף, דעם אַמאָליקן פּעליעטאַניסט 
פון װאַרשעװער ,היינט", האָט נישט אויסגעמיטן דער גורל פון די ייִדי- 
שע שרייבער. אויך ער, דער רוּיִקער, שטילער זקן, איז געװאָרן געפערלעך 
פאַר דער סטאַליןדמאַכט און ער איז אַװעק אין תפיסה און מיט אים האָט 
זיך געדאַרפט פאַרנעמען די געהיימנישפולע , אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַניע?. 


ציקע אָרט, װוּ איך האָב זיך געטראָפן מיט די פרויען פון די אַרעסטירטט 
שרייבער. צו מיין גרויסער פאַרװוונדערונג האָב איך איינמאָל דאָ דערזען 


81 


שיינע"מרים בראָדערזאַן 


די שוועסטער פון קונסטמאָלער --- מיכאַיֵל יאָ. איר ברודער, װאָס האָט 
געלעבט אין מאָסקװע, איז בעת דעם אָנהייב פון די אַרעסטן פון ייִדישע 
שרייבער אָפּגעפאָרן קיין ריגע, זיין געבױירנשטאָט. ער האָט געגלויבט אַזױ 
אַרום אויסצומיידן די תפיסה, אָבער אויך אין ריגע האָט אים דערגרייכט 
די האַנט פון דער סטאַלינישער גערעכטיקייט. מ'האָט אים דאָרט אַרעס 
טירט און געבראַכט קיין מאָסקװע. 


דאָס װאַכזאַמע אויג פון דער ענקאַװועדע האָט נישט דורכגעלאָזט 
קיינעם פון די ;געפערלעכע ייִדישׂע פאַרברעכער", די שרייבער און קינסט- 
לער. אין די מאָסקװער תפיסות האָבן זיך שוין דעמאָלט געפונען: דער 
באַרימטער ייִדישער זינגער אַפּעלבױים, וועלכן די סאָוויעטישע מוזיק-קרי" 
טיק האָט באַצײיכנט אַלס דער צװוייטער שאַליאַפּין, די זינגער און אַר- 
טיסטן שולמאַן, ליובימאָוו. איך האָב געטראָפן די פרוי פון פּראָפעסאָר 
נוסינאָוו. מיט ביטערן סאַרקאַזם האָט זי גערעדט, אַז איר מאַן האָט זיך 
ענדלעך אויף די עלטערע יאָרן דערדינט אַ קאַטעדרע אין דער מאָסקװער 
תפיסהי.. 


נישט אַלע פרויען פון די אַרעסטירטע האָבן זיך דערלויבט צו רעדן 
און דערציילן וועגן זייער אומגליק. די פרוי פון אַרטיסט זוסקין האָט מיט 
קיינעם נישט אויסגערעדט קיין װאָרט. זי האָט פּשוט אויסגעמיטן מענטשן 
און בלויז דער צער-בליק פון אירע העלע אויגן, װאָס האָבן שטענדיק אויס- 
געזען וי נאָרװאָס אויסגעוויינטע --- האָבן דערציילט ועגן אירע טראַ- 
גישע איבערלעבונגען. אונדז אַלע, די פרויען פון די אומשולדיקע אַרעס- 
טירטע שרייבער און קינסטלער, האָט נישט אויפגעהערט צו פּײניקן איין 
און די זעלבע פראַגע: ;פאַרװאָס? פאַרװאָס קומט אונדזערע מענער און 
אונדז אַזעלכע שרעקלעכע איבערלעבונגען אין לאַנד פון ,,/סאָציאַליזם,, " 


די סטאַלין-מאַכט האָט זיך לסוף אויך דערמאָנט אין די פרויען פון 
די אַרעסטירטע. אויך זיי זענען געװאָרן געפערלעך. מ'האָט זיי אָנגעהויבן 
אַרױסשיקן פון מאָסקװע. אַזאַ גורל האָבן געהאַט --- ציפּע בערגעלסאָן און 
מאַרקישעס פרוי. מ'האָט זיי אַרױסגעשיקט פון מאָסקװע. איך האָב כסדר 
דערװאַרט, אַז עס װעט קומען אויך מיין ריי. ווייזט אױס, אַז אין מיר 


88 


מיין ליידנס-וועג מיט משׂה בֿראָדערואָן 


און אין דער אַרטיסטין לענאַ סינגאַלאָװסקאַ, דעם נסתרס פרוי, האָט די - 
ענקאַװעדע פאַרגעסן. 


מיט לענאַ סינגאַלאָװסקאַ האָב איך זיך נענטער באַקענט. זי, אַ צאַר- 
טע, פול מיט ליבע צו דער וועלט און צו די מענטשן, האָט איר ביטערן 
גורל געטראָגן שטאָלץ און װוירדיק. זי האָט געזאָגט, אַז עס איז איר נישט 
קיין אונטערשייד, מיטן גאַנצן האַרצן װויל זי, אַז מ'זאָל זי אויך אַרעס. 
טירן, אויב אַזאַ רשעות קען הערשן אין דער מדינה, װאָס װיל מכלומרשט 
באַפרײען די מענטשהייט, וויל זי נישט זיין פּריװוילעגירט און אַרומדרײען 
זיך אויף דער פריי, --- אַזױ האָט צו מיר גערעדט די פרוי פון נסתר. 


זי האָט מיר דערציילט, וי אַזױ עס איז פאָרגעקומען דער אַרעסט פון 
איר מאַן: ער האָט די ענקאַװעדע-לײיט אויפגענומען מיט אַ חוזק-שמייכל, 
װאָס עס האָט זיי שטאַרק אויפגערעגט. דער אָפיציר, װאָס האָט אָנגעפירט 
מיט דער רעוויזיע, האָט גענומען פּשוט שרייען: ;ווייז, װוּ דו האָסט באַי 
האַלטן דאָס געווער אוז די געהיימע פּאַפּירן". אויף װאָס דער נסתר האָט 
געענטפערט גלייכגילטיק --- ;װאָס בייזערט איר זיך, איך בין זייער צוי 
פרידן װאָס איר זענט ענדלעך געקומען.." 

און ער איז באמת געווען צופרידן, װאָס לסוף טיילט ער דעם גורל 
פון זיינע חברים, ייִדישע שרייבער. זינט דעם אַרעסט פון מאַרקישן, בערי 
געלסאָנען און פעפערן איז דער נסתר געווען אויסערגעוויינלעך נערוועז. 
ער האָס געליטן פון שלאָפּלאָזיקײט און כסדר דערװאַרט, אַז מ'זאָל אים 
שוין קומען נעמען. ער האָט נישט געקענט פאַרשטיין, װאָס מען לאַזט 
אים אויף דער פריי, בעת אַנדערע שרייבער זיצן שוין אין תפיסה. ;װאָס, 
זי ווילן מיך אויסשליסן פון ייִדישן שרייבער-כלל?? -- האָט ער סאַר" 
קאַסטיש געפרעגט. 

ענדלעך איז געקומען אויך זיין ריי. דער אַלטער קינסטלער-פּראָזאַלי 
קער איז אַרײנגעװאָרפן געװאָרן אין תפיסה, פון װאַנען ער איז שוין מער 
נישט צוריקגעקומען. 


89 


שיינע-מרים בראָדערזאָן. 


-- 22 --- 
דער פּשוטער רוסישער פאָלקס-מענטש 


נאָכדעם װי עס האָבן זיך אױסגעלאָשן אַלע האָפענונגען צו קענען 
עפּעס טאָן פְאַר דער באַפרייוּנג פון בראָדערזאָנען, האָב איך אויפגעהערט 
אָפּשלאָגן די שװועלן פון די פאַרשיידענע ,גערעכטיקייט"-קאַנצעלאַריעס 
און זיך גענומען פליסיק אַרבעטן ביי די װואַלן. כ'האָב איצט געמוזט אַך- 
בעטן אַ סך, כדי צו קענען עפּעס אַרײנשיקן בראָדערזאָנען אין תפיסה, 
אַזאַ שווערן גורל האָבן אין יענער צייט געמוזט טראָגן אין ראַטנפאַר" 
באַנד הונדערטער טויזנטער פרויען. װאָס זענען טריי געבליבן זייערש 
אַרעסטירטע מענער. | | 

בכלל האָט יעדער אַרעסט פון פאַרדעכטיקטע אין קעגנערשאַפט צום 
סטאַליןדרעזשים, באַטײט אַ חורבן אין דער משפּחה. אויב מען האָט אַפילו 
די פרוי און די קינדער פון אַרעסטירטן נישט אַרױסגעשיקט פון װוינאָרט, 
האָט זי אָבער פאַרלוירן די האָפענונג זיך צו זען, ווען עס איז, מיט איר 
מאַן. די שטאַרק פאַרליבטע, מייסטנס יונגע פרויען, װאָס האָבן נישט 
געװאָלט רעזיגנירן פון מאַן, האָבן געהאָרעװעט שווער און ביטער, כדי 
זיך אויסצוהאַלטן און צו קענען נאָך אָפּשפּאָרן אויף צו שיקן פּעקלעך 
אָדער געלט פאַרן אַרעסטירטן. דאָס טראַגישע לעבן פון די דאָזיקע פרויען, 
זייער בענקשאַפט, נישט אויסגעלעבטע באַגערן, אָדער צעפלאַקערטע הפקר- 
באַציונג צו אַלץ, װאָס איז ביי דער פרוי אינטים און הײיליק, --- װאָלט 
געקענט דינען, װי שטאָף פאַר קינסטלעריש-פּסיכאָלאָגישע ראָמאַנען. אָבעֶר 
קיינער פון די שרייבער װעט אין ראַטנפאַרבאַנד זיך נישט צורירן צו אַזאַ 
געפערלעכער טעמעי . 

מיינע איבערלעבונגען האָבן זיך נישט אַזױ קאָמפּליצירט, זיי זענען 
געגאַנגען אין אַ גלייכער ליניע -- איך דאַרף מיט אַלע מיינע כוחות העלפן 
דעם אומגליקלעכן אַרעסטאַנט, כדי אויף וויפל עס איז מעגלעך צו פאַר- 
לייכטערן אים דאָס לעבן. איך האָב דעריבער אָנגעברענגט אין מיין שטוב 
אַ סך פון די ;שמעקעדיקש" מאַטעריאַלן אױיסצואַרבעטן די װואַלן. די 
לופט אין דער שטוב, איז באמת געװאָרן נישט צום אויסהאַלטן, דאָס האָט 


90 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


אויסגענוצט מיין שכן דער פּאָדפּאָלקאָװניק מיט דעם פּאַרטײי-בילעט פון 
יאָר 1920. ער האָט אָנגעהויבן צו ברענגען מיליץ, סאַניטאַרע קאָמיסיעס, 
װאָס זאָלן מיר פאַרבאָטן צו פירן מיין ,װאַרשטאַט*, װאָס פאַרסמט די 
לופט. | 

ענדלעך איז עס אים געלונגען: אין איינעם אַ טאָג איז געקומען אַ 
פאַראָרדענונג פון דער מיליץ, װאָס פאַרבאָט מיר צו פירן דעם װאַרשטאָט 
עס האָבן נישט געהאָלפן מיינע בקשות און מיינע אָנװײזונגען אַז איך 
האָב נישט קיין אַנדערע מיטלען פון װאַנען זיך צו דערנערן. עס איז גע" 
קומען אַ מיליציאָנער און געדראָט מיך צו באַזײטיקן פון דער דירה, אויב 
איך װעל נישט אויפהערן אַרבעטן. דער שאַרפער גראָבער טאָן פון מילי" 
ציאָנער,. די שמחה פון מיין שכן, װאָס ענדלעך איז ער אויפן װעג פון 
באַזײטיקן מיך פון דער דירה, האָט מיך אַזױ צעװייטיקט, אַז איך האָב 
זיך שטאַרק צעוויינט, 

ווען איך בין אַרױס אין גאַס, איז צו מיר צוגעקומען אַ ברײטפּלײ- 
ציקער רוס מיט אַ מגושמדיק פּנים און מיט אַ הייזעריקלעכער שטים, 
וועלכע ער האָט זיך באַמיַט צו פאַרװײיכערן, האָט ער זיך צו מיר געווענדט: 
,איזוויניטיע, פאַרװאָס האָט איר געװויינט?" | 


די דאָזיקע אומגעריכטע פראַגע פון דעם רוס, אַ טרעגער, וועלכער' 
האָט געװוינט קעגנאיבער מיין דירה און איז שטענדיק געווען מער שיכוף 
וי ניכטער, האָט מיך געשטעלט אין אַ שװוערער לאַגע. אַ חוץ דעם, װאָס 
איך האָב זיך פאַר קיינעם נישט געװאָלט קלאָגן, האָב איך פּשוט מורא 
געהאַט, צי עס איז נישט עפּעס אַן אונטערגעשטעלט שפּיצל, כדי צו קענען 
מיך אַרעסטירן אָדער אַרױסשיקן. דאָך די ווייכע שטים, וועלכע איך האָב 
שוין לאַנג נישט געהערט, זיין תמימותדיקער בליק, האָט אַרױסגערופן אין 
מיר אַ געוויסן צוטרוי צו אים. איך האָב אים דערציילט ועגן מיין שכן, 
װאָס וויל מיך באַזײטיקן פון דער דירה און לאָזט מיך נישט אַרבעטן, 
װאָס איז מיין איינציקע פּרנסה, 


דער פּשוטער מענטש האָט אַרױסגעװיזן אַ סך מיטלײיד מיט מין 
מצב און מיר פאָרגעלייגט, אַז איך זאָל מיין ;װאַרשטאַט* אַריבערטראָגן 
צו אים אין קעמערל, װאָס האָט אַ פענצטער. דאָרט װועט מיר קיינער נישט / 


1 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


שטערן צו אַרבעטן. איך האָב אָנגענומען די דאָזיקע פריינטשאַפטלעכע 
הילף און מיינע לאַנגע אַרבעט-טעג זענען שוין אַװעק אין דעם קעמערל. 
עס איז געווען שפּעטער האַרבסט, דער וינט האָט דאָ געבלאָזן פון אַלע 
זייטן פון סופיט האָט געקאַפּעט, די פינגער זענען פאַרשטייפט געװאָרן פון 
קעלט --- אָבער עס איז דאָך געווען אַ הילף פון אַ פּשׂוטן רוסישן מענטש, 
וועלכער האָט געװאָלט עפּעס טאָן פאַר דער איינזאַמער ליידנדיקער פרוי, 
ער איז אויך געווען מיין באַשיצער, ווען דער פּאָדפּאָלקאָװניק מיט דעם 
,פּאַרט-בילעט? פלעגט מיך באַפאַלן אויף אַ גראָבן אופן, 


--- 24 == 
בראָדערזאָן -- דער לאַגער-אַרעסטאַנט נומער 427 


נאָך ניין חדשים פּלאָגן זיך און אַנטױישטע דערװאַרטונגען, אַז .דער 
ענין װעט זיך אויפקלערן", האָב איך, אין אָנהײיב יאַנואַר 1951 באַקומען 
אַן איינלאַדונג זיך צו שטעלן אין מ. ג, ב. איך האָב געמיינט, אַז שוין.. 
מ'האָט זיך אין מיר אויך שוין דערמאָנט. איך האָב זיך אײינגעפּאַקט אַ 
פּעקל פון די נייטיקסטע זאַכן און אַװעק אין מ. ג. ב. דאָרט האָט מען 
מיך אַרײנגערופן אין קאַבינעט פון נאַטשאַלניק און ער האָט פון אַ פּאַפּיר 
אַרױסגעלײענט, אַז מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן, װי אַ ס אָ צ י אַ לִ- 
געפערלעכער עלעמ ענט האָט באַקומען צען יאָ ר אַר'" 
בעט-אויסבעסערונג-לאַגער. עס וערט אים נישט צוגענומען דאָס בירגער" 
רעכט. --- אַזױ האָט געמשפּט די ,אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַניע?. 

ביז היינט קען איך מיר נישט אויפקלערן די סיבה, פאַרװאָס איך 
האָב אַזױ רוּיַק אויפגענומען די דאָזיקע דערשיטערנדיקע מיטטיילונג. איך 
האָב נישט מער געװויינט. ווייזט אויס, אַז ס'איז פאַראַן אַ גרענעץ אויך 
פאַר טרערן; ווייזט אויס, אַז מ'קען זיך איינלעבן אויך מיט דעם שרעק" 
לעכסטן, ווען עס גייט נאָר אַריבער די גרענעץ פון יענער מענטשלעכער 
פּאָרשטעלונג. די דערשיטערונג איז ביי מיר געקומען דעמאָלט, װען עס 
איז ביי מיר אײינגעבראָכן געװאָרן דער גלויבן אין דער סאָוויעטישער 


92 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


גערעכטיקייט. --- דער מאָרד איבער מיכאָעלסן, די ליקװידאַציע פון דער 
ייִדישער טעאַטער-סטודיע, דער אַרעסט פון די ייַדישע שׂרייבער און קול" 
טור-טוער, מיין אייגן פּיינלעך לעבן נאָך דעם אַרעסט פון בראָדערזאָנען, 
די צינישע באַציונג פון די סטאַלינישע גערעכטיקייט-אַמטן צו אַלע מיינע 
בקשות און ווענדונגען,. װאָס האָבן געדאַרפט באַװייזן די אומשולד פון 
בראַדערזאָנען -- נאָך דעם אַלעם, האָט שוין דאָס געבן בראָדערזאָנען צען 
יאָר לאַגער אויסגעזען, װוי אַ נאַטירלעכער רעזולטאַט פון אַלעם פריערדיקן, 

איך בין אַרױס פון מ. ג. ב. אַ פראָסטיק-זוניקער װוינטער-טאָג האָט 
זיך אױיסגעשפּרײט איבער די באַלעבטע מאָסקװער גאַסן. מיר איז געווען 
קאַלט. איך האָב זיך געאיילט, נישט וויסנדיק אַליין װוּהין. איך האָב גע 
טראַכט פון משהן. עס מוז אים זיין זייער קאַלט אין תפיסה, מ'דאַרף אים 
באַזאָרגן װאַרעם אָנצוטאָן. ווער ווייסט װוּהין מען װצט אים אַװעקשיקן. 
איך האָב געטראַכט וועגן די אַרעסטירטע ייִדישע שרייבער און אַרטיסטן, 
זייערע פרויען און משפּחות, מיינע פריינט און עפּעס אַ פונק פון טרייסט 
האָט אין מיר געציטערט: מיר איז לייכטער וי די פרויען פון די אַנדערע 
אַרעסטירטע, איך ווייס שוין דעם גורל פון מיין נאָענטסטן פריינט, אָבער 
זיי טראָגן זיך נאָך אַרום מיט דער ביטערער פראַגע --- װאָס װועט געשען. 
מיט זייערע מענער? | 

איך בין אַװועק צו דער לופאַרטאָװוסקער תפיסה, כדי זיך צו דערוויסן 
ווען מ'שיקט אַװעק מיין מאַן, איך האָב נאָך אַלץ געהאָפט צו באַקומען 
מיט אים אַ זעוּנג פאַרן אַװעקשיקן אין לאַגער און אים אויך באַזאָרגן מיט 
װאַרעמע מלבושים. אין דער טורמע-קאַנצעלאַריע האָב איך באַקומען אַן 
ענטפער, אַז מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן געפינט זיך שוין נישט 
דאָרט.. 


--- 35 -- 
צו אַלץ געװוינט מען זיך צו 


צו אַלץ קען זיך אַ מענטש צוגעװווינען. --- איך האָב קיינמאָל נישט 
געגלייבט אין דעם דאָזיקן אמת. ביז מיין אומגליקלעכן לעבן אין ראַטנ- 


99 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


פאַרבאַנד האָב איך קײינמאָל נישט געװוּסט פון קיין נויט. מיין קינדהייט 
און יוגנט איז אדורך אין שפּיל און פאַרוויילונג, אין לערנען, לייענען 
ביכער. אין דער היים בין איך געווען דאָס געצערטלטע קינד. שפּעטער -- 
דאָס לעבן מיט משהן, מיט דעם פּאָעט מיט דער שװאַרצער טשופּרינע 
און שטענדיק בלישטשענדיקע אויגן, צו וועלכע עס האָבן זיך געצויגן וי 
נאַכט:באבעלעך צום ליכט, יונגע מענטשן, אויפגייענדיקע שטערן אין דער 
שרייבערישער און קינסטלערישערי ועלט. מיר האָבן נישט געפירט קיין 
לוקסוס-לעבן, אָבער אונדזער היים אויף זאַװאַדזקע 49, האָט געשפּרודלט 
מיט פרייד. דאָס אַלץ האָט דער טייוול צוגענומען. איך בין געװאָרן אַן 
איינזאַמע, עלנטע פרוי, אָן פריינט, אָן באַקאַנטע. מיין נאָענטסטער, נאָ- 
ענטסטער פריינט איז דורך בייזע רשעים פון מיר אַװעקגעריסן געװאָרן 
און ווערט געפּײיניקט ערגעץ אין אַ לאַגער. איך שטיי אויף אינדערפרי, 
אין מיין איינזאַמען שװאַך-באַלױכטענעם קעמערל, און האָב נישט צו װע- 
מען אַ װאָרט אויסצוריידן. איך אַרבעט אָפּ אַ שווערן, לאַנגן אַרבעטס-טאָג 
און פאַל אַװעק אויפן בעט אין איינזאַמקײט. איך פאָר קיין מאָסקװע, 
אָבער אויך דאָרטן האָב איך נישט קיינעם. איך האָב באַמערקט, אַז מען 
ימיידט מיך אויס, פּונקט וי איך װאָלט באַגאַנגען אַ שווער פאַרברעכן. 
אַפּילו נאָענטע קרובים האָבן זיך אָפּגעװענדט און נישט געשריבן קיין 
בריוו צו מיר; בלויז מיין געטרייער ברודער פון פּױלן האָט נישט אויפ- 
געהערט צו מיר צו שׂרייבן און אין אַ פאַרשטעלטער פאָרם זיך כסדר 
;געפרעגט וועגן דעם קראַנקן משה, אין וועלכן שפּיטאָל ער געפינט זיך. 
איך האָב אים געענטפערט, אַז משה איז אַרױסגעפאָרן אויף ,קוראַציע?. 


אַזױ האָב איך אין איײנזאַמקײט געפירט מיין שװוער לעבן און זיך 
דערצו אַזױ צוגעוווינט, אַזױ װוי עס װאָלט געווען אַ נאָרמאַלער לעבנס- 
שטייגער. בלויז די חלומות אין דעֹר נאַכט פלעגן איבעררייסן אָט די אנאָר- 
מאַלקײט? און מיר געגעבן אַ טראָג אַװעק אין מיין אַמאָליקער רייכער, 
שיינער היים. באַקאַנטע, אַמאָל אַזױ נאָענטע פּנימער, האָבן זיך באַװיזן, 
און ס'איז געװאָרן אַזױ װאַרעם אויף דער נשמה. ווען איך האָב זיך אי" 
בערגעוועקט האָב איך נאָך געהאַלטן פעסט צוגעמאַכט די אויגן. כדי אַזױ 
אַרום אויפצוהאַלטן דעם שיינעם חלום, . 


144 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראַדערזאָן 


אָפּטמאָל בין איך שעהן לאַנג געלעגן װאַך און געקלערט וועגן מיין 
צוקונפט. איך האָב געפּרוּװוט זיך איינרעדן, ער װעט אויסהאַלטן דעם לאַי 
גער און װאָס װעט זיין װוייטער? איך האָב געװוּסט, אַז נאָך צען יאָר 
לאַגער װוערט דער אַרעסטאַנט װידער פאַרמשפּט אויף אַ פרייער פאַרשי- 
קונג ערגעצוווּ אין אַ דערפל, אין די ווייטע מקומות אויף צפון, ערגעץ אין 
/קאַלטן סיביר. נישט קיין סך פרויען דעצידירן זיך אַזױ לאַנג צו װאַרטן, 
זיי פאַרלאָזן פּשוט זייערע מענער און שאַפן זיך אַ ניי לעבן. איך װעל 
געהערן צו די, װאָס בלייבן געטריי זייערע מענער. נאָך צען יאָר װעל איך 
קומען אין זיין פאַרשיקונג-אָרט און טיילן מיט אים זיין גורל, ביז דער 
טוט װעט אונדז צעשיידן. אַזױ האָב אֹיך געטראַכט אין די שלאָפּלאָזע 
נעכט, 


די שווערע פּיינלעכע אײנזאַמקײט האָט מיך נישט געלאָזט רוען. 
איך האָב זיך באַמיִט צו דערנענטערן צו די פרויען פון די אַרעסטירטע 
שרייבער. צוויי פון זיי, וועמענס נעמען איך טאָר נישט דערמאַנען, צוליב 
פאַרשטענדלעכע סיבות, זענען מיט מיר געװאָרן זייער באַפרײינדעט. מיר 
פלעגן זיך אָפּט טרעפן אין מאָסקװע, ווען איך האָב אָפּגעפירט מיין אַרי 
בעט. מיינע פריינדינס זענען געווען פּעסימיסטישער פון מיר. זיי האָבן 
נישט געגלייבט, אַז זייערע מענער װעלן אױיסהאַלטן די תפיסה און פאַר" 
שיקונג. װי שטענדיק, ווען מענטשן פאַלן אַרײן אין דער גרעסטער פאַר- 
צווייפלונג, האָבן מיר אָנגעהויבן גלויבן אין עפּעס אַ ,נס". עפּעס מוז 
געשען אַזעלכעס, װאָס װעט די אומשולדיקע אַרעסטירטע שרייבער צו" 
ריקברענגען צו זייערע היימען. קיינער פון אונדז האָט זיך נישט פאָרגש ‏ 
שטעלט, אַז ס'איז מעגלעך, אַז מען זאָל די אַרעסטירטע ייַדישׂע שרייבער 
פאַרמשפּטן צום טויט. שטיל, בסוד סודות, האָבן מיר צווישן זיך גערעדט, 
אַז די וועלט, די ייַדישע שרייבער אין אױיסלאַנד, װועלן נישט שווייגן. דאָס 
איז געווען אונדזער האָפענונג און טרייסט אין די שװוערע איבערלעבונגען, 
נישט ביי אַלע פרויען פון די אַרעסטירטע איז די שטימונג געוען די 
זעלבע, ווייל נישט אַלע האָבן געהאַט דעם זעלביקן גורל, די פרויען פון 
בערגעלסאָן,. מאַרקיש, קװויטקאָ, זוסקין און אַנדערע, וועמענס מענער עס 
זענען שפּעטער דערשאָסן געװאָרן, האָבן זיך געטרייסט, אַז די אַרעסטיר- 


99 


שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


טע זיצן נאָך אין מאָסקװע, אין ליפאָרטאָװוסקער אױספאָרשונג-תפיסה, װוּ 
מען נעמט אָן פאַר זיי געלט צוויי מאָל אין חודש. מען האָט זיי נישט 
פאַרשיקט אין קיין לאַגער, וי אַנדערע, איז מעגלעך -- אַז מ'וועט זי 
בקרוב באַפרייען... די צווייטע גרופּע, די פרויען פון דעם נסתר, האַלקין 
| און איך, האָבן אַזאַ טרייסט נישט געהאַט. דער גורל פון די אַרעסטירטע 
איז שוין געווען באַשטימט --- צען יאָר לאַגער, | 


מיר האָבן אַלע געשיקט פּעקלעך צו אונדזערע מענער אױף די אָנ" 
געוויזענע אַדרעסן. אויפן נומער פון לאַגער-אַרעסטאַנט. מיטאַמאָל האָט 
די פרוי פון נסתר צוריקבאַקומען אַן אַרױסגעשיקט פּעקל, זי איז געווען 
זיכער, אַז עפּעס איז דאָ פאָרגעקומען אַ מיספאַרשטענדעניש און זי האָט 
ווייטער געשיקט. אַלע שפּייזיפּעקלעך זענען צוריקגעקומען. די פאַרצווייפל- 
טע פרוי איז אַװעק אין מ. ג. ב. אָנפרעגן פאַרװאָס עס קומען צוריק די 
שפּײזיפּעקלעך און באַקומען אַ תשובה, אַז דער נסתר איז געשטאָרבן אין 
לאַגער-שפּיטאָל... 

זיין טויט האָט מיך אינגאַנצן דערשיטערט. די אָפּנעטעמפּטע שרעק, 
אַז ס'איז מעגלעך מיין מאַן זאָל שטאַרבן אין לאַגער, װאָס האָט מיך 
געהאַט באַהערשט די ערשטע צייט, האָט מיך ווידער גענומען גריליק 
פּײיניקן. אָבער נאָך אַ געוויסער צייט, ווען די אַרױסגעשיקטע פּעקלעד צו 
בראָדערזאָנען זענען נישט צוריקגעקומען, איז װוידער אַרײנגעטראָטן אין 
מיר אַ טעמפּע באַרוּיִקונג. 


אַחוץ דער פרוי פון מיין שכן, דעם טרעגער, װאָס פלעגט זיך אָפט- 
מאָל באַװײיזן אין מיין איינזאַמקײט, זענען געווען נאָך צוויי פרויען, וועל- 
כע האָבן, ווייזט אויס, דורך מיין גוטער שכנטע, זיך דערװוּסט וועגן מיר, 
זיי זענען געקומען צו מיר דעמאָלט, ווען מיין שׂכן, דער פּאָדפּאָלקאַװגיק 
מיטן , פּאַרט-בילעט? פון יאָר 1920, איז מיך באַפאַלן מיט גראָבע זיךי 
לערייען און פּשוט געפאָדערט, אַז איך זאָל זיך אָפּטראָגן פון מיין קע" 
מערל, אויב איך וויל נישט אַז מען זאָל מיך אַװעקשיקן דאָרט אַהין, װוּ 
מיין מאַן געפינט זיך. די צרות האָבן מיך געמאַכט דרייסטער. איך האָב 
אים אָפּגעענטפערט אין אַ שׂאַרפן טאָן. ער האָט זיך געװאָרפן אויף מיר 
מיט די פויסטן און געריטשעט פאַר כעס. עס זענען אַרײנגעקומען די 


90 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאַן 


פרויען, וועלכע האָבן געװווינט אין שכנהשאַפט און שטילשווייגנדיק זיך 
צוגעקוקט צו דער דאָזיקער סצענע. ווען דער פּאָדפּאָלקאָװניק איז אַרױס, 
האָבן די פרויען שעפּטשענדיק צו מיר געזאָגט, איך זאָל נישט קיין מורא 
האָבן, נאָר איך זאָל גיין צום נאַטשאַלניק פון דער מיליץ -- אַרעשקין 
רופט מען אים. זיי, די פרויען, װעלן זיין עדות וי דער פּאָלקאָװניק האָט 
מיך באַלײדיקט, איך בין אַװעק צום נאַטשאַלניק אַרעשקין. מיך האָט 
אויפגענומען אַן אַלטיטשקער מיט מילדע אויגן און מיט אַ גוט פּנים. איך 
האָב אים דערציילט וועגן די באַלײידיקונגען װאָס מיר קומט אויס אויסצו" 
שטיין. ער האָט צוגעזאָגט אויסצופאָרשן דעם ענין. און קוים עס װעט זיך 
נאָכאַמאָל איבערחזרן זאָל איך קומען אים מעלדן. ווען איך בין צום צווייטן 
מאָל געקומען, האָט דער נאַטשאַלניק אויסגערופן: ,איך ווייס נישט, װאָס 
דער מערזאַוויעץ וויל פון דער איידעלער פרוי* און איז מיט מיר אַװעק 
אויפשטעלן אַ פּראָטאָקאָל. אין מיין קעגנװאַרט האָט דער פּאָלקאָװניל 
אויסגערופן צום נאַטשאַלניק: ,דו ווייסט, װועמען דו פאַרטײידיקסט! אַ 
פרוי פון אַן אַרעסטירטן שונא פוֹן ראַטנפאַרבאַנד און אַ זשידאָווקע*. דער 
נאַטשאַלניק האָט מיך מיט אַ כיוון געפרעגט װאָס פאַראַ פּאַס איך האָב, 
ווען איך האָב אים געענטפערט, אַז אַ סאָװיעטישן, האָט ער פייערלעך 
אויסגערופן: ,,מיר װועלן דיך פאַרטיידיקן וי אַ סאָװיעטישן בירגער". 


אין דעם זעלביקן טאָג, ווען איך בין געווען אין לופאָרטאָװסקער 
תפיסה, האָב איך אויך געהאַט אַן איײינלאַדונג צו קומען אין ציווילן גע- 
ריכט. מיין שׂכן האָט מיך אָנגעקלאָגט, אַז מיין אַרבעט שטערט אים קול- 
-טורעל זיך אָפּצורוען און דעריבער בעט ער דעם געריכט מ'זאָל מיך באַ- 
זייטיקן פון דער דירה. מ'האָט אויסגעהערט די עדות, אויך דעם טרעגער, 
װאָס האָט דערציילט אין געריכט וועגן מיינע צרות פון שכן און אַז איך 
אַרבעט שוין נישט ביי זיך אין שׂטוב. דאָס מאָל האָט די גערעכטיקייט 
געזיגט: איך בין געבליבן אין דער דירה. די רוסישע פרויען האָבן מיר 
שפּעטער אויך אַרױסגעװיזן האַרציקײט און פלעגן מיר אָפּטמאָל ברענגען 
;שטשי*, פאַר װאָס איך בין זיי געווען זייער דאַנקבאַר, 


אויף צומאָרגנס בין איך אַװעק צו באַקאַנטע זיך נאָכפרעגן אין וועל- 
כער פון די מאָסקװוער תפיסות דאַרף איך זוכן מיין מאַן און מען האָט 


97 


שיינע-מרים בראַדערזאַן 


מיר געראטן צו גיין צו דער. בוטירקער תפיסה. איך בין אַװעק צו דער 
באַרימטער טורמע. מ'האָט מיך אַרײנגעלאָזט אין אַ גרויס צימער, װוּ עס 
זענען געזעסן פרויען מיט פּעקלעך שפּײז. דער באַאַמטער, װאָס האָט 
צוגענומען מיין פּאַס, האָט מיט אַ פאַרװונדערטער מינע געפרעגט, הלמאַי 
איך האָב נישט מיטגעברענגט קיין עסן פאַר מיין מאַן. איך האָב אים 
גטענטפערט, אַז איך װויל קודם כל זיך דערוויסן, צי ער געפינט זיר דאָ 
אין תפיסה. עס האָט זיך באַלד אַרױסגעװיזן, אַז איך האָב נישט געטראָפן 
אויפן ריכטיקן אָרט. עס איז טאַקע ;בוטירקי", אָבער איז דאָס טורמע- 
שפּיטאָל. פאַר די קראַנקע אַרעסטאַנטן, װאָס זענען שוין דערגאַנגעז צו 
אַזאַ מדרגה, אַז מ'מוז זיי האַלטן אין שפּיטאָל, קענען די קרובים אַרײן- 
געבן פּעקלעך שפּײיז, 


אויף דער אַנדערער זייט פון דעם ריזיקן בנין, װוּ עס געפינט זיך די 
אמתע תפיסה, האָב איך באַקומען אַ תשובה, אַז בראָדערזאָן געפינט זיך 
טאַקע דאָרט. אויף מיין פראַגע, צי איך קען אים אַריינגעבן שפּייז, געלט, 
מלבושים און באַקומען אַ זעוּנג, האָט מען מיר געענטפערט, אַז אויף דעם 
מוז מען האָבן אַ דערלױבעניש פון מ. ג. ב. מלבושים װועט מען ביי מיר 
אַננעמען. איך בין באַלד אַװעק און איינגעקויפט װאַרעמע וועש און אַרײג- 
געגעבן. עס האָט מיר שוין נישט געלאַנגט קיין געלט אויף צו קויפן אַ 
װואַרעמען פּאַלטן. ס'איז אויך נישט נייטיק געווען צו קויפן קיין אייבער- 
בגד, ווייל בראָדערזאָן האָט אין זיינע זאַכן געהאַט אַ װאַטע-פּאַלטן, װאָס 
װאָלט אים זייער צונוץ געקומען אין לאַגער. אָבער צו זיינע זאַכן, װאָס 
האָבן זיך געפונען ביי מיר אין שטוב, האָב איך זיך נישט געטאָרט צו" 
רירן, ווייל זיי זענען דאָך, לויט דעם משפּט פון ,,אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַ- 
נע" געווען קאָנפיסקירט. ר 

די קאָנפיסקאַציע איז אייגנטלעך דורכגעפירט געװאָרן בעתן אַרעסט 
און רעוויזיע. שוין דעמאָלט האָבן די ענקאַוועדע-לייט געװוּסט, אַז דאָס 
,פאַרמעגן? פון ,פֿאַרברעכער" דאַרף מען היטן ביז די ,גערעכטיקייט" 
װעט באַשטימען װאָס צו טאָן מיט דעם ביסל אַלטװאַרג, װאָס עס האָט 
פאָרגעשטעלט מיט זיך בראָדערזאָנס ,האָב-און"גוטס" אין מאָסקוע. 


בעת דער רעוויזיע זענען טאַקע אַלע זיינע זאַכן געװאָרן זאָרגזאַם 


98 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


אײינגעפּאַקט. די ביכער אַרײנגעלײגט אין קאַסטנס און דאָס אַלץ איז גע- 
װאָרן פאַרשנירט און פאַרחתמעט כדת וכדין... דערביי האָט מען מיר אָנ" 
געזאָגט, אַז איך בין פאַראַנטװאָרטלעך מיטן קאָפּ, אויב עס װעלן וערן 
אַראָפּגעריסן די חתימות. | יי | 

איצט, ווען איך האָב געדאַרפט אַרױסבאַקומען פון דאָרט אַ פּאַלטן 
פאַרן אַרעסטאַנט, האָב איך געמוזט באַקומען דערויף אַ דערלויבעניש פון 
מ. ג. ב. אָדער גאָר פון געריכט. האָט זיך ווידער אָנגעהויבן אַ לויפעניש 
פון די זיכערקייט-אַמטן אין תפיסה און צוריק, ביז איך בין געפערלעך 
קראַנק געװאָרן אויף אַ לונגען אָנצינדונג, 


--- 26 -- 
משה בראַדערזאָן -- דער לאַגער-אַרעסטאַנט 


נאָך עטלעכע מאָל בעטן אין מ. ג. ב,, נאָכן דורכקוקן גענוי די רשימה 
פון בראָדערזאָנס קאָנפיסקירט ,פאַרמעגן", האָט מען מיר לסוף פאַרזיכערט, 
אַז איך װעל נישט באַגיין קיין פאַרברעך ווען איך װעל אַרױסנעמען פון 
דאָרט דעם װאַטע"פּאַלטן. איך האָב שוין לאַנג, לאַנג נישט געפילט אַזאַ 
פרייד, וי אין יענעם מאָמענט, ווען איך האָב זיך אומגעקערט אַהײם מיט 
דער זיכערקייט, אַז איך װעל ענדלעך קענען ממשותדיק העלפן בראָדער" 
זאָנען. דער פּאַלטן פון זיין היים, פאַרפּאַקט מיט מיינע הענט, װעט זיין 
פאַר אים אַ װאַרעמער גרוס פון נישט אויסגעלאָשענעם לעבן, אַ פונק פון 
האָפענונג, װאָס טליעט נאָך אין אונדזערע ביידנס הערצער, אַז מיר ועלן 
זיך נאָך אַמאָל זען. 
אויף צומאָרגנס בין איך אויפגעשטאַנען זייער פרי. ס'איז געווען אַ 
שניידיק-קאַלטער, מאָסקװער װינטער-טאָג. איך בין געלאָפן ממש אין 
מ. ג. ב. מיטן פּאַלטן אויף די הענט. ער האָט מיך אויסערגעוויינלעך דער" 
װאַרעמט. אין מ. ג. ב. האָט מען מיר געזאָגט, אַז איך דאַרף נישט קיין 
שום שריפטלעכע דערלויבעניש אַרײינצוגעבן דאָס בגד. ;זיי ווייסן שוין 
דאָרטן, אַז מען מעג אָננעמען פאַרן אַרעסטאַנט אַ װאַרעם מלבוש". אין 


99 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


דער טורמע-קאַנצעלאַריע האָט מען מיר אָבער געענטפערט, אַז זיי האָבן 
נישט באַקומען אַזאַ אָנװײיזונג. איך מוז ברענגען שריפטלעך, אַז די מאַכט 
האָט נישט דאַקעגן אא"וו. איך בין ווידער אַװעק אין מ. ג. ב. דאָרט האָט 
מען זיך געבייזערט אויף דער טורמע-אַדמיניסטראַציע, װאָס זיי מאַכן אַן 
אידיאָטישן אָנשטעל. דער באַאַמטער האָט גענומען דאָס טרייבל און עפּעס 
גערעדט אין אַ שאַרפן טאָן. 

אין בין צום דריטן מאָל געקומען אין קאַנצעלאַָריע פון דער בוטיר- 
קער תפיסה. דאָס מאָל האָט מען מיט אַ שמייכל פון מיר צוגענומען דעם 
פּאַלטן און פאַרזיכערט, אַז ער ווערט באַלד איבערגעגעבן דעם אַרעסטאַנט, 
איך בין אַרױס פון דאָרט אַ מידע, אַ דערשלאָגענע. אַ טרוקענער שניי 
האָט זיך געטראָגן אין דער לופט, די קעלט האָט מיך דורכגענומעןף איך 
האָב געפילט, אַז די פיס טראָגן מיך נישט. איך האָב זיך געאיילט צו 
קומען אין מיין היים און מורא געהאַט איך זאָל נישט פאַלן אויף דער גאַס. 

אין די טונקלישעהן בין איך ענדלעך געווען ביי זיך אין דער קאַל- 
טער שטוב. איך האָב אינגאַנצן געציטערט. דער קאָפּ האָט געברענט. אין 
פיבער האָב איך זיך געלייגט אין בעט און געפילט וי די טעמפּעראָטור 
שטייגט אין מיר. עס איז צוגעפאַלן די נאַכט. שװאַרצע שאָטנס האָבן. 
פול געמאַכט מיין צימער, פינצטער, חושׂך. איך האָב איינגעדרימלט. 

איך ווייס נישט וי לאַנג איך בין געשלאָפן. ווען איך האָב אויפגע- 
מאַכט די אויגן, איז דאָס גאַנצע צימער געווען איין שטיק פינצטערניש. 
איך האָב זיך געפּרוּװוט אויפזעצן, נאָר באַלד האָט זיך דער קאָפּ גענומען 
דרייען, פייער-רעדער האָבן זיך באַװעגט אין דער פינצטערניש, איך האָב 
געמוזט זיך צוריק אַװעקלײגן. 

,װאָס װעט איצט זיין מיט מיר --- האָב איך געטראַכט --- עס וװעט 
מיר קיינער נישט קומען צו הילף, איך װעל דאָ שטילערהייט אויסגיין און 
אויך ער װעט דאָרט בלייבן אָן הילף, איינזאַם, פאַרלאָזן. ער װעט שרייבן 
צו מיר און קיינער װועט אים נישט ענטפערן, װאָס װועט ער דעמאַלט 
טראַכטן וועגן זיין שיינע-מריםל" 

איך האָב געפּרוּװוט אַלײן זיך מוטיקן און שטאַרקן. מיר האָבן אַמאָל 
מיט משהן גערעדט וועגן אױטאָסוגעסטיע, מיט אַ שטאַרקן וילךאָני 


100 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


שטרענגונג קען אַ מענטש זיך אַלײן באַװירקן צו געוויסע מעשים. ;ניין, 
איך בין נישט קראַנק. מען דאַרף שלאָפן. מאָרגן װעל איך אויפשטיין און 
גיין צו דער טורמע, אפשר, װעל איך דאָך באַקומען אַ זעוּנג איידער מען 
שיקט אים אַװעק אין לאַגער". 


עס איז אַדורך אַ קאָשמאַרנע נאַכט פון האַלבן דרימל און האַלבע 
װאַכעדיקײט. איך בין אױיפגעשטאַנען אינדערפרל מיט קאָפּיװוײטיק און 
מיטן פעסטן באַשלוס צו גיין צו דער בוטירקער תפיסה. איך האָב עפּעס 
געגעסן, צוגעטרונקען ;קיפּיאַטאָק* (הייסע װאַסער) און אַװעק צו דער 
תפיסה אויסבעטן אַ זעוּנג מיט מיין מאַן. דאָרט האָב איך באַקומען אַ 
קורצן ענטפער: נישטאָ. ער איז שוין אַװעקגעשיקט. פאַרלוירן די לעצטע 
האָפענונג, 


איך בין גיך אַהײמגעלאָפן, אין האַלדן האָט געשטיקט. עפּעס האָט 
זיך געװאָלט אויסשרייען הויך אויפן קול. איך האָב זיך געשראָקן פאַר 
באַקומען ספּאַזמעס אין גאַס. איך האָב באַװיזן אַהײמצוקומען און זיך 
אַרױפּװאַרפן אויפן בעט און זיך שטאַרק, שטאַרק צעהעשעט און צעװויינט 
הויך אויפן קול, 


איך ווייס נישט וי לאַנג איך בין אַזױ געלעגן. עס איז װוידער צוגע- 
פאַלן די נאַכט, אַ קאַלטע, אַ מאוימדיקע. איך האָב געפילט, אַז איך האָב 
הויכע, הויכע טעמפּעראַטור און בין טאַקע ערנסט קראַנק. דער קאָפּ אנן 
די הענט זענען שווער וי אָנגעגאָסן מיט בליי. איך קען זיך מער נישט 
אויפהייבן. עס װעט שון נישט העלפן קיין שום אױטאָסוגעסטיע. איך 
האָב זיך געפילט אַזױ אומבאַהאָלפן און עס האָט זיך אַזױ געבענקט נאָך 
עמעץ אַ נאָענטן, װאָס זאָל אַרױפלײגן אַ צאַרטע האַנט איף מיין צע- 
היצטן שטערי 


און ווידער איז אַװעק אַ נאַכט אין היץ און אין קאָשמאַר-חלומות. 
אינדערפרי האָט עמעץ אָנגעקלאַפּט אין טיר. איך האָב זיך אַראָפּגעװאַקלט 
פון בעט און אויפגעמאַכט. עס איז אַרײנגעקומען די פרוי פון טרעגער, 
מיין גוטער שכן, װאָס האָט מיר אָפּגעטרעטן זיין קעמערל צו ,פירן מיין 


װאַרשטאַט?. זי האָט זיך געװונדערט, װאָס מען זעט מיך שוין נישט דעם 


101 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


צווייטן טאָג, איז זי געקומען אַ קוק געבן. זי האָט באַלד באַמערקט, אַז 
איך בין קראַנק און מיך אַרײנגעלײגט אין בעט, 

די גוטע, רוסישע פרוי מיט די גרויסע העלע אויגן און געקנייטשטן 
פּנים האָט אַרײנגעברענגט ,קיפּיאַטאָק", עפּעס צום איבערבייסן און מיף 
פּשוט געצווונגען עסן. זי האָט אויך געװאָלט איך זאָל טרינקען ,װאָדי 
קאַ?, װאָס ,דאָס איז גוט צו אַלע קראַנקײיטן", אָבער איך האָב זיך קאַ- 
טעגאָריש אָפּגעזאָגט. זי איז געלאָפן און געבראַכט אַ דאָקטאָר, וועלכער 
האָט פעסטגעשטעלט, אַז איך האָב אַ לונגען-אנטצינדונג מיט 239 גראַך 
טעמפּעראַטור. דער דאָקטאָר האָט דערפילט זיין חוב --- פאַרשריבן מעדי" 
צינען און געהייסן ליגן. , אין דריי טעג אַרום װעט מען זען, אויב עס װשט 
ערגער ווערן װעט מען נעמען אין שפּיטאָל", 

דריי מעת-לעת בין איך געלעגן אין היץ. מיין גוטער מלאך. די 
פּשוטע רוסישע פרוי איז פון מיר נישט אָפּגעטרעטן. ווען איך האָב זיך 
איבערגעוועקט און אויפגעמאַכט די צעברענטע אויגן, האָב איך זי דערזען 
זיצן נעבן מיין בעט. אַ דראָבנע שמייכעלע האָט זיך צעלייגט איבער די 
דינע קנייטשן פון איר לענגלעך פּנים, מיט אַ גוטמוטיקן מאַמע-טאָן האָט 
זי מיר געזאָגט: 

--- דו האָסט כסדר גערעדט ועגן דיין מאַן. ;קאַק יעוואָ זאָװוּט -- 
בראָדאַ, בראָדאַ?* 

--- בראָדערזאָן --- האָב איך איר געענטפערט מיט אַ שװאַכער שטים. 

-- דאַ, דאַ, בראָדערזאָן! --- האָט זי פריידיק אַרױסגערעדט דעם ‏ 
נאָמען, 

אויך איר מאַן איז אַריינגעקומען. ער איז געשטאַנען פונדערווייטנס 
און נישט געװאָלט צוגיין נאָענט צו מיין בעט. זיין מגושמדיק ברייט פּנים 
איז עפּעס וי פיינער און איידעלער געװאָרן. נאָכדעם, וי ער האָט זיך 
געפרעגט, װי איך פיל זיך, האָט ער מיך גענומען צורעדן, אַז איך זאָל 
כאַפּן אַ טרונק ,װאָדקאַ", אָט פון דער פלאַש, װאָס ער האַלט אין דער 
האַנט, װעט מיר באַלד בעסער וערן,.. אויך דאָס מאָל האָט ער ביי מיף 
נישט געפּועלט. 

נאָך די דריי טעג איז, ווייזט אויס, דער קריזיס אַדורך. מיין גוף האָט 


102 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


אויסגעהאַלטן. אין אַכט טעג אַרום בין איך שוין צוריק געשטאַנען אויף 
די פיס. עפּעס אַ נייער שטראָם לעבנס-ענערגיע איז פון ערגעצווּ אין מיר 
אָנגעפלאָסן, איך בין אַװעק אין ,קאָמבינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן" 
און פּשוט געפאָדערט, מען זאָל מיר בייטן די אַרבעט און געבן אַזאַ באַ- 
שעפטיקונג, וועלכע איך זאָל קענען אויספירן ביי מיר אין שטוב און נישט 
דאַרפן זיצן אין דער קעלט אין אַ קעמערל. איך האָב זיי דערציילט וועגן 
מיין קראַנקייט און אָנגעגעבן אַלס סיבה --- מיין אַרבעטן אין קעמערל. 


אין קאָמבינאַט איז מען נאָכגעקומען מיין פאַרלאַנג און איך װאָב 
באַקומען אַן אַרבעט צו קלעפּן קאָנװערטן צו בריוו. דאָס איז שוין געווען 
אַ דיינערע באַשעפטיקונג. נאָר איך האָב געמוזט יעדן טאָג שלעפּן אַהײם 
15 קילאָ פּאַפּיר און אויסאַרבעטן 1,750 קאָנװערטן אַ טאָג, כדי איך זאָל 
קענען שיקן פּעקלעך אין תפיסה פאַר בראָדערזאָנען. אַזֹאַ סכום האָב איך 
געקענט אױיסאַרבעטן נאָר דורך זיין באַשעפטיקט פון פּרימאָרגן ביז שפּעט 
אין דער נאַכט, 

נאָך צוויי װאָכן פּיינלעכן װאַרטן אויף אַ ידיעה פון מיין מאַן, האָב 
איך לסוף באַקומען אַ פּאָסט-קאַרטל, געשריבן מיט בליי פון זיין האַנט, 
מיין מאַן האָט מיר מודיע געווען, אַז ער געפינט זיך אין װועג. ער ווייסט 
נישט װוּהין ער פאָרט. ,אוב איך בין עפּעס שולדיק --- האָט ער געשריבן ‏ 
--- איז נאָר לגבי דיר, מיין ליבע, ליבע שיינע מרים". 


איך האָב פאַרשטאַנען דעם דאָזיקן רמז --- ער איז שולדיק, װאָס 
ער האָט מיך נישט געװאָלט פאָלגן און אַרױספאָרן פון ראַטנפאַרבאַנד, 
ווען עס איז נאָך געווען צייט און מעגלעכקייטן דערצו. 


אין אַ װאָך שפּעטער האָב איך שוין באַקומען אַ בריוו פון לאַגער מיט 
אַן אַדרעס: נאָװאָטשולקא, אירקוטסקער אָבלאַסט, אַרעסטאַנט נומ. 427, 
אין בריוו האָט מיר מיין מאַן מיטגעטיילט, אַז ער האָט אַ רעכט צו שרייבן 
נאָר צוויי מאָל אין יאָר. איך מעג כסדר שרייבן, ווען איך וויל און איך 
זאָל נישט װאַרטן אויף קיין תשובה. 


105 


(געצייכנט דורך 


אַ לאַגער-אַרעסטאַ 


נט) 


משה בראָ 


דערזאָן אין לאַ 


גער נאָ 


װאָטשולק 


אֹ 





== 37 -- 


דער עלילת-דם אויף די ייִדישע דאָקטוירים און זיין 
ווירקונג אין מאָסקװע | 


אין אַ קאַלטן דעצעמבער-פרימאָרגן אין יאָר 1952, האָב איך זיך וי 
געוויינלעך געשלעפּט קיין מאָסקװע מיט מיין שווערן פּאַק אויסגעפאַרטיק- 
טע קאָנװערטן אָפּצוליפערן אין ,קאָמבינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן, 
נישט אַזױ לייכט איז מיר אָנגעקומען דורכצופאָרן די אַכט קילאָמעטער 
פון מיין װוינונג ביזן צענטער פון מאָסקװע. איך האָב געמוזט פאָרן מיטן 
אױיטאָבוס,. מעטראָ, טראַמװײ און נאָך צוגיין אַ שטיקל וועג. 


דאָס שלעפּעניש כמעט יעדן צווייטן טאָג איז פאַר מיר געווען אַזױי 
נאַטירלעך, פּונקט וי מיינע צרות. צװישן די הונדערטער, הונדערטער 
מענטשן, וועלכע זענען אַריין און אַרױס פון מעטראָ און טראַמװײ האָב 
איך נישט געטראָפן קיין איין פריינטלעך פּנים. קיינער האָט צו מיר נישט 
געגריסט מיט דעם װאַרעמען רוסישן שמייכל, װי איך האָב עס געזען, ווען 
עס האָבן זיך געטראָפן באַקאַנטע. איך האָב זיך דעריבער אויך צוגעװווינט 
צו קוקן אויף אַלעמען מיט אַ פרעמדן גלייכגילטיקן בליק, 

אין יענעם דעצעמבער-פר;מאָרגן איז מיין גלייכגילטיקייט צו די 
מענטשן איבערגעבראַכן געװאָרן. איך האָב פּלוצים באַמערקט ביי די פּאַ- 
סאַזשירן אַ גװאַלטיקע פאַראינטערעסירונג מיט די מאָרגן-צייטונגען. מען 
האָט געשמאַק געלייענט די ,איזוװועסטיאַ? און ,פּראַװדאַ? און וֹעֶר עס 
האָט נישט געהאַט קיין צייטונג האָט זיך צוגעבויגן צו זיין שכן און מיט 
נייגעריקייט נאָכגעפאָלגט יעדעס װאָרט. די איבערגעלייענטע ידיעות זע 
נען געװאָרן קאָמענטירט מיט הייטערקייט און אויפרעגונג הויך אויפן קול, 
אַ דערשיינונג, װאָס איז פאַר מיר געווען אַ נייעס, ווייל בדרך כלל האָבן 
די פּאַסאַזשירן אין מעטראָ, טראַמװײ, װײיניק גערעדט צוישן זיך. 

מיין האַרץ האָט אָנגעהויבן אומרויַק צו קלאַפּן. אין דער ערשטער 
רגע האָט דערװואַכט מיינס אַ כמעט אוױיסגעלאַשענע האָפענונג --- ,אַװודאי 
אַן אַמנעסטיע". אויך איך בין פאַרכאַפּט געװאָרן פון דער הייטערער שטי- 
מונג און געפרעגט איינע פון די פּאַסאַזשירקעס: ;/טשטאָ סלוטשילאָס?" 
(װאָס איז געשען?). מיט אַ גיפטיקער מינע האָט זי מיך געפרעגט, צי איך 


105 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


האָב נישט געלייענט די ,ייִדישע צייטונג", געוויזן מיר אויף דער , פּראַו- 
דאַ*, װאָס זי האָט געהאַלטן אין האַנט און פאַרשװוּנדן פון מעטראָ, װאָס 
האָט זיך גראָד געהאַט אָפּנעשטעלט.. 

איך האָב נישט פאַרשטאַנען, װאָס זי מיינט און וי נאָר איך בין 
אַראָפּ פון מעטראָ, דאַן בין איך צו צו אַ קיאָסק קויפן אַ צייטונג, אָבער 
ס'איז אוממעגלעך געווען זיך צו דערשלאָגן צום פאַרקויפער. ביי אַלע 
צייטונג-קיאָסקן זענען געשטאַנען לאַנגע רייען. איך בין צו צו אַן עפנט- 
לעכן טאפל, װוּ מ'האָט אַרױסגעהאָנגען צייטונגען פאַרן עולם און איבער- 
געלייענט די גרויסע קידוש-לבנה-אותיות: ,אוביצי וו'ביפליך כאַלאַטאַך" 
(,די מערדער אין ווייסע כאַלאַטן?). ווייטער איז שוין געגאַנגען די באַ- 
װוּסטע עלילת-דם באַשרײבונג וועגן די באַרימטע ייִדישע דאַקטױירים, װאָס 
ווערן באַשולדיקט אין װעלן אויסמאָרדן די פירער פון דער ראַטנמאַכט 
און באַקומען דערפאַר באַצאָלט מיט דאָלאַרן פון דעם ייִדישן ,דזשאָינט", 
װאָס פאַרנעמט זיך מיטן אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש. 


איך האָב געפילט וי די פיס ברעכן זיך אונטער מיר. מיטאַמאָל איז 
מיר געװאָרן הייס און באַלד האָט מיך אַרומגענומען אַ שניידיקע קעלט. 
די דאָזיקע העסלעכע באַשולדיקונג קעגן די ייַדישע דאָקטוירים, דאָס דער" 
מאָנען דערביי דעם נאָמען פון דערמאָרדעטן מיכאָעלס, האָט מיר קלאָף 
געזאָגט, אַז דאָס מיינט מען מיך, מיין מאַן, די אַרעסטירטע ייִדישע שרייי 
בער און אינטעלעקטואַלן און אַלע ייִדן אין ראַטנפאַרבאַנד און אין אויס- 
לאַנד. װאָס װעט איצט מיט אונדז זיין? | 

עס האָט מיר גענומען שווינדלען פאַר די אויגן. איך בין אַרופגעפאַלן 
אויפן טאפל, דער פּאַק קאָנװערטן האָט זיך אַרױסגעגליטשט פון מיינע 
הענט. אַ פאַרבייגייער האָט מיר געהאָלפן אַלץ צוריק צוזאַמעננעמען און 
זיך צו שטעלן אויף די פיס. ער האָט מיך אַ וויילע אָנגעקוקט און דערנאָך 
געפרעגט מיט אַ ווייכער שטים, ווייזנדיק אויף די נעמען פון די דאָקטו- 
רים אין דער צייטונג: ;װאָס, זיי זענען אייערע באַקאַנטע?? ביז היינט 
ווייס איך נישט צי דער דאָזיקער אומבאַקאַנטער רוס האָט טאַקע געהאַט 
מיטלייד מיט אַ ייִדישער פרוי, װאָס האָט זיך אויפגערעגט צוליבן בלוט- 
בלבול אויף ייַדן אָדער ער האָט געחוזקט. 


100 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


| = איך האָב נישט באַװיזן אים צו ענטפערן. ער איז באַלד אַװעק. נאָך 
דער ערשטער פּיינלעכער איבערראַשונג האָב איך דערפילט, אַז אין מיר 
דערוועקט זיך עפּעס אַן אינערלעכער טראָציקער כוח, װאָס קומט געוויינ" 
לעך ביי מענטשן, װאָס דערפילן די לעכערלעכקייט פון אַ בייװיליקן ביל- 
בול, מיט וועלכן מען שטייט פּנים אל פּנים. איך האָב גענומען מיין פּאַק 
אויף די הענט און מיט שטאַרקע טריט אַװעק מיט מיין אַרבעט אין קאַמ" 
בינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן 


--- 38 -- 


בעתן בלבול אויף די ייִדישע דאַקטױירים, האָט מען געטריבן 
ייַדן פון מאָסקװער מעטראָ און פון די טראַמװײיען 


אויך אין קאָמבינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן האָט געהערשט אַן 
אויפגערעגטע שטימונג. יעדן פריש געקומענעם האָט מען געפרעגט צי ער 
האָט שוין געלייענט די נייעס אין דער היינטיקער צייטונג. אייניקע רוסן 
האָבן געפרעגט מיט אַ גיפטיקן טאָן, וי זיי װאָלטן געזאָגט --- ;האַ, מיר 
האָבן אייך ענדלעך געפּאַקט?. אַנדערע האָבן גערעדט גלייכגילטיק, װי עס 
װאָלט געווען עפּעס אַ נאָרמאַלע דערשיינונג און צוגעגעבן דאָס באַקאַנטע 
ענקאַװעדע-ווערטל: ,סליעדסטואָ װיקאַזשעט? (די אױספאָרשונג וװעםס 
באַװײיזן),. איך און אַנדערע ייִדישע פרויען פון אַרעסטירטע, װאָס האָבן 
גענומען דאָרט אַרבעט, האָבן זיך געפילט דערנידעריקט, דערשלאָגן און 
געמוזט, שטיקנדיק אין זיך דעם פּואָטעסט, אָפּענטפערן מיט עפּעס אַ שאָקל 
מיטן קאָפּ און נישט עפענען דערביי דאָס מויל. 

יאָ, איך האָב געקענט נענטער אייניקע פון די דאָקטױרים און גע 
(װוסט, אַז זיי זענען ערלעכע מענטשן. איך האָב געפילט, אַז דאָס איז אַ 
- באַשולדיקונ)ג קעגן ייִדישן פאָלק. אַזאַ געפיל האָבן אויך געהאַט מיינע 
באַקאַנטע, מיט וועלכע איך האָב זיך געטראָפן אין מאָסקװע. 

ווען איך בין נאָכאַמאָל צוריקגעפאָרן אַהיים האָט אין מעטראָ גע" 
הערשט די זעלבע אויפרעגנדיקע הייטערע שטימונג באַגלײט מיט אָפענע 


107 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


אַנטיסעמיטישע אַרױסטריטן קעגן ייִדן. עס האָט זיך באַקומען דער איינ" 
דרוק, אַז ייִדן זענען מיטאַמאָל געװאָרן הפקר, עס איז בטל געװאָרן דאָס 
געזעץ קעגן אַנטיסעמיטיזם און כוליגאַנעס האָבן באַקומען די מעגלעכקייט 
אָפן אַרױסצוּװוײיזן זייער ייִדןךשנאה. דאָס װאָרט , זשיד* האָט צוריק אוים- 
געלעבט, וי אין די אַמאָליקע צאַרישע צייטן, 


בעת איך בין געזעסן אין מעטראָ איז צו מיר צוגעגאַנגען אַ הויכער 
רוס מיט קליינע פיפיקע אייגעלעך און מיט אַ געמאַכטער בעטנדיקער 
שטים זיך צו מיר געװאָנדן װי צו אַן אַלטער באַקאַנטער: ;סאַראַ", הייב 
זיך אויף און לאָז זיצן אַ רוסישן מענטש. איך האָב אים אָפּגעמאָסטן מיט 
אַ פאַראַכטנדיקן בליק. ער האָט שוין נישט געװאַגט מער צו ריידן. ביים 
אַראָפּגײין פון טראַמװײ האָט זיך געשטופּט אַ פּאַרשױן און פאַרלאַנגט איך 
זאָל אים לאָזן פאָרויס, ווען איך האָב אים געענטפערט, אַז איך קען זיף 
נישט דורכשטופּן, האָט ער מיר בייז צוגעװאָרפן: ,טי אופּראַמאַיאַ זשי' 
דאָװקאַ? (דו אײנגעשפּאַרטע ייִדישקע). דאָס מאָל האָב איך שױן נישט 
געשוויגן און אים אָפּגעענטפערט: ,טי רוסקי כוליגאַן". מיין דרייסטער 
ענטפער האָט דעם כוליגאַן אַביסל צעטומלט. איך האָב דערװאַרט, אַז עס 
וועט קומען צו אַ גרויסן סקאַנדאַל, פאַר מיר איז שוין געווען אַלצײנס. איך 
האָב דעמאָלט געפילט, אַז מיין לעבן און דאָס לעבן פון מיין מאַן --- איז 
שוין פאַרלוירן. 


שפּעטער איז דאָס טרייבן ייִדן פון מעטראָ און פון די טראַמװײען 
געװאָרן אַ טאָג-טעגלעכע דערשיינונג אין מאָסקװע. קיינער האָט אויף דעם 
נישט רעאַגירט -- נישט די באַלײידיקטע און דערשלאָגענע ייִדן און נישט 
די מאַכט, וועלכע האָט זיי געדאַרפט שיצן. די צעחוצפּהטע ייִדן-שנאה 
האָב איך באַלד דערפילט אויך ביי זיך אין דער היים, אין מיין חושכדיק 
קעמערל. וי נאָר איך בין אַריין צו זיך אין שטוב האָט זיך באַלד באַװיזן 
מיין שׂכן, דער פּאָלקאָװגיק מיטן פּאַרטײי-ביכל פון 1920 און מיט אַ גים" 
טיקן הייזעריקלעך קול אויסגעשריגן צו מיר: ,װאָט, װאָס איר, זשידעס, 
האָט געװאָלט מאַכן מיט רוסישע מענטשן, פאַרסמען די פירער פון ,סאָ- 
וויעטסקי סאָיוּז", איר װעט שוין קיין האָניק נישט לעקן". איך האָב אים 
גאָרנישט געענטפערט. ער האָט פאַרקלאַפּט די טיר און איז אַרױס, 


108 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


מיינע גוטע שכנים, דער טרעגער מיט זיין ווייב, האָבן ווייזט אויס 
אַנדערש געטראַכט װעגן דעם בלוט-בלבול אויף די ייִדישע דאָקטױרים, 
זי האָבן נישט אויפגעהערט אַרױסװײזן מיר זייער האַרציקע פריינטשאַפט, 


--- 29 --- 
די פיינטלעכע אַטמאָספער אַרום די ייִדישע דאָקטוירים און 
קראַנקנשװועסטער בעתן מאַסקװער בלבול 


אין דער דאָזיקער פּיינלעכער און ייַדןדפיינטלעכער אַטמאָספער, װאָס 
עס האָט געשאַפן דער בלבול אויף די ייִדישע דאָקטוירים, האָב איך געמוזט 
ווייטער לעבן און אָנגיין מיט מיין טאָגטעגלעכער אַרבעט. עס איז מיר 
געװאָרן ענג אין שטוב און ענג אין גאַס, אין מעטראָ, אין טראַמװײ, אַפילן 
אין קאָמבינאַט פאַר אַרבעטלאָזע אַרטיסטן --- האָבן מיך דורכגענומען 
פיינטלעכע בליקן. און אַזױ האָט זיך דעמאָלט געפילט יעדער ייָד, יעדע 
ייִדישע פרוי, װאָס האָט נישׂט געהאַט קיין עכט רוסישן אויסזען. 

איך בין באַקאַנט מיט דער טרויעריקער געשיכטע פון די פּאָגראַמען 
אויף ייִדן אין די צאַרישע צייטן, איך ווייס, װאָס ייִַדן האָבן דעמאָלט 
איבערגעלעבט, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז די פּיינלעכע איבערלעבונגען פון 
די מאָסקװער ייִדן אין די ערשטע חדשים פון יאָר 1952 זענען געווען נאָך 
שרעקלעכער, וי יענע פּאָגראָמען. אמת, מ'האָט נישט פּאָגראָמירט אָבער 
מ'האָט דעמאָלט געלעבט אין מאָסקװע אין דער שרעקלעכער דערװאַרטונג 
פון א פּאָגראָם, | 

אין די צייטן פון קישענעוו און האָמעל, איז געווען אַ מעגלעכקייט 
צו אַנטלױפן, אַפילו צו פאַרלאָזן רוסלאַנד. בעתן בלבול אויף די דאָקטױ 
רים אין יאָר 1952, האָבן אַלע ייִדן אין מאָסקװע געפינען זיך וי אין אַ 
פּאַסטקע, נישט אַרױסצובאַקומען זיך. דערביי האָט מען געמוזט שווייגן, 
אַפילו צווישן זיך האָט מען מורא געהאַט צו רעדן און מיינע ייִדישע פריינט, 
די מער דרייסטערע, האָבן מיר דערציילט װאָס עס טוט זיך אין די מאָס" 
קווער שפּיטעלער און אַמבולאַטאָריעס, 


109 


שיינע-מרים בראַדערזאַן 


רוסישע קראַנקע האָבן געבעטן מ'אָל זיי נישׂט איבערגעבן אין די 
הענט פון די ייִדישע דאָקטױרים. פון די הייל-אַנשטאַלטן האָט מען גענו- 
מען באַזײטיקן די ייִדישע דאָקטױירים און קראַנקנשװעסטער און די װאָס 
זענען געבליבן, האָט מען אויף שריט און טריט געגעבן צו פילן אַז זיי 
זענען ייִדן... דאָס װאָרט ,זשיד" איז צוריק געװאָרן גאַנגבאַר. מ'האָט 
נישט געטאָרט פּראָטעסטירן קעגן ייִדןדפיינטלעכע אַרױסטרעטונגען, ווייט 
אין , סאָװויעטסקי סאָיוּז-. איז נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם. עס איז דער 
גאַנגען אַזױ ווייט, אַז אויפן באַזאַר האָט מען ייִדן נישט געװאָלט פאַר- 
קויפן קיין פּראָדוקטן. איך בין זיכער, אַז ווען מ'װאָלט דעמאַלט דערלויבט 
אַן עמיגראַציע, װאָלט דער ווייט גרעסטער רוב פון מאָסקװער ייִדן פאַר" 
לאָזט מאָסקװע און געלאָפן װוּהין די אויגן װאָלטן זיי געטראָגן. 


| כדי צו אילוסטרירן וי אַזױ עס האָבן זיך דעמאָלט געפילט ייִדישע 
דאָקטוירים און קראַנקנשװעסטער איז ווערט צו ברענגען פאָלגנדיקע צוויי 
פאַקטן פון מיינע איבערלעבונגען: 
אין דער לעצטער צייט, נאָך פאַרן בלבול אויף די יידישע דאָקטוירים, 
האָב איך זיך נענטער באַקענט מיט צוויי ייִדישע מאָסקװער פרויען --- אַ 
דאָקטאָרין און אַ קראַנקנשװעסטער. די דאָקטאָרין, אַ ייִנגע פרוי, וועמענס 
מאַן איז געפאַלן אויפן פּראָנט, האָט זיך זייער שטאַרק אינטערעסירט מיט 
מיין גורל. זי האָט מיך געבעטן איך זאָל זי אָפּט באַזוכן און דערנאָד מיך 
פּשוט אויפגעצוװוּנגען, איך זאָל צו איר קומען אויף מיטיק, ווען איך װעל 
נאָר זיין אין מאָסקװע. 


אין איינעם אַ טאָג, ווען עס איז געגאַנגען די העצע קעגן די ייִדישט 
דאָקטוירים, האָט די איידעלע פרוי מיך אַריינגערופן צו זיך אין קאַבינעט 
און מיט אַ געבראָכענער פאַרשעמטער שטים מיר דערקלערט, אַז עס װאָלט 
געזונטער געווען, איך זאָל איבעררייסן מיינע באַזוכן ביי איר, אירע פריינט 
/האָבן איר געזאָגט, אַז ס'איז זייער געפערלעך צו האָבן צו טאָן מיט אַ 
פרוי פון אַ פּאָליטיש אַרעסטירטן, בפרט נאָך אַ שרייבער... איך האָב איר 
באַרוּיַקט און דערקלערט, אַז איך פאַרשטיי גוט איר לאַגע און תיכף פאַר- 
לאָזט איר שטוב. מיט טרערן אין די אויגן האָט זי מיך באַגלײט צום 
אַרױסגאַנג, 


120 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


די קראַנקנשװעסטער, מיט וועלכער איך האָב זיך באַפרײנדט איז 
געווען אינגאַנצן ווייט פון ייִדן. אירע עלטערן און די גאַנצע משפּחה זע" 
נען אומגעקומען בעת אַ װײסגװאַרדײלשן פּאָגראָם אין יאָר 1919, זי איז 
דעמאָלט אַלט געווען אַ יאָר און געראַטעװעט געװאָרן דורך רוסישע שכנים, 
וועלכע האָבן זי שפּעטער דערצויגן אַלס פּראַװאָסלאַװנע. ערשט פאַרן 
טוט האָט איינער פון אירע אַדאָפּטאַנטן איר אױיסגעזאָגט דעם סוד, אַז 
זי איז אַ ייַדישע טאָכטער און אירע עלטערן זענען געהרגעט געװאָרן בעת 
אַ פּאָגראָם, 

די יתומה, װאָס האָט באַקומען אַ רוסישע דערציונג איז שוין נישט 
צוריקגעגאַנגען צו ייִדן און זיך געפילט װי אַן עכט-רוסישע פרוי. אויך 
אין שפּיטאָל, װוּ זי האָט שפּעטער געאַרבעט אַלס קראַנקנשװעסטער איז 
זי אָנגעגאַנגען װי אַ רוסישע. בעתן בלבול אויף די ייִדישע דאָקטױירים, 
ווען איך בין צו איר געקומען, האָב איך זי געטראָפן אַ פאַרװיינטע, אַ 
דערשלאָגענע. מיטאַמאָל האָט זי דערפילט איר ייִדישקייט. מ'האָט צו 
איר נישט צוגעלאָזט קיין קראַנקע און אַראָפּגעשטופּט צו א דריטראַנגי- 
קער אַרבעט. אויף שריט און טריט האָט מען איר געגעבן צו פילן, אַז זי 
איז אַ ייַדישע. 


מיט טרערן אין די אויגן האָט די קראַנקנשװעסטער געפרעגט: ,װער 
האָט זיי אַנטפּלעקט מיין ייַדישקייט?? פאַר מיר איז דער ענין געוֹען 
קלאָר: ווייזט אויס, אַז עפּעס אַ געהיימע האַנט האָט טאַקע נאָכגעזוכט 
דעם ייַדישׂע אָפּשטאַם פון די דאָקטוירים און קראַנקנשװעסטער און ווען 
עס קומט נישט שפּעטער דער פּלוצימדיקער טוט פון סטאַלינען, װאָלטן 
די שפּיטעלער און אַמבולאַטאָריעס אין מאָסקװע און אפשר אויך אין גאַנץ 
רוסלאַנד ‏ ,אָפּגערײניקט* געװאָרן פון ייַדישע דאָקטױירים און קראַנקנ- 
שװועסטער. | 

מיין פריינדין האָט זיך נישט איײנגעבראָכן. זי האָט נישט איבערי 
געריסן אירע באַציונגען מיט מיר. זי האָט מיד דערקלערט, אַז זי װעט 
הויך אויפן קול זיי אַלעמען װאַרפן אין פּנים, אַז די גאַנצע באַשולדיקונג 
אויף די ייִדישע דאָקטױרים איז אַ געמיינער, נידערטרעכטיקער בלבול, 
צי זי האָט אַזױ געטאָן --- ווייס איך נישט. ווייל איך אַלײן האָב געהאַלטן 


111 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


פאַר בעסער נישט צו קומען מער אין די קרייזן פון ייִדישע דאָקטוירים און 
קראַנקנשװועסטער, ווייל, ווען אַפילו דאָס קען זיי נישט שאַטן, קען עס 
שאָדן ברענגען מיין מאַן, וועלכער פּײיניקט זיך אין לאַגער, די נ. ק. װו. ד, 
קען נאָך אויסגעפונען, אַז דורך זיין פרוי האַלט בראָדערזאָן אָן באַציונגען 
מיט די , פאַרברעכערישע* ייִדישע דאָקטוירים... : 

|= אַזאַ טראַכטן קען אויסזען װי אַ לעכערלעכע גוזמא, אָבער פאַר מיר. 
די דעמאָלט שװוער-געפּרוּװוטע, איז עס נישט געווען לעכערלעך. נאָך דער 
דאָזיקער ברוטאַלער פאַרקריפּלונג פון יעדער מין גערעכטיקייט, װאָס איז 
פאַרבײיגעגאַנגען פאַר מיינע אויגן אין יענער גרױליקער צייט פון סטאַ- 
לינס נאָךדמלחמהדיקער הערשאַפט -- האָב איך געקענט גלייבן אין יעדער 
ווילדער אוױיסטראַכטעניש, און יעדן בלבול אויף מענטשן, אױיף ייִדישע 
אינטעליגענטן, אויף וועלכע די דעמאָלטיקע סאָוויעטישע מאַכט האָט זיך 
פאַרמאָסטן, 


מיין שרעק איבער דעם גורל פון בראַדערזאָנען 


ביי דעם דאָזיקן אַלגעמײנעם אומגליק, װאָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט 
איבער די ייַדישע קעפּ אין ראַטנפאַרבאַנד, האָב איך נישט אויפגעהערט 
צו פילן מיין אייגענעם פּערזענלעכן צער, מיין איײנזאַמקײט און נישט 
אויפגעהערט צו טראַכטן וועגן מיין געפּײניקטן מאַן. איך האָב געפילט, 
אַז דער גורל פון מיין מאַן איז אָפּהענגיק פון דעם אױיסגאַנג פון פּראָצעס 
קעגן די מאָסקװער ייִדישׂע דאָקטױרים. זאָלן, חס ושלום, די דאָקטױרים 
פאַרמשפּט וערן, װאָס עס איז גאַנץ מעגלעך ביי דער סטאַלינישער יוס- 
טיץ, װעט דעמאָלט זיך אָנהייבן אַן אױיסראָטונג פון דער ייִדישער אינטע- 
ליגענץ אין ראַטנפאַרבאַנד,. אין דער ערשטער ריי װעלן אומגעבראַכט 
ווערן די װאָס זיצן אין די לאַגערן. איך האָב דעמאָלט נישט געװוּסט און 
אַפילו זיך נישט פאַרגעשטעלט, אַז סטאַלינס תלינים האָבן שוין אויסגע- 
שאָסן דעם גרעסטן רוב פון די ייִדישע שרייבער. 

אָט לעבנדיק מיט אַזעלכע מחשבות, האָב איך פּלוצים באַקומען צו" 


112 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


ריק דאָס פּעקל שפּייז, װאָס איך האָט אַרױסגעשיקט צו מיין מאַן אין 
לאַגער, אין דער זעלבער צייט האָט מען מיך אַרױסגערופן אין נ.ק.וו.ד, 
איך האָב אויפגעציטערט. אין דער דאָזיקער נאַכט בין איך שוין נישט 
געשלאָפן און אין גרויען קאַלטן ווינטערדיקן פרימאָרגן, ווען איך בין אַרוס 
פון בעט, האָב איך זיך דערפילט שטאַרק, שטאַרק קראַנק. איך בין געווען 
זיכער, אַז משׂה לעבט נישט מער און דאָס רופט מען מיך אין נ.ק.וו.ד, צו 
געבן מיר די אָפיציעלע מיטטיילונג וועגן זיין טויט, 

גלייכצייטיק איז מיך באַפאַלן אַ פּחֹד. אפשר מיינט מען איצט מיך, 
אפשר האָב איך זיך ערגעצווּ אַרױסגעכאַפּט מיט אַ גוט װאָרט ועגן די 
געמשפּטע ייִדישע דאַקטוירים און איך װעל גענומען ווערן אין די צװאַנגס- 
אױיספאָרשונגען פון נ.ק.וו.ד. צו װאָס דאַרף איך נאָך דורכגיין פּײיניקוג- 
גען ווען מיין גאַנץ לעבן האָט שוין נישט קיין זין און קיין צװעק!! 


איך האָב געזוכט אַ מענטש מיט וועמען זיך דורכצוריידן און באַ- 
שלאָסן אַרײנצוגײן צו מיין גוטער שכנטע -- דעם טרעגערס ווייב. אויך 
זי איז געלעגן קראַנק. איך האָב איר דערציילט, אַז מען רופט מיך איך 
נק.וו.ד. אַװודאי, אין שײיכּות מיט מיין מאַנס טויט. מיין גוטע שכנטף. 
האָט מיך געפּרוּווט באַרוּיִקְן און געזאָגט: 

--- דאָראָגאַיאַ, ביי אונדז פירט מען זיך נישט אַזױ, די , ענקאַװעד* 
משלדעט נישט קיינעם וועגן טויט פון אַ מענטש אין לאַגער, אַז די משפּחה 
פרעגט זיך אָן -- ענטפערט מען. מיט דיר איז אַװודאי אַן אַנדערע דיעלאָ, 

די פרוי איז אַרױס פון בעט און דערקלערט, אַז זי װועט מיך נישט 
לאָזן אַלײין גיין דאָרט אַהין --- ,היינטיקע צייטן... איך װעל דאָרט דער" 
קלערן, אַז דו ביסט אומשולדיק", 

מיר זענען ביידע אַװעק אין נ.ק.וו.ד. אין דעם שוין מיר גוט באַי 
קאַנטן טונקעלן קאָרידאָר האָבן געװאַרט אַ סך פרויען. עס איז אָנגעקומען 
מיין ריי. מיר זענען אַרֹיין צום נאַטשאַלניק און אים איבערגעגעבן די 
איינלאַדונג. ער האָט אָנגעהויבן זוכן די פּאַפּירן, איך האָב זיך נישט גע' 
קענט באַהערשן און שטיקנדיק זיך מיט טרערן אויסגערופן: ;װאָס אין 
געשען מיט מיין מאַן"! | 

דער נאַטשאַלניק האָט מיך אָנגעקוקט מיט אַיבאַהערשטן בליק און 


118 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


געזאָגט: ,ניטשעוװאָ, באַרוּלקט אייך בירגערין, עס איז אים דערווייל גאָר- 
נישט געשען". | 

ער האָט אַרױסגענומען אַ פּאַפּיר. עפּעס איז מיר ווייכער געװאָרן 
אין דער געגנט פון האַרץ -- איך האָב דערזען די האַנטשריפט פון מיין 
מאַן. 

דער נאַטשאַלניק האָט מיר אויפגעקלערט, אַז לויטן סאַװיעטישן גע- 
זעץ האָט דער לאַגער-אַרעסטאַנט דאָס דעכט צו באַפולמעכטיקן זיין פרוי 
איינצומאָנען זיינע חובות. בראָדערזאָן האָט מיר צוגעשיקט אַ באַפול- 
מעכטיקונג אָפּצונעמען האָנאָראַר ביי דער רוסישער געזעלשאַפט צו שיצן 
אױיטאָרן-רעכט, 

אויף מיין פּראַגע: פאַרװאָס איך האָב צוריק באַקומען דאָס פּעקל 
פון לאַגער, האָט מיר דער נאַטשאַלניק געענטפערט, אַז לויטן סאָװיעטישן 
געזעץ טאָר מען נישט אָפּגעבן דעם אַרעסטאַנט קיין פּעקל, װאָס איז דורך 
עמיצן באַרירט געװאָרן. און פון דעם שפּייז-פּעקל, װאָס איך האָב אַרױס- 
געשיקט איז געווען אָפּגעריסן אַ שטיקל לייוונט פון דער פאַרפּאַקונג. 

איך בין אַרױס פון דער נ.ק.וו.ד. און דאָס ערשטע מאָל נאָך לאַנגש 
חדשים, האָב איך זיך שטאַרק, שטאַרק צעלאַכט. עס איז דאָך פאַראַן א 
סטאַלינישע גערעכטיקייט... 


--- 41 --- 
סטאַלינס טויט און דער נייער פּחד ביי ייִדן 


דער שװוערער פּחדימדיקער ווינטער פון יאָר 1953 האָט זיך דער" 
נענטערט צום סוף --- מיין דריטער וינטער אָן בראָדערזאָנען. עס האָט 
זיך שוין געפילט דאָס אָנקומען פון פרילינג, װאָס האָט נישט פאָראויסי 
געזאָגט קיין גוטס. די אַרעסטן צװישן דער ייִדישער אינטעליגענץ זענען 
ווייטער פאָרגעזעצט געװאָרן. אין אױיסלאַנד האָט מען געװוּסט נאָר פון 
די באַרימטע ייִדישע דאָקטוירים, װאָס האָבן געדאַרפט שטיין פאַרן משפּט, 
אָבער אַ חוץ זיי זענען שוין דעמאָלט געזעסן אין תפיסה ייִדישע מעדי- 
קעו, װאָס האָבן מיטן פאָרשטייענדיקן פּראָצעס נישט געהאַט קיין שום 


114 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


שייכות. איך קען, ליידער, נישט אָנגעבן די נעמען פון די דעמאָלט אַרעס- 
טירטע דאָקטוירים, װאָס זענען באַפרײיט געװאָרן נאָך סטאַלינס טויט און 
לפבן היינט אין מאָסקוע. 


ודי פרישע אַרעסטן זענען באַגלײט געװאָרּן מיט אַ העסלעכער העצע 
קעגן די ייַדישע דאָקטױירים. אין באַװוּסטן הומאָריסטישן זשורנאַל ,קראָי 
קאָדיל* האָט זיך באַװיזן אַ קאַריקאַטור, װאָס האָט פאָרגעשטעלט דעם 
פּראָפּעסאָר וואפסי אין אַ ווייסן כאַלאַט מיט אַרױססטאַרטשנדיקע ווילדע 
אויגן און חיהשע ציין, הענט מיט גרויסע לאַנגע שפּיציקע נעגל, פון וועל- 
כע עס רינט בלוט און אַמעריקאַנער דאָלאַרן. פון הינטן זעט מען די 
;האַנט פון גערעכטיקייט", װעלכע האָט אים אָנגעכאַפּט פאַרן װײסן 
באַלאַט, 

די דאָזיקע העסלעכע אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור, דאָס ;ווערק" פון 
די דריי סאָוויעטישע קאַריקאַטוריסטן, וועלכע האָבן זיך אונטערגעשריבן 
מיט דעם צונויפגעשטיקעוועטן נאָמען גקוקריניקסי", האָט מיך דערמאָנט 
אין אַן ענלעך אַנטיייִדיש בילד, װאָס די פּוילישע מאַכט האָט אַרױסגע- 
לאָזט אין יאָר 1920 בעת דער פּױליש-באָלשעװיסטישער מלחמה. יענץ 
בילד האָט פאָרגעשטעלט דעם ייַד אלײיבל טראָצקי* מיט דעם זעלבן 
חיהשן פּנים און הענט מיט לאַנגע נעגל פון וועלכע עס טריפט בלוט... די - 
סאָוויעטישע קאַריקאַטוריסטן פון סטאַלינס צייטן האָבן די קונסט פון ייִדן" 
שנאה פּראָסט-פּשוט איבערגעטראָגן פון פּוליש-ענדעקישן לאַגער פון 
יאָר 1920, | | | 

די העסלעכע פּראָפּאַגאַנדצ קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ האָט 
געשלאָגן װאָרצלען אין דער רוסישער מאַסע. דאָס האָב איך זיך איבער" 
צייגט אין דעם, אַז אויך מיין גוטער שכן --- דער טרעגער און זיין ווייב 
האָבן אָנגעהויבן ריידן אַנדערע דיבורים וועגן אַרעסט פון די ייִדישע דאָק" 
טוירים. ;אַזעלכע גרויסע לייט --- האָבן מיינע שכנים געזאָגט -- משפּט 
מען נישט סתם אַזױ. עפּעס האָבן זיי דאָרט קאָנגעמאַכט?" -- האָט מיין 
שכן, װאָס איז קיינמאָל נישט געווען ניכטער, מיר געגעבן צו פאַרשטיין. 
דערביי האָט ער אָבער באַטאָנט, אַז איך בין אין דעם גאָרנישט שולדיק. 


אויך די געענדערטע באַציוּנג פון מיין שׂכן צו מיר האָט מיך עפּעס 


115 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


דערמאָנט אין אַמאָליקן פּױלישן אַנטיסעמיטיזם. אין מיין זכרון איז אויפ- 
געשװוּמען דער בייליס-בלוט-בלבול אין צאַרישן רוסלאַנד. איך בין דע 
מאָלט געווען אַ שילערין אין אַ פוילישער גימנאַזיע און װי עס האָט זיך 
געפירט, געהאַט פּוילישע קאָלעזשאַנקעס. מיר אַלע זענען נאָך געווען קינ- 
דער, אָבער קינדער האָבן ליב נאָכצופאָלגן, װאָס גרויסע ריידן ערנסט, 
מיינע אַ פּוילישע חברטע האָט מיר פאַרזיכערט --- זי װוייסט גענוי, אַז 
עס זענען פאַראַן ייִדן, װאָס מוזן האָבן קריסטלעך בלוט צו מצות, אָבער 
-- דו -- האָט מיך באַרוּיִקט מיין פּוױלישע חברטע, האָסט נישט צו דעם 
קיין שייכות, דו ביסט פון די , פּאָסטעמפּאָװט". 

ווען איך האָב, בעת דעם בלוט-בלבול אויף די ייִדישע דאָקטױרים 
אין ראַטנפאַרבאַנד, זיך דערמאָנט אין יענער צייט פון בײליס:פּראָצעס 
--- האָב איך מיט װייטיק געטראַכט: ,אַזױ פיל יאָרן אָפּגעפלאָסן און וי 
װײיניק האָט זיך געענדערט די באַציונג צו ייִדן", 

אָבער קיין זאַך איז, ווייזט אויס, נישט אויף אײיביק. מיטאַמאָל איז 
אין ראַטנפאַרבאַנד געשען אַזעלכעס, װאָס האָט אַ טרייסל געטאָן מיט 
דער מעכטיקער דיקטאַטור-מדינה, אין וועלכער עס האָט זיך אָנגעזאַמלט 
אַזױ פיל שלעכטס. אין אַ גרויען פרימאָרגן, ווען איך בין וי געוויינלעך 
אויפגעשטאַנען צו מיין אַרבעט, האָב איך דערהערט, וי דער ראַדיאָ אין 
מיין שכנס צימער האָט מיטגעטיילט, אַז סטאַלין איז פּלוצים שווער קראַנק 
געװאָרן. ביי מיר האָט זיך אַרױסגעריסן אַן אינסטינקטיווער --- ,אוי!!" 
עס איז געווען אַ שווערער זיפץ, װאָס פאַרלייכטערט דאָס געמיט. 


ביי די אַלע צרות און פּיין, װאָס מיר, די פרויען פון די אַרעסטירטע 
שרייבער, זענען דורכגעגאַנגען אין יענער צייט, האָט מען זיך דאָך געװאָלט 
איינריידן, אַז די אַלע פאַרברעכנס קעגן אונדז וערן אָפּגעטאָן אָן דעם 
וויסן פונעם ;,גרויסן סטאַלין". איך אָבער האָב. געפילט, אַז דער הויפּט- 
שולדיקער אין די אַלע פאַרברעכנס קעגן די אומשולדיקע מענטשן איז 
נישט קיין אַנדערער וי סטאַלין אַלײן. דעריבער, ווען איך האָב דער" 
הערט די ידיעה וועגן זיין שווערער קראַנקײט, האָב איך אַזױ הויך אָפּגע- 
זיפצט, אַז עס האָט דערהערט מיין בייזע שכנטעי. 


איך ווייס נישט, װאָס זי האָט דעמאָלט געטראַכט, אפשר האָט זי 


2116 


מיין ליידנס:װועג מיט משה בראָדערזאָן 


געמיינט, אַז מיין האַרץ האָט שוין מער נישט אױיסגעהאַלטן און זי װעט 
ענדלעך באַקומען די דירה אָדער זי האָט מיך געװאָלט פּראָװאָצירן, איך 
זאָל עפּעס ריידן שלעכטס וועגן סטאַלינען. זי איז אַריין אין מיין צימער 
און מיט אַ געמאַכטער ווייכקייט אין דער שטים געפרעגט -- װאָס מיט 
מיר איז געשען. איך האָב דאָסמאָל אויך באַקומען דעם געהעריקן טאָן 
און מיט אַ ,געבראַכענער" שטים איר געזאָגט, אַז סטאַלינס קראַנקײט 
איז א שווער אומגליק פאַרן סאַװױיעטנפאַרבאַנד,,, איך האָב זי געבעטן, אַז 
זי זאָל נישט אָפּשטעלן דעם ראַדיאָ, כדי מיר זאָלן כסדר הערן די קאָמו- 
ניקאַטן, מיין שכנטע האָט, פאַרשטענדלעך, מיר געטאָן צו להכעיס און 
אױיסגעשאַלטעט דער ראַדיאָ, | | 


די הענט ביי מיר האָבן זיך מער נישט געלײגט צו דער אַרבעט. 
אַרום 10 אַזײגער בין איך געפאָרן קיין מאָסקװע און פאַר דעם לעצטן 
געלט איינגעהאַנדלט אַ ביליקן ראַדיאָ. איך בין כסדר געזעסן ביים גרילצנדן 
קעסטל און געהערט די קאָמוניקאַטן וועגן סטאַלינס פּראָגרעסירנדן מוח" 
פּאַראַליז. װי מען האָט שפּעטער געשמועסט אין מאָסקװע איז ער שױן 
געווען טויט אַ פּאָר טעג, נאָר זיינע חברים האָבן פּשוט נישט געװוּסט, 
| וי אַזױ צו האַנדלען, כדי זיין טויט זאָל נישט אַרויסרופן קיין בייזע גייס" 
טער. ענדלעך האָט דער ראַדיאָ מיטגעטיילט, אַז סטאַלין האָט אויפגעהערט 
צו לעבן. | 


צום ערשטן מאָל אין די דאָזיקע שווערע יאָרן איז אין מיר אויפגע" 
גאַנגען אַן אינערלעכע פרייד. איך האָב נישט געהאַט קיין שום פאָרשטע- 
לונג, װאָס עס קען ווייטער געשען. אָבער עפּעס אַן אינטוּיִטיוו פילן האָט 
מיר אונטערגעזאָגט, אַז זיין טוט װעט ברענגען אַ פאַרלייכטערונג. איך 
האָב מער נישט געקענט איינזיצן אין מיין קעמערל. איך בין ווידער גע" 
פאָרן קיין מאָסקװע. אין די גאַסן איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע באַ- 
וועגונג. מאַסן מענטשן האָבן שטילשװײיגנדיק געשטראָמט אויף דער פּוש" 
קינסקאַיאַ צו דעם , דאָם סאָיוזאָוו", װוּ עס איז געלעגן סטאַלינס קערפּער. 
מיין ווייבערישע נייגעריקייט האָט דאָסמאָל נישט גענומען די אויבער. 
האַנט. עפּעס אַן אומבאַװוּסט פּיינלעך שרעק-געפיל האָט מיך צוריקגע" 
האַלטן פון שטופּן זיך מיט דער מאַסע, כדי צו זען דעם גוף פון דעם טויטן 


117 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


דיקטאַטאָר, וועלכן איך האָב געהאַלטן, הגם נישט באַװוּסטזיניק, פאַר דעם 
שולדיקן אין די פאַרברעכנס קעגן די ייִדישע שרייבער און זייערע משפּחות, 


מיין צעטרייסלט געמיט, דער שווערער איבערגאַנג פון פאַרצווייפלונג 
צוֹ האָפענונג, װאָס עס האָט געבראַכט מיט זיך סטאַלינס טוט -- האָט 
מיך נישט געלאָזט רוען. איך האָב זיך באַמיט צו טרעפן מיט מיינע באַ" 
קאַנטע, כדי מיט זיי צו כאַפּן אַ שמועס מכוח דעם פאָרגעקומענעם. הערן 
זייער מיינונג וועגן אונדזער גורל און װאָס װעט זיין ווייטער, 


צוֹ מיין גרויסער איבערראַשונג האָב איך באַמערקט, אַז אויך אין די 
ייִדישע אינטעליגענטע קרייזן איז מען שטאַרק דערשלאָגן צוליב סטאַלינס 
טויט, מ'האָט פּשוט מורא געהאַט, אַז עס קען װוערן ערגער פאַר ייִַדן. איך 
האָב געטראָפן אַ ייִדישע פרוי, װאָס האָט געװויינט און געקלאָגט: ;װאָס 
װעט איצט מיט אונדז זיין, מ'װועט אונדז אַלע (ייִדן) אומברענגען". איך 
ווייס נישט וי אַזױ דאָס איז געשען, נאָר איך בין געװאָרן דרייסטער, 
זיך אויפגעהערט צו שרעקן און געזאָגט מיינט פריינט, אַז עפּעס נייעס 
מוז געשען. עס מוז בעסער וערן אָדער עס ועט ווערן אַזױ שלעכט, אַז 
אַלץ אין ראַטנפאַרבאַנד װעט אין ברעקלעך צעשפּרינגען. מיינע פריינט 
האָבן מיך אָנגעקוקט מיט שטוינונג. זיי האָבן באַװוּנדערט מיין דרייסט" 
יקייט צו ריידן אַזעלכע דיבורים, אָבער באַלד האָבן אַלע אָנגעהויבן צו 
ריידן. הי 

נאָך סטאַלינס לוויה, וועלכע איז באַגלײט געװאָרן מיט אַ גרויסער 
צאָל קרבנות: צעטרעטענע, דערשטיקטע, טויטע פון אױטאָ-קאַטאַסטראָ- 
פעס -- האָבן זיך די צינגער פונאַנדערגעבונדן. מ'האָט אָנגעהיבן ריידן, 
איך האָב געהערט, וי רוסן האָבן גערעדט וועגן די אומגעקומענע ביי סטאַ- 
לינס לוויה: ער איז געקומען מיט בלוט און טױט און אַװעק מיט בלוט 
און טויט. אויך מיין גוטער שכן דער טרעגער, האָט אין אַ שיכורן צו" 
שטאַנד געזאָגט: ;,איי באַטישקאַ,. באַטישקאַ, האָסט געהרגעט, געפּײ- 
ניקט, נישט געלאָזט דעם קאָפּ אויפהייבן און עס איז געקומען אויך דיין 
סוף". | 

איך האָב נישט געקענט איינרוען אין מיין קעמערל. איך האָב גע" 
טראַכט, אַז משה אין לאַגער ווייסט אַװודאי נישט, װאָס עס איז פאָרגע- 


118 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


קומען. איך האָב זיך געאיילט אים אָנצושרייבן אין אַ בריוו וועגן דעם 
;גרויסן אומגליק, װאָס עס האָט ביי אונדז געטראָפן, עס איז געשטאָרבן 
אונדזער טאַטע? אאַז"וו. איך האָב קיין ענטפער נישט באַקומען. אָבער 
נאָך דער באַפּרײוּנג האָט מיר משה דערציילט, אַז ער און זיינע נאָענטע 
פריינט, האָבן גוט פאַרשטאַנען דעם סאַרקאַזם, װאָס האָט געשטעקט אין 
די ווערטער פון מיין בריוו, 


אין קרעמל איז פאָרגעקומען די פּערזאָנעןדענדערונג, מאַלענקאָו אין 
דערהויבן געװאָרן אויף סטאַלינס אָרט, אָבער מאָסקװע איז געווען אומ" 
רוּיִק. איך בין כמעט יעדן טאָג געפאָרן קיין מאָסקװע, כדי זיך צו דער" 
וויסן עפּעס נייעס. מ'האָט מיר דערציילט, אַז אין די נעכט רוישן טאַנקן, 
װאָס פאָרן אין דער ריכטונג פון קרעמל, ייִדן זענען געװאָרן אויסערגע" 
וויינלעך אומרוּיִק און מיט שרעק דערװאַרט דעם מאָרגנדיקן טאָג. װאָס 
וועט זיין מיט דעם משפּט איבער די ייִדישע דאָקטױירים? צי קען נישט 
דער משפּט זיך פאַרװאַנדלען אין אַ פּאָגראָם אויף ייִדן? אַזעלכע ביטערע 
פראַגן האָבן געפּײניקט די ייִדן. | 


| -- 42 --- 
וי אַזױ מ'האָט באַפרײט די באַשולדיקטע ייִדישע דאָקטוירים 


ווען איך טראַכט היינט וועגן יענעם צײיט-אָפּשניט --- די צוויי און 
אַ האַלב יאָר פון סטאַלינס טויט ביז דער באַפּרײוּנג פון בראָדערזאָן, ביז 
דער שוידערלעכער אַנטפּלעקונג וועגן דער אויסמאָרדונג פון די ייִדישע 
שרייבער --- איז מיר שווער זיך צו דערמאָנען די דאַטעס פון די באַזוג" 
דערע געשעענישן. עס איז עפּעס אֶלץ געלאָפן אַזױ װי אױף אַ פילם' 
לענטע. 

מאַלענקאָוו איז שוין געזעסן פעסט אין זאָטל, אָבער אין מאָסקװע 
האָט מען נאָך אַלץ דערװאַרט, אַז אין קרעמל װעט נאָך פאָרקומען נייעס. 
מיטאַמאָל אומגעריכט אַן איבערראַשונג: אַן אַרטיקל אין ,פּראַװדאַ", 
װאָס רעהאַביליטירט די ייִדישע דאָקטױירים, די ;מערדער אין די ווייסע 


119 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


כאַלאַטן". אויך דער דערמאָרדעטער מיכאָעלס ווערט דערקלערט פאַר אומ" 
שולדיק, 

פאַר אויסלאַנד איז די באַפרײונג פון די דאָקטוירים געווען די גרעס- 
טע סענסאַציע. אין מאָסקװע האָט מען די דאָזיקע געשעעניש אַראָפּגע- 
שלונגען שטילערהייט. פּונקט וי ייַדן האָבן פריִער אין דער שטיל גע" 
זיפצט איבער דעם בלוט-בלבול --- אַזױ האָבן זיי זיך איצט געפרייט איינ- 
געהאַלטן, בחדרי חדרים, ווייל מען האָט נאָך אַלץ נישט געװוּסט, װאָס 
דער מאָרגן קאָן ברענגען. | 

איך האָב װוידער נישט געקענט איינרוּען אין מיין קעמערל און אַפט 
געפאָרן אין דער סאָװיעטישער הױפּטשטאָט. מיינע פריינט, װאָס האָבן 
פּאַרברענגט אין פאַרשײידענע קרייזן פון דער מאָסקװער ייִדישער און רוד 
סישער געזעלשאַפט, האָבן מיך שטענדיק ;מכבד" געווען מיט די נייעסטע 
נייעס, װאָס איז נישט דערגאַנגען צו דער עפנטלעכקייט, 

אַזױ האָט מען איבערגעגעבן, אַז די באַשולדיקטע ייִדישע דאָקטױירים / 
זענען באַפרײט געװאָרן נישט דורך דער אױיספאָרשונג אָדער דורך וועל- 
כער געריכט-מאַכט, נאָר פּשוט דער תפיסה-וועכטער איז אַרײנגעקומען 
האָט אויסגערופן ביים נאָמען, פאָטערס נאָמען און צוגעגעבן דעם סקאַר- 
באָוון ;זאַביערײַ ס' װיעשטשאַמיי, װאָס עס װערט געזאָגט יעדן אַרעס- 
טאַנט, ווען מען פירט אים איבער פון תפיסה אין תפיסה אָדער פון תפיסה 
אין לאַגער. די דאָקטוירים האָט מען אַרויסגעפירט אויפן תפיסה- הויף. 
דאָרט האָבן געװאַרט אויף זיי פּאַסאַזשיר-אױטאָס און מען האָט יעדן אַפּ- 
געפירט אין זיין היים. נישט יעדער פון די דאָקטוירים איז אָבער אַהיימ- 
געקומען אַזױ קערפּערלעך גאַנץ, װי מען האָט אים אַרױסגענומען. ביי איי- 
ניקע זענען געווען אויסגעהאַקט די ציין, ביי אַנדערע אויסגעלענקט די 
הענט מיט װוּנדן אויפן קערפּער -- דאָס זענען געווען די בעסטיאַלישע 
סימנים פון דער אױספאָרשונג, װאָס האָט פון קרישטאל-ריינע מענטשן 
געװאָלט אַרױספּרעסן דאָס מודה זיין זיך אין נישט באַגאַנגענע העסלע- 
כע רציחות. : 

מאָסקװער ייִדן האָבן שטילערהייט זיך געפרייט מיט דער באַפרײוּנג 
פון די דאָקטױירים. אין דער שטיל זיך אַפילו אָפּגעגעבן מזל-טוב, פּטור 


100 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


געװאָרן פון אַ צרה. מיט אַ פרייען בליק האָבן זיי איצט געקוקט יעדן באַ- 
קאַנטן רוס אין די אויגן, אָבער רוסישע מענטשן, באַזונדערס פון דער אינ" 
טעליגענץ האָבן אויסגעמיטן צו ריידן וועגן דאָקטוירים-באַפּרײונג, זי 
זענען געווען צעטומלט און די מער דרייסטע, װאָס האָבן שוין געפּרוּוט 
עפענען דאָס מויל, האָבן זיך אויסגעדריקט: ;מ'װײיסט שוין נישט וועמען 
צו גלייבן!* 

אויך איך בין געגאַנגען מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ, איך בין גע" 
קומען אין ,קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַרטיסטן* אָפּגעבן מיין אַר" 
בעט און עס האָט זיך מיר פאַרװאָלט אַ טשעפּע טאָן מיט אַ רוסישער 
פרוי, װאָס האָט בעתן אַרעסט פון די דאָקטױירים מיך געפרעגט צי איך 
האָב שוין געלייענט די צייטונג,.. איצט האָב איך איר געשטעלט די זעל- 
בע פראַגע און זי האָט מיר געענטפערט מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ: ,װאָס 
איז דאָרט פאַראַן אַ ספּעציעלע נייעס?" 


/-- 43 -- 


אַמנעסטיע פאַר קרימינעלע פאַרברעכער -- אָבער נישט 
פאַר ייַדישע שרייבער + 


די באַפּרײונג פון די ייַדישע דאָקטױרים האָט ביי מיר, װי ביי אַלע 
פרויען פון די אַרעסטירטע שרייבער, אויפגעװעקט די האָפענונג, אַז עס 
וועט קומען אַ ישועה אויך פאַר אונדזערע מענער. אַזױ האָבן מסתמא אויך 
געטראַכט די פרויען, וועמענס מענער זענען שוין געווען דערשאָסן און 
ווירקלעך האָט מען אָנגעהױיבן ריידן וועגן אַמנעסטיע. עס איז טאַקע באַלד 
אַרױס אַ דעקרעט וועגן שענקן די שטראָפן פאַר קרימינעלע פאַרברעכער 
און אויך אַ טיילווייזע אַמנעסטיע פאַר פּאָליטישע פאַרברעכער. 

דער דאָזיקער חסד פון דער נייער מאַכט איז אָבער נישט דערגאַנגען 
צו אַזעלכע ,שווערע פאַרברעכער", װי עס זענען געווען די געציילטע ייִדי- 
שע שרייבער, וועמען סטאַלינס גערעכטיקייט האָט נאָך געלאָזט לעבף 
צווישן די פרויען פון די אַרעסטירטע האָט מען אָבער געשמועסט, אַז מען 


121 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


דאַרף אָפּגעבן /, זאַיאַװולעניעס? (בקשות) וועגן באַפרײיען די מענער, װאָס 
זענען אומשולדיק... 

די געשעענישן זענען דערווייל געגאַנגען מיט זייער גאַנג. איידער 
דער ראַדיאָ האָט מיטגעטיילט וװעגן אַרעסט פון בעריאַ, האָט מען שין 
אין מאָסקװע געשמועסט, אַז עס איז געקומען דער סוף פון דער שרעק- 
געשטאַלט פון סאָװיעטיש-רוסלאַנד -- דער אַלמעכטיקער בעריאַ זיצט 
שוין אין תפיסה און ער װעט האָבן דעם זעלבן משפּט, װי ער האָט גע 
מאַכט צענדליקער טויזנטער פון זיינע קרבנות. די מאָסקװער איינווינער 
זענען װוידער געװאָרן אומרוּיִק. די באַפרײטע קרימינעלע פאַרברעכער האָבן 
זיך אַרומגעדרײט אין זייערט טונקעלע ;,רובאַשקעס?" און אָנגעװאָרפן אַ 
שרעק. מען האָט דערציילט, אַז די קרימינעלע האָבן זיך גענומען צו זייע" 
רע אַלטע באַשעפטיקונגען, געכוליגאַנעװעט אויף די גאָסן און געמאַכט 
אומרוען. עס איז געקומען צו צוזאַמענשטױסן מיט דער מיליץ. עס זענען 
אויך געווען קלאַנגען, אַז מען האָט געפונען אַן אונטערגעלייגטע מינע אין 
מאָסקװער גרויסן טעאַטער, בעת דאָרט האָט געדאַרפט זיין די גאַנצע 
,פּראַװיטעלסטװאָ*. | | 

עס האָבן זיך אָנגעהויבן פרישע אַרעסטן צװוישן די קרימינעלע פאַר- 
ברעכער און די, וועלכע מען האָט פאַרדעכטיקט אין סימפּאַטיעס צו בע" 
ריאַן. ביי מיר איז ווידער שװאַכער געװאָרן די האָפענונג וועגן א גיכער 
באַפּרײוּנג פון בראָדערזאָנען. איך האָב אָנגעהויבן אָפטער צו באַקומען 
בריוו פון בראָדערזאָנען. מען האָט ווייזט אויס דעמאָלט פאַרלייכטערט דעם 
רעזשים אין די לאַגערן. פאַרשטענדלעך, אַז משה האָט מיר נישט געשריבן 
וועגן זיין לעבן אין לאַגער. ער האָט אויף זיין שטייגער אין רוסישע ווערט- 
לעך געחוזקט איבער אַלץ און אַלעמען. ביי יעדן בריוו האָב איך ביטער 
געלאַכט און גלייכצייטיק געווען אומרויק און געציטערט, אַז די דאָזיקע 
יבריוו זאָלן נישט פאַרערגערן זיין לאַגע. צום באַדױערן איז מיר גאָרנישט 
געבליבן פון יענער קאָרעספּאָנדענץ, װאָס װאָלט געהאַט אַ גרויסן ווערט 
פּאַר דער אָפּשפּיגלונג פון פילן פון אַ סאָװויעטישן לאַגער-אַרעסטאַנט, { 
ייִדישן דיכטער. | 

סוף זומער 1953, עס איז שוין דאַכט זיך געווען נאָך בעריאַן. מאָס" 


12 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


קווע האָט זיך שוין געהאַט באַרוּיַקט, האָט מען צװווישן די פרויען פון די 
אַרעסטירטע ווידער אָנגעהויבן צו ריידן, אַז מען נעמט אָן בקשות ועגן 
רעווידירן פּראָצעסן, די בקשות דאַרף מען אָפּגעבן אין דער װאָיעננער 
פּראָקוראַטור. 

איך האָב ווידער זיך גענומען צו שרייבן בקשות און ווידער אויסגע- 
לייגט מיינע טענות -- אַ ייִדישער פּאָעט, האָט זיך קיײינמאָל נישט פאַר- 
נומען מיט פּאָליטיק, ער איז אומשולדיק אאַז"ו, אאַז"װו. איך בין אַװעקץ ‏ 
מיט מיין בקשה אין דער מיליטערישער פּראָקוראַטור,. דאָרט האָט מיך 
אויפגענומען מיין ;אַלטער באַקאַנטער", דער נאַטשאַלניק מיט די טאַ- 
טוירטע הענט און אָפּגעלעבטן צינישן פּנים. ער האָט מיך דאָסמאָל אויפ- 
גענומען העפלעך, געבעטן זיצן, אויך אין דער דאָזיקער העפלעכקייט איז 
געלעגן אַ געוויסער צינישער חוזק, וועלכע די פרויען פון די אַרעסטירטע 
מענער האָבן גוט געקענט. זיי, די פרויען האָבן דערציילט, אַז מיט זיין צי- 
ניזם ברענגט ער זיי צו טרערן. מיך האָט ער אַזױ נישט באַװירקט. ער 
האָט צוגענומען מיין בקשה, איבערגעלייענט און אַרױסגעזײעט דורך די 
גראָבע ליפּן: ,לאַדנאָ?, | 

אין אַ פּאָר חדשים אַרום האָב איך באַקומען אַ תשובה: דער פּסק"דין 
בלייבט אין קראַפט, נישטאָ קיין שום ערנסטע מאָטיוון צו רעווידירן אים, 
אונטערגעשריבן --- לעאָנאָוויקראסקא. 

איך האָב נישט געקענט זיך באַרויקן און װידער געשריבן בקשות 
און זיך באַמיט אָנצוגעבן נייע מאָטיוון פאַר זיין באַפרײוּנג: קראַנק, שװאַך. 
ער איז אין הויכן עלטער. אויף דריי אָפּגעגעבענע ווענדונגען האָב איך 
באַקומען דריי פאַרשיידענע תשובות. אָט זענען זײ: ;אייער מאַן האָט 
זיך מודה געווען אין פאַרברעכן, אַז ער איז אַ שפּיאָן". ?ער איז פאַרמשפּט 
געװאָרן אויפן סמך פון עדות-דערקלערונגען, דעריבער קען מען די דיעלאָ 
נישט רעווידירן? און די דריטע תשובה -- ;אייער מאַן איז באַגאַנגען אַ 
פאַרברעכן קעגן דער מלוכה און די שטראָף קען אים נישט געשענקט 
ווערן". / | 

איך בין לסוף מיד געװאָרן פון שרייבן בקשות און צוריק זיך איינ- 
געשרומפּן אין זיך, כדי צו לעבן פאַר אים, מיין איינציקן נאָענטן פריינט, 
וועלכער נייטיקט זיך אין מיין הילף, 


128 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


--- 44 --- 


באַפרײטע פון סאָװיעטישע לאַגערן דערציילן זייערע 
פיינלעכע איבערלעבונגען 


אין האַרבסט 1954 האָט מען ווידער אָנגעהויבן ריידן, אַז פון פרויען 
פון אַרעסטירטע מענער אָדער פון זייערע משפּחות נעמט מען אָן ;זאַיאַוו" 
לעניעס" (בקשות) וועגן איבערקוקן די ,דיעלאָס?" פון די פאַרמשפּטע. 
מ'האָט אָנגעהויבן עפנטלעך שמועסן, אַז אומגעריכט באַפרײט מען מענטשן 
פון די לאַגערן און מ'רעהאַביליטירט זיי. מ'האָט אויך אָנגעהױבן ריידן, 
אַז אין מ.ג.ב., אין דער װאיעננער פּראָקוראַטור, איז די באַציונג צו די 
פרויען פון די אַרעסטירטע געװאָרן אַן אַנדערע, אַ מער מענטשלעכע. איך 
האָב טאַקע געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו איבערצייגן אין דער דאָזיקער 
געענדערטער באַציונג, װאָס האָט אַרױסגערופן ביי מיר די גרעסטע פאַר- 
ווונדערונג, 

אויפן סמך פון דער דערלויבעניש, װאָס איך האָב באַקומען אָפּצױ 
נעמען דעם האָנאָראַר פאַר בראָדערזאָנס פּיעסן, וועלכע זענען אויפגעפירט 
געװאָרן פאַר זיין אַרעסט, האָב איך זיך געװאַנדן צום , פאַרבאַנד צו שיצן 
די רעכט פון אױטאָרן* וועגן אױיסצאָלן מיר די געהעריקע סומע. דאָרט 
האָב איך באַקומען אַן ענטפער: , ביי אונדז זענען פאַראַן הונדערטער אַזעל- 
כע פאַלן, ווען פרויען פון אַרעסטירטע שרייבער קומען מאָנען האָנאָראַר, 
איר מוזט דעריבער האָבן געדולד און צוּװאַרטן". איך האָב אָבער נישט 
געקענט װאַרטן, 

איך בין דעריבער אַװעק צום נאַטשאַלניק פון מ.ג.ב., װאָס האָט מיר 
אַרױסגעגעבן די דערלויבעניש צו באַקומען האָנאָראַר און אים געמאָלדן, 
אַז מ'וויל מיר נישט אױיסצאָלן. ער האָט אין מיין אָנװעזנהײט טעלעפאָי 
נירט צום דירעקטאָר פון , פאַרבאַנד צו שיצן די אױטאָרן-רעכט* און אים 
געזאָגט: ,װײיניק, װאָס ער פּייניקט זיך אין לאַגער, פּייניקט איר נאָך זיין 
פרוי?*, די דאָזיקע ווערטער זענען פֿאַר מיר געווען אַן איבערראַשונג. אין 
,פאַרבאַנד* האָט מען מיר תיכף אױיסגעצאָלט און איך האָב באַקומען מוט 
צו מאַכן ווייטערדיקע באַמיוּנגען פאַר דער באַפרייונג פון מיין מאַן. 


124 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


|מיינע פריינט האָבן מיר אויפגעקלערט, אַז עס איז נישט ,געזונט" 
איבערצוגעבן בראָדערזאָנס , דיעלאָ? אַן אַדװאָקאַט, װאָס קען נאָך מער 
פאַרפּלאָנטערן דעם ענין. מ'דאַרף גיין מיטן פּשוטן וועג, װי אַלע פרויען 
פון פּאָליטישע אַרעסטירטע --- אָפּגעבן ,זאַיאַװלעניעס?, איך האָב ווידער 
זיך געװאָנדן מיט בקשות אין דער מיליטערישער פּראָקוראַטור, און מ.ג.ב, 
מ'האָט צוגעזאָגט צו באַטראַכטן און געהייסן װאַרטן אויף אַ תשובה. איך 
האָב אָבער נישט געהאַט קיין געדולד צו װאַרטן און געװאָרן אַן אָפּטער 
באַזוכער פון די קאַנצעלאַריעס, װאָס האָבן זיך פאַרנומען מיט באַפרײען 
אַרעסטירטע. 


אין די װאַרט-צימערן פון מ.ג.ב. און מיליטערישער פּראָקוראַטור, װוּ 
עס איז שטענדיק געווען ליידיק, איז איצט געווען פול געפּאַקט מיט פרויען 
פון אַרעסטירטע און מיט באַפרײטע פון לאַגערן, װאָס זענען געקומען 
נאָך זייערע רעהאַביליטאַציעס. מיט שטוינונג האָב איך זיך צוגעהערט, 
וי די באַפרײטע פון די לאַגערן דערציילן עפנטלעך וועגן די פּייניקונגען 
בעת די אױספאָרשונגען, וועגן רעהאַביליטאַציעס פאַר נישט באַגאַנגענש 
פאַרברעכנס. עס האָט געמאַכט דעם איינדרוק, װי די געליטענע װאָלטן 
באַקומען אַ באַפעל פון אויבן, זיי זאָלן אַלץ דערציילן.., 


אַן אַרעסטאַנט פון ,רייניקונגס"-יאָר 1927 האָט באַקומען פינף יאָר 
לאַגער. נאָך די פינף יאָר האָט מען אים דערלייגט נאָך פינף אָן דין-ומשפּט, 
נאָך די צען יאָר איז ער פאַרשיקט געװאָרן ערגעץ אין אַ פרייער פאַרשי- 
קונג. אין אַ האַלב יאָר אַרום האָט מען אים וידער אַרעסטירט און ער 
האָט באַקומען אויפסניי פופצן יאָר פאַר שפּיאָנאַזשׂ און קאָנטררעװאָלן 
ציאָנערער טעטיקייט. פּלוצים האָט מען אים איצט באַפרייט. אַ זקן מיט אַ 
געקנייטשט פּאַרמעטן פּנים און ציטערדיקע, דאַרע, געאָדערטע הענט איז 
ער געקומען אין דער מיליטערישער פּראָקוראַטור, כדי צו באַקומען אַ רש" 
האַביליטאַציע. 


עס האָט לאַנג געדויערט ביז מ'האָט אויסגעפונען זיין ;דיעלאָ?. עס 
האָט זיך אַרױסגעויזן, אַז ער איז געווען רעהאַביליטירט נאָך אין יאַר 
1, נאָר ווייזט אויס אַז עמעצער פון דער אונטערנעמונג, װוּ ער האָט 


129 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


געאַרבעט אַלס בוכהאַלטער, איז געװען פאַראינטערעסירט מזאָל אים 
האַלטן אין לאַגער, | 


אַן אַלטיטשקע, מיס אַ קליין איינגעשרומפּן פּנימל, וי אַן אויסגע- 
טרוקנטע ציטרין, האָט דערציילט מיט אַן אַלט קול: זי איז געווען אַ רע" 
װאָלוציאָנערין און האָט אין מאָסקװע געקעמפט קעגן די ווייסע. ווען די 
באָלשעװיקעס האָבן איבערגענומען די מאַכט. בעת די שלאַכטן האָט זי 
באַקומען אַ קויל אין פוס, פון װאָס די װוּנד האָט זיך קיינמאָל נישט געי 
װאָלט פאַרהיילן, אין 1927, ווען סטאַלין האָט דורכגעפירט די ,רייני- 
קונג", האָט מען די רעװאָלוציאָנערין אַרעסטירט פאַר טראָצקיזם און בעת 
דער אױספּאָרשונג האָט מען זי געשלאָגן אויפן קראַנקן פוס, װאָס אין 
פאַרגאָסן געװאָרן מיט בלוט. ווען זי האָט זיך ווייטער נישט געװאָלט ‏ 
מודה זיין אין איר קאַנטררעװאָלוציאָנערער טעטיקייט, האָט מען זי אַרײינ- 
געשטעלט אין אַ קאַרצער אויף צען טעג. דאָרט האָט זי געקענט נאָר שטיין. 
זי האָט די צען טעג נישט אױיסגעהאַלטן, ווייל זי האָט פאַרלוירן דעם 
-באַװוּסטזײן. פאַר אירע נישט-באַגאַנגענע פאַרברעכנס האָט זי באַקומען 
5 יאָר , אויסבעסערונגס"-לאַגער, | 


אין דער ,װאיעננער* פּראָקוראַטור איז געקומען א הויכער, גרויער, 
ברייט-פּלײציקער מאַנספּאַרשױן. מיט אַ פריילעכער מינע האָט ער דער- 
ציילט, אַז ער האָט זיך איינגעברענגט 7 יאָר לאַגער: ער האָט געדאַרפט 
דאָרט זיין 25 יאָר און איז נאָר געווען 18. מ'האָט אים באַשולדיקט אין 
אונטערצינדן אַ פאַבריק. לאַנגע װאָכן איז ער געלאָפן צו באַקומען זיין 
רעהאַביליטאַציע. די פּראָקוראַטור און באַאַמטע פון דער מיליטערישער 
פּראָקוראַטור האָבן אים שׂוין גוט געקענט. מ'האָט אים פיל מאָל דער- 
קלערט, אַז ער נייטיקט זיך נישט אין קיין רעהאַביליטאַציע. די ,דיטלאָ? 
איז בטל, אָבער ער האָט נישט געװאָלט אָפּטרעטן און געטענהט: ,עס איז 
דאָ אַזאַ זאַקאָן? יאַ! --- דאַרף מען אים אויספירן". אין אַ געוויסן טאָג 
איז ער געקומען אין דער פּראָקוראַטור און מיט אַ טיף-ברוסטיק געלעכ- 
טער דערציילט: איך בין שוין רעהאַביליטירט. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, 
אַז אַזאַ פאַבריק, װאָס איך האָב געדאַרפט אונטערצינדן, איז אינגאַנצן 
נישט פאַראַן אין ,סאָיוז", 


126 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


אַ שרייבער, אַ זקן פון 74 יאָר, וועלכן מ'האָט באַשולדיקט אין שטיין 
אין פאַרבינדונג מיט אַמעריקאַנער שפּיאָנען, האָט מען ביי דער אױיספאָר" 
שונג געפּײניקט אויף אַזאַ אופן: די פּייניקער האָבן אים אַ נאַקעטן אַרײנ- 
געזעצט אין אַן אייז-קאַלטן צימער. ווען ער איז שוין געװוען כמעט װױ 
פאַרפרוירן, האָט מען אים פון דאָרט אַרױסגענומען, דערמונטערט, וי" 
טער געפאָרשט און דערנאָך אַרײינגעזעצט אין אַ צימער מיט אויסערגע- 
וויינלעכער היץ. ווען מ'האָט אים געבראַכט צוריק אין תפיסה-קאַמער, 
האָט ער פאַרלוירן דאָס באַװוּסטזיין. בעת ער איז צו זיך געקומעז, איז 
איבער אים געשטאַנען אַן אַרעסטאַנט, װאָס איז געווען באַקאַנט װי אַ 
געפערלעכער באַנדיט, פאַר וועלכן אַלע האָבן געציטערט. דער באַנדיט 
האָט דעם שרייבער זקן געראַטעװעט מיט קאַלט װאַסער און שעפּטשענ- 
דיק געזאָגט: ;דיעדושקאַ, זשׂאַל מניע טיעביאַ". 


אַ װועלט פון שרעקלעכער פּיין, פון שוידערלעכע איבערלעבונגען האָט 
זיך פאַר מיר אַנטפּלעקט. ווידער זענען געקומען קאָשמאַרע, שלאָפלאָזץ 
נעכט. איך האָב עפּעס וי פאָראויסגעפילט, אַז אַפילו משׂה װעט באַפרײט 
ווערן, װעל איך זיך לאַנג מיט אים נישט פרייע; זיין הויכע, גלייכע, 
פעסטע, מענערישע געשטאַלט װועט זיין איינגעבראָכן, די גליענדיקע אויגן 
אויסגעלאָשן און װי לאַנג קען מען לעבן נאָך אַזעלכע פּיינען? אין דעם 
שרעקלעכן אױספאָרשונגס-גיהנום האָט מען דאָך זיכער נישט געמאַכט 
קיין אויסנאַם פאַרן ייִדישן דיכטער, וועלכן זיי האָבן נאָך פיינט פאַר זיין 
עקשנותדיקער ייַדישקייט. --- אַזױ האָב איך געטראַכט אין די שלאָפּלאַזע 
נעכט און אין די פרימאָרגנס ווידער געלאָפן אין די ענקאַװעדעיישע קאָי 
מיסאַריאַטן און קאַנצעלאַריעס, כדי אױסצופּועלן די װאָס שנעלערע באַ- 
פרייונג פון מיין מאַן. אפשר ועט זיך דאָך, נאָך זיין באַפרײונג אייג- 
געבן צו פאַרלענגערן זיין לעבן אויף נאָך אייניקע יאָר. 


127 


שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


-- 45 --- 


מען צאָלט פאַר די גאָלדענע ציין פון אַ דערשאַסענעם 
ייִדישן שרייבער... 


עס איז שוין געווען דער סוף פון יאָר 1954. אין מאָסקװע האָט זיך 
געשטעלט דער ווינטער מיט זיין גאַנצער האַרבקײט. דאָס נייע יאָר 1955 
האָבן די קרייזן פון מיינע באַקאַנטע און פריינט -- אויפגענומען מיט 
פרייד און האָפענונג. מען האָט געגלייבט, אַז עפּעס ענדערט זיך צום בע- 
סערן,.. אָבער צװישן די קרובים פון די אַרעסטירטע ייִדישע שרייבער איז 
נישט געווען אַזױ פריילעך. 


פון פאַרשיקונג האָט מען צוריקגעבראַכט קיין מאָסקװע די פרויען 
פון די אַרעסטירטע שרייבער, וועלכע זענען שוין געווען דערשאָסן. עס זע" 
נען צוריקגעקומען ציפּע בערגעלסאָן, אסתר מאַרקיש, די פרוי פון לייב 
קװיטקאָ, פרוי האָפשטײן, די פרוי פון אַרטיסט זוסקין און אַנד. זיי זענען 
געווען פאַרשיקט מיט זייערע משפּחות: זין, טעכטער, איידעמס, שנורן 
און אַפילו אייניקלעך. נישט מיט אַלע צוריקגעקומענע האָב איך זיך גע- 
טראָפן. זיי האָבן נאָך אַלץ געלעבט מיט דעם פּחד פאַר דער ענקאַװעדע 
און אויסגעמיטן זיך צו טרעפן מיט אַזעלכע פאַרדעכטיקטע באַקאַנטע, 
וועמענס מענער זיצן נאָך אין תפיסה. אייניקע פון די פרויען, װאָס איך 
האָב געטראָפן האָבן געמאַכט אַ דערשיטערנדיקן איינדרוק. זיי האָבן זיך 
דורך דער צייט פון פאַרשיקונג שטאַרק, שטאַרק געעלטערט, פון די מאַ- 
טע אויגן האָט אַרױסגעקוקט צער, שרעק און רעזיגנאַציע. 


זיי האָבן נישט דערציילט וועגן זייער לעבן אין פאַרשיקונג, אָבער 
אויך מאָסקװע איז איצט פאַר זיי געווען אַ שטיף-היים. בעתן פאַרשיקן 
האָט מען די פרויען פון די דערשאָסענע ייִדישע שרייבער אַרױסגענומען 
פון פּראַכטפול איינגעאָרדנטע לוקסוס-וווינונגען, וועלכע זענען מיט דער 
גאַנצער איינריכטונג --- װי אייגנטום פון פאַרברעכער --- קאָנפיסקירט 
געװאָרן. איצט, ווען די אומגליקלעכע אלמנות זענען צוריקגעבראַכט גע-. 
װאָרן קיין מאָסקװע, האָבן זיי מער קיין היים נישט געהאַט. אין זייערע 


128 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


וװווינונגען האָבן זיך געפונען אָנגעזעענע לייט פון דער סאָוויעטישער 
מלוכה, | 

צום מ'שטיינסגעזאָגטן ,גליק? פון די פרויען פון די שרייבער איז 
איצט די שטימונג אין מאָסקװע געווען אַן אַנדערע. מ'האָט שוין נישט 
אַזױ מורא געהאַט זיך צו טרעפן מיט פרויען פון פּאָליטישע אַרעסטירטע, 
מ'האָט דאָך דערװאַרט יעדנס באַפּרײוּנג. די צוריקגעקומענע פון פאַרשי- 
קונג האָבן דעריבער געפונען אַן אָנשפּאַר ביי זייערע פריינט, װאָס האָבן 
די פרויען אַרײנגענומען צו זיך אין די װוינונגען. לויטן געזעץ קענען באַ- 
פרייטע , רעהאַביליטירטע? צוריקבאַקומען זייערע קאָנפיסקירטע וװוינונ- 
גען און פאַרמעגנס, אָבער דאָס מוז אַדורכגײן דורך אַ געריכט און אַן אַד- 
װאָקאַט, װאָס פאָדערט לויטן געזעץ אאַז"ו. אויך אין דעם פאַל זענען די 
פריינט געקומען צו הילף די פרויען פון די אַרעסטירטע שרייבער. די 
פריינט האָבן געגעבן געלט אויף צו פאַרפירן אַ פּראָצעס פאַר צוריקבאַקו- 
מען די װווינונגען און קאָנפיסקירטן פאַרמעגן. 


די ,גערעכטיקייט? האָט געזיגט. די פרויען פון די אַרעסטירטע און 
דערשאָסענע שרייבער האָבן צוריקבאַקומען צו א יי נ צ ל נע צימערן 
פון זייערע אַמאָליקע גרויסע װווינונגען און פאַר דעם קאָנפיסקירטן אייגנ- 
טום --- אַ מינימאַלע אַנטשעדיקונג. די פרויען, װאָס האָבן נאָך נישט גע" 
װוּסט וועגן טראַגישן גורל פון זייערע מענער, די ייַדישע שרייבער, זענען 
געווען גליקלעך, אַז זיי האָבן שוין אַ היים. אייניקע פון זיי האָבן באַקױ 
מען די קלאָגעדיקע אַרבעט אין קאָמבינאַט פאַר אַרבעטסלאָזע אַרטיסטן 
און די װאָס זענען נישט פעיק געווען צו קיין אַרבעט האָבן געלעבט אויף 
צרות, 

אין איינעם אַ טאָג האָט אַ פרוי פון אַן אַרעסטירטן שרייבער, נאָך 
אַלע אָפּרעכענונגען אין שייכות מיטן באַקומען אַנטשעדיקונג פאַרן קאָנ- 
פיסקירטן אייגנטום, פּלוצים באַקומען אַ מעלדונג פון , פינאַנס-אָטדיעל", 
זי זאָל קומען אָפּנעמען נאָך ג על ט, װ אָס 9ס קומ ט איה 
פאַר די גאָלד ענע צײן פון אי ר מֹאַן. די פרױי 
װאָס לעבט אין מאָסקװע, האָט געחלשט. איך ווייס נישט צי זי האָט אָפּי 
גענומען דאָס געלט, אָבער וועגן דער דאָזיקער שוידערלעכער אַנטשעדי 


129 


שייגע-מרים בראָדערזאָן. 


קונג האָט מען גערעדט צווישן אַלע מיינע באַקאַנטע און פריינט. מ'האָט 
עס פאַרשיידנאַרטיק קאָמענטירט. פאַראַן דערשיינונגען, וועלכע דער פּשו- 
טער שכל קען נישט אויפנעמען און דער מענטש שאַפט זיך דעמאָלט אַלײן 
זיינע ,לאָגישע? אויפקלערונגען. אזוי איז אויך געווען אין דעם פאַל פון 
,פאַרגיטיקונג* פאַר די גאָלדענע ציין פון דערשאָסענעם ייִדישן שרייבער, 

אויך דעמאָלט, אַנטדערטהאַלבן יאָר נאָכדעם וי סטאַלינס תלינים 
האָבן אויסגעשאָסן די ייִדישע קינסטלער און קולטור-טוער -- האָבן מיר 
אין מאָסקװע נישט פאָרגעשטעלט זיך, אַז דאָס איז מעגלעך. ועגן דער 
,פאַרגיטיקונג? פאַר די גאָלדענע ציין האָט מען גערעדט, אַז די ציין זע- 
נען ביים אַרעסטירטן אַװדאי אַרױסגעפאַלן און מ'האָט זיי ביי אים קאָנ- 
פיסקירט און דעם ווערט פון גאָלד צוריקגעקערט זיין פרוי, 


--- 46 --- | 
די באַפּרייונג פון משה בראָדערזאַן 


דאָס צוריקקומען פון די פאַרשיקטע פרויען פון די אַרעסטירטע שריי- 
בֿער, די באַפרײוּנג און רעהאַביליטאַציעס, די קלאַנגען וועגן דעם, אַז אין 
די לאַגערן איז דער רעזשים געװאָרן אַ לייכטער, האָבן מיר צוגעגעבן מוט, 
אַז איך זאָל זיך ווייטער ווענדן מיט בקשות וועגן באַפרײען מיין מאַן, ענד- 
לעך האָב איך באַקומען אַ תשובה: , מ'װועט דורכקוקן זיין דיעלאָ?. אויך 
די פרויען, װאָס זענען צוריקגעקומען פון פאַרשיקונג, האָבן אָפּגעגעבן 
,זאַיאַװולעניעס? (בקשות) וועגן באַפרײען זייערע מענער... וועלכע זענען 
שוין געווען דערשאָסן. אויך זיי האָבן באַקומען דעם זעלביקן ענטפער: -- 
מ'וועט דורכזען די דיעלאָ. אויף דער פראַגע: ;ווו געפינען זיך די אַרעס- 
טירטע?!*, האָט מען אין מ.ג.ב. געגעבן אַ צינישן ענטפער: ,זיי װעלן זיך 
שוין אָפּזוכן...* די פרויען װאָס האָבן אין זייער פּיינלעכן לעבן זיך אויס- 
געלערנט צו האָבן געדולד און נישט פאַרלאַנגען צופיל, האָבן געדולדיק 
געװאַרט ביז מ'װועט נאָכאַמאָל דורכקוקן די ,;דישלאָס? פון זייערע מענער, 
איך האָב אַזאַ געדולד נישט געהאַט און געװאָרן אַן אָפּטער ,אַרײנגײער" 


100 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאַן 


אין דער קאַנצעלאַָריע פון דער מיליטערישער פּראָקוראַטור, און מ.גיב, 
און כסדר אָפּגעגעבן , זאַיאַװולעניעס?* וועגן דער באַפרייונג פון מיין מאַן. 


איך בין נישט געווען אַלײין מיט מיינע בקשות. הונדערטער, הונדער- 
טער פרויען פון מאָסקװע און פון ראַיאָן האָבן פול-געמאַכט די קאָרידאַרן 
פון דער מיליטערישער פּראָקוראַטור אויף קיראָווסקאַיאַ 14. די אַלע פרויען 
פון אַרעסטירטע מענער האָבן אָדער אָפּגעגעבן בקשות צו באַפרײיען זייע" 
רע מענער אָדער געװאַרט אויף תשובות. זיי אַלײן האָבן געמאַכט צווישן 
זיך אַ צעטיילונג אויף קאַטעגאָריעס, לויט די פּעריאָדן, ווען די סטאַלין- 
מאַכט האָט דורכגעפירט די רייניקונגען און אַרעסטן. עס האָט געהייסן 
פון וועלכן שניט: 1928, 1937 און 1948, 


די פּראָקוראָרן מיט זייערע געהילפן זענען געווען פאַרװאָרפן מיט 
אַרבעט. מ'האָט גשבראַכט צו פירן. זעק מיט ,דיעלאָס*. די פרויען פון די 
אַרעסטירטע זענען געװאָרן דרייסטער און נישט געװאָלט אָפּטרעטן פון 
די פּראָקוראָרןדקאַנצעלאַריעס. צום ערשטן מאָל האָב איך באַמערקט אַזאַ 
דרייסטקייט פון רוסישע מענטשן. איינער פון די פּראָקוראָרן איז געווע. 
געצווונגען אַרויסצוקומען צו די פרויען און זיי צו באַרוּיִקן. ער האָט דער- 
קלערט: , ליידער קענען מיר נישט מער דורכקוקן װי 25 , דיעלאָס? א טאָג 
און זיי זענען פאַראַן אין די צענדליקער טויזנטער". 


נאָך אייניקע חדשים לויפן אין דער מיליטערישער פּראָקוראַטור, 
האָב איך באַקומען אַ תשובה אויף מיין ,זאַיאַװלעניע", אַז די ,דיטלאָ" 
פון מאָיסעי מיראָנאָװויטש בראָדערזאָן געפינט זיך אין מ. ג. ב. ביים געבן 
דעם ענטפער האָט דער פּראָקוראָר גוטמוטיק צוגעשמייכלט און מיר גע- 
געבן האָפענונג, אַז מיין מאַן װעט זיכער באַפרייט ווערן, 


מיט דער דאָזיקער האָפענונג בין איך װוידער אַװעק אין מ.ג.ב. און 
דאָרט באַקומען אַ תשובה, אַז איך דאַרף אָפּגעבן אַ פרישע , זאַיאַװלעניע?. 


131 


שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


קראַנק אין לאַגער ערב דער באַפרייונג 


אין דער פרישער ,זאַיאַװלעניע*" (בקשה), װאָס איך האָב געדאַרפט 
אָפּגעבן אין מ.ג.ב. וועגן דער באַפּרײוּנג פון מיין מאַן --- האָב איך זיך 
געסטאַרעט אַריינצוברענגען די װאָגיקסטע מאָטיוון, װאָס זאָלן איבער' 
צייגן די פּראָקוראַטור, אַז דער פּאָעט משה בראָדערזאָן זיצט אומשולדיק, 
די ויכטיקסטע מאָטיוון פאַר דער באַפרייוּנג פון מיין מאַן, האָב איך גע 
האַלטן, זענען: ער איז אַ ייִדישער פּאָעט, װאָס האָט װי אַ ייד שטענדיק 
געקעמפט קעגן היטלעריזם, פאַשיזם --- די שונאים פון דער מענטשהייט 
און פון ייִדישן פאָלק,.. : 

מיין , זאַיאַװוליעניע* האָט וייזט אויס טאַקע ,געוװוירקט" אױיף די 
פּראָקוראָרן נאָר גראָד אין אַ פאַרקערטער ריכטונג. גיכער וי שטענדיק 
האָב איך באַקומען אַ מעלדונג פון מ.ג.ב. אַז איך דאַרף קומען אין קאַנ- 
צעלאַריע, װוּ עס איז פאַראַן אַ תשׂובה אויף מיין בקשה. מיט אַ קלאַ- 
פּעדיק האַרץ בין איך אַװעק אין מיניסטעריום פאַר מלוכה-זיכערהייט און 
דאָרט האָט מען מיר פאָרגעלייענט דעם ענטפער: ,דער אַרעסטאַנט מאָי- 
סעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן, באַשולדיקט אֹין שפּיאָנאַזש און אַנטיסאָ- 
וויעטישער טעטיקייט ווערט נישׂט באַפרײט. דאָס באַטראַכטן זיין ,דיע. 
לאָ? ווערט אָפּגעלײגט אויף נאָך אַ האַלב יאָר", 

איך בין געבליבן שטיין געפּלעפט. טרערן האָבן מיך גענומען שטיקן, 
איך האָב זיך אָבער באַהערשט מיט אַלע כוחות נישט צו צעוויינען זיך אין 
קעגנװאַרט פון די האַרצלאָזע מענטשן. דער פּראָקוראָר --- אַ הויכער 
מאַנספּאַרשױן מיט אַ טונקל טאַטאַריש פּנים האָט באַמערקט מיין פאַר' 
וויינטקייט און מיט אַ ווייכער שטים גענומען מיך באַרויקף ,ניטשעװאָ, 
גראַזשדאַנקאַ. עס װעט דויערן נאָך אַביסל, מען װעט אים אַװדאי באַ- 
פרייען?. דער פּראָקוראָר האָט מיר געעצהט, איך זאָל זיך ווענדן צו מיין 
מאַן, אַז ער זאָל פון לאַגער אָנשׂרײיבן אַ ,זאַיאַװליעניע? און אָנגעבן מאָ- 
טיוון פאַר זיין באַפּרײונג. | 

איך בין אַרױס פון מ.ג.ב. און געטראָפן אַ פרוי פון אַן ;אַרעסטירטן" 


182 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


שרייבער, װאָס איז שוין געווען דערשאָסן. זי האָט ווייזט אויס ספּעציעל 
געװאַרט, כדי צו וויסן װי עס האַלט מיט דער באַפרייונג פון בראָדערזאָ" 
נען, פון וועמען איך באַקום בריוו. איך האָב איר גענוי דערציילט ועגן 
אינהאַלט פון מיין ;,זאַיאַװליעניע? און די תשובה, װאָס איך האָב באַ- 
קומען. די פיל-געפּרוּװוטע פרוי האָט ווייזט אס געהאַט מער פאַרשטענ- 
דעניש אין די דאָזיקע ענינים פון די אַרעסטירטע ייִדישע שרייבער און 
מיר אויפגעקלערט, אַז איך האָב נישט געדאַרפט דערמאָנען אין מיין 
בקשה, אַז בראָדערזאָן איז געװוען אַ ייִדישער פּאָעט. ;,מען דאַרף אָננע" 
מען --- האָט זי געזאָגט -- אַז זיי האָבן אַ באַזונדערע שנאה צו ייִדישע 
שרייבער. אָט באַפרײיט מען אַזױ פיל קלאַגערניקעס", נאָר די ייִדישע 
שרייבער בלייבן ווייטער אַרעסטירט/.. 
: אל אי 


אומצטיק און שווער האָבן זיך געצויגן די קאַלטע ווינטער:חדשים 
פון יאָר 1955, איך האָב געפאָלגט די עצה פון פּראָקוראָר און אין בריוו 
געבעטן בראָדערזאָנען ער זאָל אָנשרייבן אַ גוט-מאָטיווירטע בקשה ועגן 
זיין באַפרייונג. אין װאָכן אַרום האָב איך באַקומען אַ תשובה פון בראָ- 
דערזאָנען. אין אַ פאַרשטעלטער פאָרם האָט ער געשריבן: איך זאָל זיך 
אַרױסשלאָגן פון קאָפּ אַזעלכע נאַרישקײטן, ,איך בין נישט קיין גלייבי- 
קער. איך גלייב נישט, אַז די תפילות צום אַלמעכטיקן װעלן מיר עפּעס 
העלפן", 

פרילינגס-צייט האָט מיר בראָדערזאָן געשריבן, אַז ער פילט זיך 
קראַנק. ער איז שוין געווען אויף צוויי קאָמיסיעס און עס דאַרף נאָך 
קומען אַ דריטע, װאָס זאָל באַשטימען צי מען זאָל אים נעמען אין שפּײ 
| טאָל. איך בין געװאָרן שטאַרק אומרויַק איבער זיין גורל. פון די באַ- 
פרייטע פון די לאַגערן האָב איך שוין געװוּסט, אַז פרילינג איז די ערגסטע 
צייט פאַר די אַרעסטירטע אין די לאַגערן. פאַרשײידענע קראַנקײטן -- 
צינגאַ {סקאַרבוט), טיפוס און דיזענטעריע מאַכן זייער טויטן-שניט. דער 
שװאַרצער שאָטן אַרום מיר איז געװאָרן געדיכטער. טרויעריקע מחשבות 
האָבן מיר ווידער גערויבט מיין שלאָף אין די נעכט -- צי װעל איך אים 
נאָך אַמאָל זען? 


159 


שיינע-מרים בראָדערזאַן 


איך האָב זיך ווידער גענומען צו שרייבן ,זאַיאַװלעניעס". דאָסמאָל 
האָב איך שוין געהאַט אַ ,װאָגיקע* מאָטיווירונג פאַר זיין באַפּרײונג: ער 
איז קראַנק. אויף דער דאָזיקער בקשה האָב איך באַקומען אַ תשובה: ,די 
;דיעלאָ? פון אייער מאַן אונטערליגט אַ רעוויזיע". י 

איך בין נישט מיד געװאָרן צו שרייבן ווייטערדיקע בקשות און ערשט 
אין אָנהײיב יאָר 1955 האָט מען מיר געענטפערט: ;די דיעלאָ פון אַרעס- 
טאַנט מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן איז שוין באַטראַכט געװאָרן, ער 
איז שוין אין אָרדענונג, נאָר זיין פּאַרטנער מיכאַיַל יאָ(פע) האָט נישט 
אָנגעגעבן קיין בקשה וועגן באַפרײען אים. און אַזױװי ביידע װערן באַ- 
שולדיקט אין איין און דעם זעלבן פאַרברעכן, װוערט בראָדערזאָן אוים- 
געהאַלטן אין לאַגער צוליב זיין ,שותף" צום פאַרברעכן. 

צום ערשטן מאָל האָב איך זיך דערװוּסט, אַז מיין מאַן האָט געהאַט 
אַ שותף צו זיין ,שפּיאָנאַזשיטעטיקײט* און דער מיטשולדיקער איז נישט 
קיין אַנדערער, וי דער צאַרטער, פיינפילנדער קונסט-מאָלער פון ריגע 
--- מיכאַיַל יאָפּע, וועלכן מען האָט גערופן פאַרקירצט --- יאָ. איך האָב 
גענומען אַרײנטראַכטן אין דעם דאָזיקן נעפּלהאַפטן פּלאָנטער;: וי אַזױ 
האָט מען עפּעס יאָפען צוגעטשעפּעט צו מיין מאַן און זיי אַרונטערגע- 
בראַכט אונטער איין ;דיעלאָ?. דאָס איז ווייזט אויס, געשען צוליב דעם, 
װאָס מיכאַיִל יאָ איז געווען אונדוער פריינט. דאָס װאַכזאַמע אױג פון 
ענקאַװעדע האָט פאַר די אַרעסטן ;אָפּגעהיטן? יעדע באַװעגונג פון די 
ייִדישע שרייבער. ביי מיר איז געבליבן, אַז איך דאַרף זיך באַמיען אויך 
פאַר דער באַפּרײונג פון מיכאַיַל יאָ, דעם ליידנס:חבר פון מיין מאַן 

איך האָב געבעטן דעם פּראָקוראָר, אַז עֹר זאָל צו יאָפען אין לאַגער 
אַרױסשיקן אַ פאַרטרעטער פון דער פּראָקוראַטור, װאָס זאָל אױיספאַרשן 
זיין ענין אין שייכות מיט בראָדערזאָנען. מען איז נאָכגעקומען מיין בקשה, 
שפּעטער, ווען איך בין שוין געווען אין װאַרשע האָב איך באַקומען אַ 
דאַנקיבריוו פון מיכאַיֵל יאָ פאַר די באַמיונגען, װאָס איך האָב געמאַכט 
פאַר זיין באַפרײיוּנג. אָבער די באַפרייונג איז נישט אַזױ גיִך געקומען 

עס איז אַדורך דער ווינטער 1955. עס איז שוין ווידער פרילינג און 
משה איז נאָך אַלץ געזעסן אין לאַגער. איך האָב זיך כסדר געדרייט אין 


1544 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


די פּראָקוראָר-קאַבינעטן פון מ.ג.ב. איך האָב געזוכט עפּעס אַ פּראָקוראָר, 
װאָס זאָל האָבן אמתן מיטגעפיל מיט מיינע ליידן און פּיין. 


לסוף האָב איך אָנגעטראָפן אויף אַזאַ דוסישן מענטש, אַ פּראָקוראָױ 
מיט אַ קלוג פּנים, גרויע האָר און גוטמוטיקע גרויע איגן. איך האָב 
אים דערציילט וועגן מיין כסדרדיקן לויפן און שרייבן ,זאַיאַװלעניעס? 
מיט דער בקשה צו באַפרײען מיין קראַנקן אומשולדיקן מאַן. ביעלאַיעו 
האָט אַלץ אויסגעהערט און בעת מיין ריידן, האָט ער געבליקט צו דער 
פאָדלאָגע, װוי ער װאָלט דאָרט געזוכט אַ באַשײד פאַר דער ,דיעלאָ". 


ער האָט מיר ווידער געהייסן שרייבן אַ ,זאַיאַװליעניע". איך האָב 
אים דערקלערט, אַז איך האָב שוין אַזויפיל בקשות געשריבן, אַז איך ווייס 
שוין נישט, װאָס צו שרייבן. איך האָב אים פּשוט געבעטן, ער זאָל מיר 
דיקטירן, ער האָט מיר געהייסן שרייבן נאָר אַ פּאָר שורות: ,איך בעט 
מ'זאָל מיר ענטפערן אין װאָס פאַראַ מצב איז מיין מאַנס , דיעלאָ?. 


איך האָב אָנגעשריבן די פּאָר שורות און אַרױס פון זיין קאַבינעט. 
ווידער האָב איך געטראָפן די פרוי פון קאַרעסטירטן" ייִדישן שרייבער, 
װאָס איז שוין געווען דערשאָסן. איך האָב איר דערציילט וועגן דער װאַ" 
רעמער אויפנאַמע ביים פּראָקוראָר ביעלאַיעװו און די נייע ,זאַיאַװליע- 
ניע*. די פרוי האָט מיר אַרײנגעשעפּטשעט אין אויער: ,אַרױסגעװאָרפענע 
אַרבעט", זיי זאָגן אַלע אַזױ צו און האָבן דערביי אַ גוטע מיטלייד-מינע. 
הערנדיק די דאָזיקע ווערטער בין איך תיכף אַרײן צו ביעלאַיעון און 
פּשוט אים געפרעגט: ;אפשר האָט איר מיר געהייסן שרייבן אַ ;זאַיאַו" 
לעניע", כדי שפּעטער מיר װוידער אָפּצוזאָגן אין דער בקשה: 

דער פּראָקוראָר האָט זיך אויפגעשטעלט און מיט אַ שטרענגן טאָן 
געזאָגט: ;,ראַדי באָגאַ, ניעט". 


אין דרויסן האָט געװאַרט אויף מיר מיין באַקאַנטע. איך האָב איר 
איבערגעגעבן דעם ענטפער פון פּראָקוראָר, אויף װאָס די פרוי האָט גע" 
זאָגט: ,נאָך אַזאַ ניעט", קומט אייך אַ ,מזל-טוב". - 


1559 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


--- 48 --- 
משה בראָדערזאָן אויף דער פריי 


אין סעפּטעמבער 1955 איז אָנגעקומען דער ענטפער פון דער פּראָי 
קוראַטור, אַז מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן, דער לאַגער-אַרעסטאַנט ‏ 
איז רעהאַביליטירט, מיינע נערוון האָבן נישט אױסגעהאַלטן. איך האָב 
זיך שטאַרק, שטאַרק צעװויינט. איך האָב נישט געװוּסט, ווען ער דאַרף 
קומען. איך בין געלאָפן יעדן טאָג צו דער באַן. איין טאָג האָב איך באַי 
קומען אַ טעלעגראַמע פון משהן: ;ער קומט צו פאָרן* מיט דער באַן פיר 
אַזײגער פאַרטאָג, 

די דאָזיקע נאַכט בין איך שוין נישט געשלאָפן. איך בין אַװעק צו 
דער באַן און דאָרט זיך געדרייט אין איבערגעפולטן מאָסקװער װאָקזאַל, 4 
אַזײגער איז ער נישט געקומען. ביזן האַלבן טאָג בין איך ווייטער געזעסן 
און געװאַרט און לסוף זיך אומגעקערט אַהים אַ מידע, אַ צעבראַכענע, 
אויף צומאָרגנס בין איך ווידער אַװעק צום װאָקזאַל, געװאַרט און דער- 
װאַרט זיך אויפן צוג. 

עס האָבן אָנגעהויבן גיין פּאַסאַזשירן און איך האָב דערוזען משהן, 
וועלכן איך האָב דערקענט לוט זיין הויכע פיגור, װאָס איז שוין געווען 
איינגעבויגן. איך האָב אים דערזען -- אין הויכע שטיוול, אין אַן איינגע- 
צויגענעם פּאַלטע, װאָס האָט זיין דאַרע פיגור געמאַכט נאָך שמעלער, דאָס 
לאַנגע אויסגעצויגענע פּנים באַװאָקסן מיט אַ שׂטעכיקער באָרד. פון אונ" 
טער דעם אױיסגעקראָכענעם היטל קוקן אַרױס דורך ברילן זיינע שװאַרצע 
אויגן אָבער אָן זייער אַמאָליקן פייער"גלאַנץ. מיט אַ שטעקן אין האַנט, 
איבער וועלכן עס האָבן זיך געבאָמבלט צוויי זעק איז ער מיר אַנטקעגן 
געגאַנגען מיט טריט פון אַ זקן. 

איך האָב געװאָלט אויסשרייען, צופאַלן צו אים. נאָר ער האָט באַי 
מערקט מיין באַװעגונג און אַרופגעלײגט אַ פינגער אויף זיין מויל, שעפּי 
טשענדיק האָט ער געזאָגט: אלאַוו געדברט", מיך גענומען אונטערן אָרעם 
און מיר זענען אַרױס פון װאָקזאַל אויפן וועג אַהיים אין דעם חושכדיקן 
קעמערל. 


136 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן ‏ 


-- 49 == 
באַפרײטער דיכטער האָט נישט קיין װוינרעכט אין מאָסקװע 


מיר זענען אַרײן אין עלעקטרישן באַן, װאָס פירט פון מאָסקװע אין 
דער פאָרשטאָט קאַראַטשעראָװאָ, װוּ מיר האָבן געװוינט. װידער איז משה 
געווען שטיל און מורא געהאַט דאָס מויל צו עפענען. מיט פייכטע בליקן 
האָב איך געקוקט אויף מיין בלייכן געעלטערטן מאַן, וועלכן אַן אכזריות" 
דיקע מאַכט האָט איבער פינף יאָר געהאַלטן פאַרשפּאַרט אין תפיסה. מים 
אַ װאַרעמען שמייכל, מיט האַרציקע רייד האָב איך זיך באַמיט צו פאַרי 
טרייבן פון אים דעם פּחד, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט פון די פּיינלעכע 
אױטפאָרשונגס-נעכט אין ענקאַװעדעי 
איך האָב אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז מיר זענען אַלײן אין װאַ- 
גאָןץ מיר האָבן זיך פאַר קיינעם נישט צו שרעקן. װוייזט אױס, אַז דאָס 
געניטע אויג פון אַן ענקאַװעדע-אַרעסטאַנט האָט בעסער געזען פון מיר, 
מיט אַ שאָקל מיטן קאָפּ האָט בראָדערזאָן מיר געוויזן אויף אַ פּאַרשױין 
מיט אַ גלאַטיק פּנים און אַ װעליסאָפּעדןךהיטל מיט אַ ברייטן דאַשעק, 
װאָס איז געזעסן אין סאַמע עק פון װאַגאָן און גערויכערט אַ פּאַפּיראָס, 
איך האָב זיך הויך מיט אַ כוונה פונאַנדערגעלאַכט און אויפן קול גע- 
נומען ריידן װועגן משהס באַפרײיוּנג. דאָס האָט געווירקט. דער פּאַרשױן, 
װאָס האָט אונדז באַגלײט פון דער באַן אָן און געװאָלט אונטערהערן װאָס 
מיר ריידן, האָט זיך אויפגעשטעלט און צוגעקומען נענטער. איך האָב אים 
העפלעך איינגעלאַדן צו זעצן זיך לעבן אונדז און פרייען זיך מיט דער 
שמחה פון מיין באַפרײטן מאַן, וועלכער איז נאָר-װאָס געקומען פון לאַ- 
גער. דער אומבאַקאַנטער האָט זיך צעלאַכט און ביי דער ערשטער סטאַציע 
איז ער אַראָפּ פון באַן. : 
מיר זענען געווען אַלײן אין װאַגאָן, װאָס האָט זיך מיט רעש שטאַרק 
געאיילט איבער די פאַרטאָגיקע פינצטערע גאַסן פון עק שטאָט. משה איז 
געװאָרן אַביסל דרייסטער און דערציילט, אַז ביי דער באַפּרייוּנג פון לאַי 
גער, האָט ער אונטערגעשריבן אַ פאַרפליכטונג -- אין משך פון צװיי 
טעג צו פאַרלאָזן מאָסקװע. ער איז נאָך אַלץ אַ פ אַ ר ב ר ע כ ע רי 


124 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


ער האָט נישט קיין ווֹינרעכט אין דער סאָוויעטישער הױפּטשטאָט. די 
סטאַליניסטישע גערעכטיקייט האָט דעם געפּײניקטן דיכטער צוגעטיילט 
צוויי טעג, ער זאָל זיך קענען זען מיט זיין פרוי און אפשׂר זיך געזעגענען 
מיט איר אויף שטענדיק, אוב זי װעט נישט מסכים זיין צו פאָרן אין זיין 
פארשיקונג... דאָס אָרט װו ער האָט געהאַט רעכט צו װוֹינען איז געווען 
אַ קליין שטעטל --- קלין, איבער הונדערט קילאָמעטער ווייט פון מאָסקװע, 

מיט אַ געבראָכענער רירנדיקער שטים האָט מיך משה געפרעגט צי 
איך װויל מיטפאָרן מיט אים --- אין זיין פאַרשיקונג. איך האָב אים גע 
ענטפערט: ;ניין, איך פאָר נישט מיט דיר, ווייל דו װעסט בלייבן מיט 
מיר אין קאַראַטשעראָװאָ הינטער מאָסקװע". ער איז בלייך געװאָרן און 
מיט אַ ווייכער שטים זיך צו מיר געװאָנדן: ,װילסט מיך אַרינפירן אין 
אַ נייעם אומגליק, פאַרשטיי, אַז איך האָב נישט קיין רעכט צו װוֹינעז אין 
מאָסקװע -- און שעפּטשענדיק צוגעגעבן --- מ'האָט מיך אַרױסגעשיקט 
פון דער רוסישער הױפּטשטאָט, פּונקט וי אַמאָל די צאַרישע מאַכט האָט 
געהאַנדלט לגבי מיינע עלטערן בעתן גירוש פון די ייִדן פון מאָסקװע. 

איך האָב באַמערקט אַז בראָדערזאָן נעמט דעם ענין זייער ערנסט. 
כדי אים צו באַרוּיִקְן האָב איך אַרױיסגענומען פון דער האַנט-טאַש די מעל- 
דונג, װאָס איך האָב מיט אַ חודש צוריק באַקומען פון דעם מיליטערישן 
פּראָקוראָר אין מאָסקװע: אין דער מעלדונג אַדרעסירט צום בירגער -- 
מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן -- איז מיטגעטײלט געװאָרף ;אַז 
דורך דער פּראָקוראַטור פון ס.ס.ס.ר. מיניסטעריום פאַר אינערלעכע ענינים 
--- מ. וו. ד. (אַמאָליקע ,ענקאַװעדע? --- ש. מ. ב.) און קאָמיטעט פאַר 
מלוכה-זיכערקייט ביים מיניסטאָר-ראַט פון ס.ס.ס.ר. איז אייער ענין אי- 
בערגעקוקט געװאָרן אין דעם 19טן סעפּטעמבער 1955, אויפן סמך פון די 
פּאַראַגראַפן -- -- -- אין קרימינעלן סדר אָפּגעשטעלט געװאָרן. 

אַזױ אַרום זענט איר רעהאַביליטירט, 

מיליטערישער פּראָקוראָר פון דער אָפּטײלונג -- -- -- יוסטיץ- 
פּאָדפּאָלקאָװגיק. 

ב. ק ר יל אָ וו" 


בראָדערזאָן האָט איבערגעלייענט די מעלדונג וועגן זיין רעהאַבילי 


198 





די באַשטימונג פון װווינרטכט אין שטעטל קלין, 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


טאַציע און נישט געװאָלט גלייבן, אַז דאָס איז באמת אַ דאָקומענט פון 
דער סאָװויעטישער יוסטיץ-מאַכט. ווייל פון לאַגֶער האָט מען אים באַפרײט 
וי אַ פאַרברעכער, װאָס איז שוין אַלט געװאָרן און טויג שׂוין נישט צו 
קיין שום אַרבעט און דאָ אַזאַ איבערראַשונג: ער איז רעהאַביליטירט און 
ווערט שוין אָנגערופן בירגער. ער איז געבליבן זיצן פאַרטראַכט און זיינע 
פייכטע שװאַרצע אויגן, װאָס האָבן אויסגעזען װוי אַרומגענומען מיט אַ 
טוי, האָבן געקוקט ערגעץ ווייט, ווייט... אַזױ שװוייגנדיק זענען מיר צוגע- 
פאָרן צו אונדזער װױינאָרט און דאָ האָט משה גלייך דערזען, װי עס זצט 
אויס אונדזער טרויעריקע ווירקלעכקייט אויף דעֶר פריי, 


עס איז געווען זעקס פאַרטאָג. די טיר פון הויז װוּ איך האָב געװיינט 
איז געווען פאַרמאַכט. מיר האָבן געקלאַפּט און מיין שכן רע האָט נישנ 
געװאָלט אויפמאַכן, לסוף איז ער אַרױסגעקומען און אונדז באַגעגנט מיט 
גראָבע זידלערייען און קללות. ער האָט נישט באַמערקט בראָדערזאָנען און 
זיך געװאָרפן אויף מיר מיט די קולאַקעס. ער האָט זיך ערשט דעמאָלט באַ- / 
רוּיִקט, ווען משה האָט אים געזאָגט, אַז ער װעט אים אָנלערנען. 


מיר זענען אַרײן אין שטוב. עס איז געװאָרן טאָג. נאָכן פרישטיק 
האָב איך פאָרגעלײיגט בראָדערזאָנען, אַז ער זאָל זיך לייגן שלאָפן, אָבער 
ער האָט פון דעם נישׂט געװאָלט הער מען מוז צוריק אַרײנקריכן אין 
לעבן מיט הענט און מיט באַשטיולטע פיס -- האָט עֹר סאַרקאַסטיש גע- 
זאָגט. איך האָב אים געהאָלפן זיך אַרומװאַשן. וען ער האָט דערפילט 
מיינע הענט אויף זיין קאָפּ, האָט ער זיך צעוויינט װי אַ קליין קינד. איך 
האָב זיך באַהערשט מיט אַלע כוחות, כדי נישט צעויינען זיך צואַמען 
מיט אים, וועמענס טרערן איך האָב קיינמאָל נישט געזען אין משך פון 
אַזױ פיל יאָרן צוזאַמענלעבן. 


נאָכדעם וי ער האָט זיך באַרוּיִקְט, האָט ער מיך געבעטן אַרױסנע- 
מען פון זיין זאַק אַן אָנצוג, װאָס ער האָט אין לאַגער פאַר דער באַפרײונג 
געקויפט פאַר אָפּגעשפּאָרט געלט. דער אנצוג, װאָס איך האָב אַרױסבאַ- 
קומען פון זאַק איז נישט געווען צום אָנטאָן... מיט אַ טאָג שפּעטער האָב 
איך אים פאַרברענט אין אויסגעהייצטן אויוון. עס זענען פאַר אים געווען 


110 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


אָנגעגרייט אַנדערע מלבושים, וועלכע ער האָט באַקומען פון די ייַדישע 
שרייבער פון פּױלן. 

אין משך פון די יאָרן פון משהס אַרעסט האָב איך קיין פּוילן קיינעם 
נישט געשריבן אַ חוץ צו מיין ברודער. אָבער, ווען מ'האָט שוין אָנגעהויבן 
רעדן וועגן רעהאַביליטאַציעס האָב איך געשריבן קיין פּוױלן אַז מיין מאַן 
דאַרף בקרוב באַפרייט וערן. אַזױ אַרום האָבן זיי זיך דערװוּסט ועגן 
בראָדערזאָנס אַרעסט און זיין נאָענטסטער באַפרייוּנג. די ערשטע באַפריי- 
טע פון די ייִדישע אַרעסטאַנטן זענען געווען עדי ראָזנער און זיין פרוי, 
די טאָכטער און דער איידעם פון דער אַרטיסטין אידאַ קאַמינסקאַ. 


אידאַ קאַמינסקאַ איז געקומען קיין מאָסקװע זיך זעען מיט די באַ- 
פרייטע און מיטגעבראַכט פאַר בראָדערזאָנען אַ מתנה פון די ייִדישע 
שרייבער פון פּױלן אַ נייעם אָנצוג, אַ פּאָר שיך, אַ זיידן-העמד און אַ 
קראַװאַט. משה האָט זיך אָנגעטאָן אין די נייע בגדים און געװאָרן ענלעך 
צום אַמאָליקן עלעגאַנטן בראָדערזאָן. 

אין אַװנט זענען געקומען צו אונדז אונדזערע נאָענטע פריינט: דער 
נאָר-װאָס באַפרײיטער, געוועזענער דירעקטאָר פון דער אַמאָליקער יידי" 
שער טעאַטער-סטודיע --- ביעלענקי, מיט זיין פרוי, די פרוי פון שריי- 
בער -- דער נסתר, וועגן וועמען מ'האָט שוין געװוּסט, אַז ער איז גע- 
שטאָרבן אין אַ לאַגער און אַנדערע. מ'האָט געטרונקען לחיים צו משהס 
באַפרײיונג, געפרייט זיך און געװיינט און געװוּנטשן זיך בקרוב צו זען 
אויף דער פריי די ;אַרעסטירטע* פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, קוויטקאָ, 
דאָברושין און אַנד, | 

ווען די געסט זענען אַװעק האָט משה זיך געלייגט אין ריינעם ווייסן 
בעט און מיט פּיינלעכן פאַרגעניגן אַרױסגעקרעכצט: ,וי גוט איז צו פילן 
זיך פריי". מיר זענען אַזױ גיך נישט איינגעשלאָפן. מיר האָבן גערעדט 
וועגן דער טרויעריקער נאָענטער פאַרגאַנגענהײט און נישט װײיניק טרויע- 
ריקער קעגנװאַרט. ,דאָס ערשטע, װאָס איך יל טאָן -- האָט בראָדערזאָן 
געזאָגט --- איז צו ווענדן זיך מיט אַ בריוו צו דער מיליץ וועגן די כולי- 
גאַנישע אָנפאַלן פון שכן און מיט אַ בריוו צום פאַרבאַנד פון די סאָװויע- 
טישע שרייבער וועגן מיין מצב". די ביידע בריוו, וועמענס קאָפּיעס האָבן 


141 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


זיך ביי מיר אויפגעהאַלטן און שטעלן מיט זיך פאָר וויכטיקע דאָקומענטן 
פון יענער צייט --- אין אַ קומענדיקן קאַפּיטל, 

מיר האָבן געמאַכט פאַרשיידענע פּלענער ועגן צוקונפּטיקן לעבן, 
הגם, איך האָב געװוּסט, אַז משה איז שווער קראַנק, האָב איך דאָך זיך 
נישט פאָרגעשטעלט, אַז אונדזער צוקונפטיק צוזאַמענלעבן װעט זיין אַזאַ 
קורצס..,, | | 


-- 50 -- 


די ,פאַרגיטיקונגיי פאַר פינף יאָר פּיין, מאַטערניש און 
קאַטאָרזשנע אַרבעט אין לאַגער 


דעם 17טן אױגוסט 1958 איז געווען די ערשטע יאַרצײיט פון משה 
בראָדערזאָן. אין זעלבן חודש אױגוסט, נאָר דעם 12טן, איז געװאָרן 5 יאָר 
זינט די סטאַלין-מאַכט האָט נאָך פּייניקונגען דערשאָסן די ייִדישע שריי- 
בער פון ראַטנפאַרבאַנד. הגם דער דיכטער פון פּױלן האָט זוכה געווען צו 
לעבן מיט פיר יאָר מער וי זיינע פאַרפּײיניקטע תפיסה:חברים און צו 
שטאַרבן װי אַ פרייער מענטש, פיל איך דאָך אין די טיפענישן פון מיין 
נשמה, אַז ער געהער צו דער גרויסער, געהייליקטער ייִדישער שרייבער- 
גרופּע, װאָס איז אכזריותדיק אומגעבראַכט געװאָרן דורך דער סטאַלין- 
מאַכטג 

עס איז בלויז אַ צופאַל, װאָס בראָדערזאָן האָט אױיסגעהאַלטן די 
פּייניקונגען בעת דער אױספאָרשונג, אין תפיסה, און אין לאַגער און נישט 
פאַרענדיקט דאָרט זיין לעבן װי דער נסתר. עס איז בלויז געווען אַ ניש- 
טיקער צופאַל אין דער ביוראָקראַטישער קייטלונג פון דער סטאַלינישער 
,גערעכטיקייט?, װאָס געציילטע ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער זענען 
נישט דערשאָסן געװאָרן ערגעץ הינטער די תפיסה-ווענט פון ענקאַװועדע 
און זיך דערװאַרט אויף אַ ,רעהאַביליטאַציע* פון סטאַלינס יורשים. 


אָבער אויך די באַפרײטע ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער, די װאָס 
זענען דורכגעגאַנגען די , דערציערישע-סטאַלינישע אַרבעט-לאַגערן", זענען 


142 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


אַרױס פון דאָרט מיט װײניק האָפענונג צו קענען לאַנג דערצ;ען זייער 
לעבן. איך האָב זי אַלע געזען, די באַפּרײטע, סיי די װאָס זענען געבליבן 
אין ראַטנפאַרבאַנד און דרייען זיך אַרום וי שאָטנס, צעבראָכן גייסטיק, 
מאָראַליש און פיזיש --- הונדערט פּראָצענטיקע אינװאַלידן, סיי די, יחיזיב, 
װאָס האָבן באַװיזן זיך אַרױסצובאַקומען פון סאָװיעטךלאַנד און היילן 
זייערע קראַנקע הערצער און געפּײניקטע אברים ערגעץ אין די פאָלקס- 
דעמאַקראַטיעס. | 

וי אַזױ משה בראָדערזאָן האָט זיך געפילט נאָך דער באַפרייונג אין 
װאָס ער האָט מיטגעבראַכט פון די סאָװויעטישע ‏ דערציוּנג"-לאַגערו באַ- 
ווייזט דער ווייטער געבראַכטער דאָקומענט -- אַ ווענדונג צום סאָװיע- 
טישן שרײיבער-פאַרײן, פון וועלכע עס איז מיר געבליבן אַ קאָפּיעי / 


צו דער אָנפירונג פון סאָוויעטישע שרייבער. 


איך, אַ געוועזענער מיטגליד פון פאַרבאַנד פון סאָװויעטישע שריי" 
בער, מאָסקװער אָרגאַניזאַציע, פון 1945טן יאָר, בין געװאָרן אַרעסטירט 
דעם 28טן אַפּריל 1950, דורך די אָרגאַנען פון מ. ג. ב. און דורך קאָסאָי 
באַיע סאָװיעשטשאַניע* פאַרמשפּט געװאָרן אויף צען יאָר אויסבעסערונג" 
אַרבעט-לאַגערן. מיין ענין איז איבערגעקוקט און אָפּגעשטעלט געװאָרן. 
איך בין געװאָרן רעהאַביליטירט. נאָך פינף און אַ האַלב יאָר זיין אין אַ 
סיבירער לאַגער האָב איך זיך אומגעקערט אַהײם, 

איך בין איצט אַלט 65 יאָר. אין לאַגער איז מיר, זעלבסטפאַרשטענד" 
לעך קיין געזונט נישט צוגעקומען. אין די יאָרן 1955-1954, בין איך דריי 
מאָל דורכגעגאַנגען מעדיצינישע קאָמיסיעס, װאָס האָבן פעסטגעשטעלט 
ביי מיר פאָלגנדיקע קראַנקייטן: האַרץד און אַרטעריע -סקלעראָז, צעשטע" 
רונג פון דער נאָרמאַלער בלוט-צירקולאַציע, אַ הוכן בלוט ידרוק און אַ 
פאַרברייטערונג פון די אָדערן. | 

מיין בקשה איז פאָלגנדיקע: 

צוריק מיך אַרייננעמען אַלס מיטגליד אין סאָװיעטישן שרייבער- 
פאַרבאַנד, העלפן מיר מאַטעריעל, אַז איך זאָל קענען מער װײניקער צו" 
ריק אויפשטעלן מיין געזונט, װאָס װעט מיר געבן די מעגלעכקייט ווידער 


148 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


צו פאַרנעמען זיך מיט מיין איבערגעריסענער שעפערישער אַרבעט. באַ- 
שטימען אַ קאָמיסיע, וועלכע זאָל פעסטשטעלן מיינע קלאָגעדיקע װווינונג- 
באַדינגונגען, װאָס קענען שוין ערגער נישט זיין. 


איך בעט מען זאָל מיר געבן די באַשײדנסטע װוינונג, נאָר אַ מענטש- 
לעכע, אַזאַ װוֹינונג האָט מיר דער סעקרעטאַר פון פאַרבאַנד נאָך צוגעזאָגט 
ערב מיין אַרעסט, (דעם זעלבן טאָג אַרעסטירט געװאָרן --- ש. מ. ב.) 


מיט דרך ארץ 


מ. ב ר אָ ד ערז אָן. 


0סטער אָקטאָבער 1955. 


סעקרעטאַר פון סאָװיעטישן שרייבער-פאַרבאַנד איז דעמאָלט געווען 
קאָנסטאַנטין סימאָנאָוו, דער איינציקער װאָס האָט געגעבן זיין הסכמה צו 
אַרעסטירן בראָדערזאָנען און די אַנדערע ייִדישע שרייבער. מיר זענען 
אַװעק אין פאַרבאַנד, אויפן הויף איז אונדז אַנטקעגנגעקומען קאָנסטאַ:- 
טין סימאָנאָו. דערזעענדיק זיין קרבן, װאָס איז צוריקגעקומען אַ לעבע- 
דיקער, איז סימאָנאָוו בלייך געװאָרן. ער האָט זיך נישט באַגריסט און 
משה האָט אים געזאָגט: ,טשׂטאָ, סאָגלאַסען סימאָנאָװ"? דער סעקרעטאַר 
איז ווייטער געגאַנגען און גאָרנישט געענטפערט, 


אומדערװאַרט איז פאַר מיר געווען דער קבלת פּנים, װאָס אייניקע 
רוסישע שרייבער, האָבן אין שרייבער-פאַרבאַנד געמאַכט בראָדערזאָנען 
זיי האָבן זיך מיט אים געקושט, אויפן רוסישן שטייגער, אויף ביידע באַקן, 
געפרעגט זיך אויפן געזונט און דערביי אויסגעמיטן צו דערמאָנען דאָס 
װאָרט לאַגער, נאָר סתם אַזױ גערעדט װי מיט אַ מענטש, מיט וועלכן מען 
האָט זיך אַ לאַנגע צייט נישט געזען. 


אויף דער בקשה צום סאָװיעטישן שרייבער-פאַרבאַנד האָט בראָדער- 
זאָן דערהאַלטן אַן ענטפער, אַז ער באַקומט דריי טויזנט רובל און װערט 
אָנגענומען צוריק אַלס מיטגליד פון פאַריין. דאָס איז געווען די , פאַרגי- 
טיקונג" פאַר זיין פּיין, גראָבע באַליידיקונגען און פאַר פינף און אַ האַלב 


14 


מיין ליידנסיװעג מיט משה בראָדערזאָן 


יאָר שווערע, קאַטאָרזשנע אַרבעט, װאָס האָט אים געבראַכט אויפן ראַנד 
פון קבר. 

די װוינונג האָט מען אונדז נישט געטוישט. מיר זענען ווייטער גע" 
בליבן װוֹינען אין אונדזער קעמערל אין שכנות מיט דעם כוליגאַן דעם 
פּולקאָװוניק מיטן פּאַרטיבילעט פון יאָר 1920 . 

טראָץ דער טרויעריקער דערפאַרונג, װאָס דער געפּײיניקטער דיכטער 
האָט געהאַט מיט דער סאָװיעטישער גערעכטיקייט, האָט ער דאָך נאָך זיין 
באַפרײונג געגלויבט, אַז דאָ, אויף דער פריי, איז אַביסל אַנדערש, אַז מען 
וועט װייניקסטנס אָננעמען שטרענגע מיטלען קעגן דעם כוליגאַנישן שכן 
און ער האָט דעריבער געמאַכט פאָלגנדיקע ווענדונג: 


צום נאַטשאַלניק פון דער פערטער אָפּטײלונג פון דער 
מיליץ אין מאָסקװע 


עס איז נישט אין מיין כאַראַקטער צו טרייבן רכילות אויף מענטשן 
אָדער קלאָגן זיך. נאָר די לאַגע צווינגט מיך צו ווענדן זיך צו אייך,. חבר 
נאַטשאַלגיק, מיט דער בקשה צו נעמען אין פאַרטיידיקונג מיך און מיין 
פרוי. די זאַך איז פאָלגנדיקע: 

דורך אַ מיספאַרשטענדעניש בין איך דורך די אָרגאַנען פון מ. ג. ב. 
אַרעסטירט געװאָרן אין אַפּױיל 1950 און פאַרמשפּט געװאָרן דורך ,אָסאָ- 
באָיע סאַװיעשטשאַניע" אויף צען יאָר לאַגער. איצט איז מיין ענין איבער- 
געקוקט און אָפּנעשטעלט געװאָרן. איך בין פולשטענדיק רעהאַביליטירט. 

פאַרגאַנגענע װאָך בין איך פון סיבירער לאַגער אַהײמגעקומען אויף 
קאַראַטשאָראָװאָ 5, ווו איך האָב געװוינט צוזאַמען מיט מיין פרוי, פון 
יאָר 1946 ביזן אַרעסט. 

ווען איך בין אַהײמגעקומען אין באַגלײטונג פון מיין פרוי, האָט מיין 
שכן אַרקאַדי מיקאָלאַיעװיטש מאָראָזאָו אונדז באַגעגנט מיט קולאַקעס 
און גראָבע זידלערייען, אַזעלכע זידלערייען, װאָס מיר איז אויסגעקומען 
צו הערן פון ,בלאַטע* פּאַרשױנען אין לאַגער. פאַר מיר האָט עס אויס" 
געזען ווילד צו הערן אַזאַ שפּראַך פון אַ געװעזענעם סאָװיעטישן פּאָל- 
קאָוניק. 


145 


שיינץ-מרים בראָדערזאָן 


עס איז באַזונדערס ווילד, ווען אַן אָפיציר שלאָגט פרויען. פאַר די 
פּאָר טעג פון מיין דאָ זיין, האָב איך זיך פון מיין פרוי און פון שכנים 
דערװווסט אַ גאַנצע ריי פּרטים, װאָס כאַראַקטעריזירן מאָראָזאָװון, װי דעם 
אָפּפאַל פון דער געזעלשאַפט. ער איז פעיק אויף אַלערלײי געמיינקייטן 
און אין גראָבקײטן צו פאַרמאַטערן אונדז און צו פאַרמיאוסן דאָס לעבן 
צו דעם אַלעם האָט אים געהאָלפן זיין פרוי גערמינאַ איװאַנאָװנאַ מאַר- 
טינסאָן, אַ פּאַרטײי-מיטגליד פון צװאַנציקסטן יאָר. / 
נאָכן צוריקקערן זיך פון לאַגער בין איך שװאַך און אויסגעמאַטערט 
און דעריבער בעט איך אייך, חבר נאַטשאַלניק, נעמט אונדז אונטער אייער 
ווירדיקער פאַרטײידיקונג. איך דאַנק פאָראויס. 
מיט דרך ארץ 


מ. ב ר אָ ד ערזאָ. 


אויף דער ווענדונג האָט דער נאַטשאַלניק פון דער מיליץ פּערזענלעך 
געענטפערט בראָדערזאָנען, אַז ער ווייסט פון דעם אַלעם, אָבער האָט נישט 
קיין כוח צו דעם כוליגאַן. 


אַ פּאָלקאָװוניק פון דער רויטער אַרמײ, הגם אַ כוליגאַן. איז דאָך 
שטאַרקער, וי דער רעהאַביליטירטער פּאָליטישער אַרעסטאַנט, װאָס איז 
צוריקגעקומען נאָך פינף און אַ האַלב יאָר זיין פאַרשפּאַרט אין לאַגער, 


--- 51 --- 
ענקאַװעדע-אױספאָרשונג און , אויסבעסערונגי-לאַגער 


משה האָט אָנגעהויבן קומען צו זיך. ער האָט נאָך לאַנגע באַמיונגען 
ענדלעך באַקומען אַ פּאַס װי אַ סאָװיעטישער בירגער, אָבער אין זיינע 
שװאַרצע אויגן איז נאָך אַלץ געלעגן אַ טיפער טרויער. ער איז אַרומגע- 
גאַנגען כמעט אַ שווייגנדיקער. ער האָט נישט געװאָלט ריידן וועגן זיינע 
איבערלעבונגען אין לאַגער. ווען איך בין צו אים צוגעשטאַנען און געבעטן 


140 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


ער זאָל מיר דערציילן וועגן דער פּיין, װאָס ער איז דורכגעגאַנגען, האָט 
ער מיט אַן אויפגערעגטער שטים זיך אָנגערופן: 

--- װאָס קען מען דערציילן? ווער װעט דאָס גלייבן? דער װאָס איז 
דאָרט נישט געווען. װעט נישט קענען באַגרייפן די שרעקלעכע אכזריות 
װאָס װערט אין די סאָוויעטישע לאַגערן באַגאַנגען קעגן אומשולדיקע 
מענטשן און באַזונדערס קעגן די ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער, װאָס 
זענען קײינמאָל קיין שום פאַרברעכן נישט באַגאַנגען. 

מיט שווערער מי איז מיר געלונגען אים צו באַרויִקן און ברענגען צום 
באַװוּסטזײן, אַז ער דאַרף זיינע פּיינלעכע איבערלעבונגען נישט דריקן 
און זיך נאָר דערציילן, װייניקסטנס, מיר, זיין נאָענטסטן פריינט, דאָס 
וועט אים לייכטער מאַכן דאָס געמיט. און ער האָט לסוף דערציילט אָט 
װאָס} | | 
באַלד נאָכן אַרעסט, האָט מען אים אָפּגעגאָלט דעם קאָפּ און אַרײיג- 
געזעצט אין אַן איינצל-קאַמער. אַ קליין, שמאָל צימערל מיט אַ נאַרע און 
אַ ,פּאַראַשע*, (אַ מין עמער פאַרן נאַטירלעכן געברויך). ער האָט באַקו" 
מען אַ הונגער-באַשפּײיזונג און דער וועכטער, אַן ג;ענקאַװעדיסט", האָט 
כסדר געקוקט דורכן פענצטערל און געהיטן, אַז דער אַרעסטאַנט זאָל 
חלילה נישט איינדרימלען. דאָס דאָזיקע שטענדיקע װאַך-זיין פון געפּײ- 
ניקטן ווערט אָפּגעהיטן, כדי בײינאַכט, ווען מ'וועט אים נעמען צו דער 
אױיספאָרשונג, זאָל ער זיין שלעפעריק און מיד, 


אין דער צווייטער נאַכט, ווען בראָדערזאָן איז נאָרװאָס געהאַט איינ- 
געשלאָפן, האָט מען אים אויפגעוועקט און געפירט צו דער אױספאָרשונג, 
עס איז געווען אַ פינצטערע, קאַלטע נאַכט, מ'האָט אים געפירט דורך 
טונקעלע קאָרידאָרן און לסוף אַרײנגעבראַכט אין אַ העל-באַלױכטענעם 
גרויסן צימער, װוּ ביי אַ טיש איז געזעסן אַ הויכער בייזער פּאַרשױן, דער 
, סליעדאָװאַטעל* (אױיספאָרשער). אָפּגערוקט אויף אַ ווייטן מרחק פון 
אים האָט מען אַװעקגעזעצט דעם אַרעסטאַנט. 


נאָכן פאַרשרייבן די פּערסאָנאַליען, האָט דער אױספאָרשער דער" 
קלערט בראָדערזאָנען, אַז ער איז אַן אַמעריקאַנער שפּיאָן... 98 פּראָצענט 
פון זיינע פאַרבדעכערישע מעשים זענען שוין באַקאַנט דער אױספאָרשונג 


141 


שיינע-מרים בראַדערזאַן 


און אין צוויי פּראָצענט דאַרף ער זיך מודה-זיין. אַ חוץ דעם איז באַקאַנט 
זיין טעטיקייט אַלס ייִדישער-בורזשואַזער נאַציאָנאַליסט, װאָס האָט גע" 
פירט פּראָפּאַגאַנדע קעגן ראַטנפאַרבאַנד דורך פאַרשפּרײטן פאַלשע קלאַג- 
גען, אַז דאָ הערשט אַנטיסעמיטיזם. 

פאַרשטענדלעך, אַז בראָדערזאָן האָט קאַטעגאָריש אָפּגעװאָרפן די 
לעכערלעכע באַשולדיקונגען אין אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש. דער אױיספאָר- 
שער איז אַרײינגעפאַלן אין אַ װוילדן צאָרן, ער האָט געדראָט, געזידלט און 
געשאָלטן. אַ װאָך צייט, נאַכט נאָך נאַכט, האָט מען דעם אומשולדיקן 
פּאָעט געשלעפּט אויף אױספאָרשונגען, װאָס האָבן געדויערט ביזן גרויען 
פאַרטאָג. לסוף האָט דער ,סליעדאָװאַטעל" אויפגעהערט צו רעדן ועגן 
אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזשׂ און געבליבן ביי דער באַשולדיקונג אין ייִדיש" 
בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם, | 

דער געפּײניקטער אַרעסטאַנט האָט פאַרלאַנגט פון באַשולדיקער, אַז 
ער זאָל אים אויפקלערן אין װאָס דריקט זיך אויס זיין, בראָדערזאָנס, 
ייִדיש-בורזשואַזער נאַציאָנאַליזם. אויף דעם איז געקומען אַן ענטפער, אַז 
דער באַשולדיקטער האָט כסדר באַזונגען די בערדיקע נביאים און געטריבן 
רכילות קעגן ראַטנפאַרבאַנד, 

די אומזיניקייט פון די באַשולדיקונגען האָבן בראָדערזאַנען געמאַכט 
דרייסטער. ער האָט שאַרף אָפּגעענטפערט זיינע פּייניקער, אַז אויך קאַרל 
מאַרקס און ענגעלס האָבן געטראָגן בערד. אין ראַטנפאַרבאַנד איז טאַקע 
פאַראַן אַנטיסעמיטיזם, װאָס איז געקומען צום אויסדרוק אין קאַמף קעגן 
די קאָסמאָפּאָליטן, װי מ'האָט אָנגערופן די ייִדישע שרייבער, וועלכע האָבן 
געשאַפן אין רוסיש, וועמענס ייִדישע נעמען מ'האָט מיט אַ כונה אַנט- 
פּלעקט. ועגן גרויסן רוסישן שרייבער מאַקסים גאָרקי האָט מען נישט 
געשריבן, אַז זיין ריכטיקער נאָמען איז --- פּיעשקאָװ, 

בעת דעם דאָזיקן דרייסטן ענטפער, האָט זיך אין אױספאָרשונג-צי- 
מער פּלוצים באַװיזן אַ יונגער ענקאַװעדיסט. ער האָט גענומען שרייען מיט 
ווילדע קולות צום אַרעסטאַנט, אַז ער זאָל זיך מודה זיין אין פאַרברעכן 
און דערביי אויפגעהויבן אַ קולאַק צו געבן אַ קלאַפּ. אַ בלייכער האָט זיך ‏ 
בראָדערזאָן אויפגעשטעלט און דרייסט געקוקט דעם שלעגער אין די אויגן, 


148 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן. 


יענער האָט אַראָפּגעלאָזט די האַנט, נישט געשלאָגן און באַגנוגנט זיך מיט 
גראָבע זידלערייען ;אין דער מאַמען אַרײן". 

דריי חדשים האָט זיך געצויגן די אױיספאָרשׂונג. משה האָט איבער- 
געלעבט שווערע פּיינלעכע נעכט. צװעלף בײנאַכט האָט מען אים אויפגע- 
וועקט, גענומען צו דער אױספאָרשונג, צוויי אַזײגער האָט מען אים אָפּגע- 
פירט שלאָפן און װוי נאָר ער האָט איינגעדרימלט, האָט מען אים וידער 
אויפגעוועקט און ווידער געפירט איבער די קאַלטע אימהדיקע קאָרידאָרן 
און ,געפאָרשט* ביזן גרויען פאַרטאָג. בײיטאָג האָט דער וועכטער געהיט, 
אַז דער געפּײניקטער אַרעסטאַנט זאָל נישט איינדרימלען. 

דער ,, סליעדאָװאַטעל? האָט שוין איצט געהאַט אַ איורידישן* יסוד 
אויף װאָס צו שטיצן זיין ;באַשולדיקונג": אַ יידיש-בורזשואַזער נאַציאָ- 
נאַליסט, װאָס האָט געהעצט קעגן ראַטנפאַרבאַנד. ווייטער האָט דער ,בור- 
זשואַזער נאַציאָנאַליסט? געדאַרפט דערציילן ועגן זיין באַציונג מיט אַנ- 
דערע ייִדישע שרייבער, וועגן די צוזאַמענטרעפן און װאָס מ'האָט דאָרט 
געשמועסט. בראָדערזאָן האָט אויסגעהאַלטן די דאָזיקע פּייניקונגינעכט אין 
דער ענקאַװעדע-אױספאָרשונג און נישט געלאָזט זיך פאַרװאַנדלען אין אַ 
עדות קעגן זיינע חברים שרייבער, װאָס זענען פּונקט אַזױ געפּײניקט גע- 
װאָרן װי ער, 

,ווען מ'האָט מיר אָפּגעגאָלט דעם קאָפּ -- האָט בראָדערזאָן מיר 
דערציילט, --- האָב איך געטראַכט: געשטאָרבן דער דיכטער בראָדערזאָן, 
און טויטע שווייגן, טויטע זענען נישט פילבאַר אויף קיין פּייניקונגען". 

און בראָדערזאָן האָט ביי דער אױיספאָרשונג נישט געלאָזט זיך פאַר- 
פּלאָנטערן אין די כיטרע רייד פון די ענקאַװעדע-פּײניקער. זיי האָבן דעם 
געפּײניקטן געפּרוּװװוט איינרעדן, אַז די אַרעסטירטע שרייבער האָבן שוין 
וועגן אים, בראָדערזאָנען, אַלץ דערציילט, ער דאַרף נאָר זאָגן, װאָס ער 
האָט געשמועסט מיט בערגעלסאָנען, מיט מאַרקישן, מיט מיכאַיַל יאָ(פץ) 
און וועגן זייערע פאַרברעכערישע פּלענער לגבי דעם ראַטנפאַרבאַנד, 


בראָדערזאָן האָט אויף דעם געענטפערט, אַז די סאָוויעטישע ייִדישע 
שרייבער האָבן איבערהויפּט אויסגעמיטן מיט אים צו שמועסן, ווייל זי 
האָבן אים געהאַלטן פאַר אַן אויסלענדער, װאָס קען זיך װײניק אויף סאָ- 


149 


שייגע"מרים בראָדערזאַן 


וויעטישע ענינים. פּלוצים האָט דער אױיספאָרשער אָנגערופן אַ נאָמען פון 
אַ פרוי און געפרעגט דעם געפּײניקטן, צי די דאָזיקע פרוי איז אים באַ- 
קאַנט. בראָדערזאָן האָט געענטפערט, אַז ער האָט זי קיינמאָל נישט געזען. 

דאָ האָט דער אױספאָרשער בליץ-שנעל אַרױסגעכאַפּט פון די אַקטן 
אַ פאָטאָגראַפיע און געוויזן בראָדערזאָנען. אויף דער פאָטאָגראַפיע איז 
געשטאַנען בראָדערזאָן און זיך געזעגנט מיט אַ פרוי אויף איינער פון די 
מאָסקװער גאַסן. 

װי עס איז געווען צו זען זענען די ענקאַװעדע-שפּיצלעס מיט פאָטאָ- 
גראַפישע אַפּאַראַטן נאָכגעגאַנגען אין פיס-טריט זייערע קרבנות -- די 
ייִדישע שרייבער, ביז מ'האָט זיי געבראַכט אין תפיסה און דערפירט זיי 
צום טויט. 

אויף דער פאָטאָגראַפיע האָט בראָדערזאָן דערקענט די פרוי פון זיי- 
נעם אַ באַקאַנטן אין מאָסקװע. דעם אױספּאָרשער האָט ער דערקלערט, אַז 
די פרוי האָט ער צופעליק געטראָפן און איר נאָמען איז אים נישט באַ- 
קאַנט. | / 

דער לעצטער פּייניקונג-אַקט אין דער דאָזיקער אױספאָרשונג איז 
געווען די דראַמאַטישע באַגעגעניש מיט מיכאַל יאָ ביי דעם אױיספאָרשער. 
דאָס איז איינע פון די שאַרפסטע מיטלען פון די ענקאַװועדע", סליעדאָװאַ- 
טעלס" דורכפירן אַ קאָנפּראַנטאַציע (,אָטשנאַיאַ סטאַװקאַ?) צוישן צוויי 
געפּײניקטע אַרעסטירטע און אונטערן שטרענגן בליק פון דעם פּײיניקער 
דאַרפן זיי זיך איינברעכן און דערציילן איינער אויפן צווייטן, װאָס עס 
פאַרלאַנגט דער אױיספאָרשער. 


אאַטשנאַיאַ סטאַװקאַ" 
די צוויי רוסישע װוערטער -- ;אָטשנאַיאַ סטאַװקאַ*, װאָס אין נאָר- 
מאַלער געריכט-פּראָצעדור באַדײט עס: קאָנפראַנטאַציע פון פאַרברעכער 


מיטן עדות, איז אין דער פּײיניקונג-אױיספאָרשונג פון ענקאַװעדע אַן אַקט 


150 


מיין ליידגס-וועג מיט משה בֿראַדערזאָן 


פון אכזריות לגבי אומשולדיקע מענטשן, װאָס דאַרפן זיך אנערקענען פאַר 
שולדיק אין חטאים, וועלכע זיי זענען נישט באַגאַנגען, | 

מיט אַ ציטערדיקער, געדריקטער שטים האָט מיר בראָדערזאָן דער" 
ציילט ועגן דער דאָזיקער ;אָטשנאַיאַ סטאַװקאַי, װאָס איז דורכגעפירט 
געװאָרן צװישן אים מיט מיכאל יא(פע), 

בעת איינע פון די נאַכט-אױספאָרשונגען האָט דער ;סליעדאָװאַטעל? 
גוטמוטיק געזאָגט צו בראָדערזאָנען: ק;צו װאָס זאָלט איר זיך פּײניקן 
דערציילט דעם אמת וועגן אייער ייִדיש-בורזשואַז נאַציאָנאַליסטישער טע- 
טיקייט און וװער עס האָט אייך געהאָלפן אין דער אַגיטאַציע קעגן ראַטג- 
פאַרבאַנד און איר װוערט פּטור פון דער אױספאָרשונג, איר קענט דאַן 
באַקומען אַ לייכטע שטראָף און נאָך האָבן די מעגלעכקייט זיך צו זען 
מיט אייער פרוי". 

בראָדערזאָן האָט ווייטער אָפּגעענטפערט, אַז ער פילט זיך נישט שול- 
דיק, ער איז קיין שום פאַרברעכן נישט באַגאַנגען. אויף דער תשובה האָט 
דער ,סליעדאָװאַטעל* אויסגעשריגן מיט אַ פעסטער דראָענדיקער שטים: 
,סעיטשאַס פּאָסמאָטרים? (מיר װעלן באַלד זען). ער האָט געגעבן אַ דריק 
ביי אַ קנעפּל אויפן טיש, אַ טיר האָט זיך געעפנט און עמעצער האָט 
אַרײנגעשטופּט אַן אױסגעדאַרטן פּאַרשױן מיט אַ פאַרװאַקסן פּנים, פון 
וועלכן עס האָבן זיך קוים אַרױסגעזען די אויגן. בראָדערזאָן האָט גלייך 
אין אים דערקענט דעם אַמאָל אַזױ עלעגאַנטן און רייכלעכן קונסט-מאָלער. 
מיבאל יא. 

דער אַרײינגעקומענער האָט זיך באַגעגנט מיט בראָדערזאָנס בליק און 
גלייך אַרױפגעפאַלן אויף אים, גענומען אים קושן און זיך צעוויינט. | 

דאָ האָט דער אױיספאָרשער זיך געװענדט צו בראָדערזאָנע ;אייער 
פריינט, װאָס האָט אייך אַזױ ליב, האָט ועגן אייך אַלץ דערציילט, נו, 
שמועסט צווישן זיך, לאָמיר הערן, װאָס איר האָט צו זאָגן". 


דערויף האָט בראָדערזאָן אָפּגעענטפערט: ,מיכאל יא איז נישט מיין 
פריינט, איך האָכ אים קיינמאָל נישט גענומען ערנסט. מיר פלעגן זיך 
טרעפן ביי אַ גלעזל משׂקה און דאָס איז אַלץ", 


דער ,, סליעדאָװאַטעל* האָט געפאָדערט פון מיכאל יא, אַז ער זאָל 


131 


שייגע"מרים בראָדערזאָן 


איבערחזרן, װאָס ער האָט געזאָגט ביי דער אױספאָרשונג וועגן בראָדער" 
זאָנען. | | 
דער דערשלאָגענער אַרעסטאַנט האָט געשוויגן. ער איז געזעסן וי 
פאַרשטיינערט, געקוקט אויף בראָדערזאָנען, און טרערן זענען גערונען פון 
זיינע אויגן איבער די נישט ראַזירטע באַקן. 

עס האָבן נישט געהאָלפן די זידלערייען און דראָוּנגען פון דעם אויס- 
פאָרשער. מיכאל יא האָט געשוויגן און געװויינט. לסוף האָט מען ביידש 
אַרעסטירטע אַרױיסגעפירט, יעדן אין זיין קאַמער, 


אל 2 * 


נאָך דריי חדשים פּיינלעכער אױספאָרשונג, האָט דער ,סליעדאַװאַ- 
טעל" דערקלערט בראָדערזאָנען, אַז ער װעט באַקומען אַ לייכטע שטראָף 
--- נאָר פינף יאָר -- ;אויסבעסערונג"-לאַגער... קיין פּראָצעס איז נישט 
פאָרגעקומען. אין איינעם אַ טאָג האָט מען בראָדערזאָנען פאָרגעלייענט 
דעם פּסק"דין, װאָס ער האָט באַקומען פון דער ;אָסאָבאָיע סאָװיעשטשאַ- 
ניע? --- וי אַ סאָציאַליגעפערלעכער עלעמענט באַקומט ער צען יאָר אַר- 
בעט-אויסבעסערונג-לאַגער, 

דער אומשולדיק פאַרמשפּטער ייִדישער דיכטער איז אָפּגעפירט גע- 
װאָרן אין אַ געמיינזאַמער קאַמער אין בוטירקער תפיסה. דאָרט האָט ער 
זיך געטראָפן מיט מיכאל יאָ. מיט טרערן אין די אוגן האָט ער פאַרױי- 
כערט בראָדערזאָנען, אַז ער האָט ביי דער אױספאָרשונג קיינמאָל נישט 
| גערעדט קיין שלעכטס אויף אים. דער ,סליעדאָװאַטעל* האָט אים בלויז 
געלערנט", אַז בעת דער ,אָטשנאַיאַ סטאַװקאַ" מיט בראָדערזאָנען דאַרף 
ער, מיכאל יא, דערציילן וועגן זייער געמיינזאַמער טעטיקייט אַלס ייַדישע 


בורזשואַזנע נאַציאָנאַליסטן, 
4 * * 


נאָך אַ זעקס װאָכיקן ,אָפּרוּ" אין בוטירקער תפיסה האָט מען אין אַ 
פאַרטאָג געעפנט די תפיסה-קאַמער, אַן ענקאַװעדיסט האָט אויסגערופן. 
מאָיסעי מיראָנאָװיטש בראָדערזאָן. דעם אַרעסטאַנט איז געגעבן געװאָרן 
פינף מינוט צייט, ער זאָל צוזאַמעננעמען זיינע זאַכן און גרייטן זיך אין 


152 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


וועג. ער איז אַרױיסגעפירט געװאָרן אין תפיסה-קאָרידאָר און צוזאַמען מיט 
אַ פּאַרטיע אַרעסטאַנטן, אַרומגערינגלט מיט אַ שטאַרקער װאַך פון באַ- 
װאָפּנטע ענקאַװועדיסטן, איז ער אָפּגעפירט געװאָרן צו דער באַןדסטאַציע. 
דאָרט איז ער אַרינגעפירט געװאָרן אין אַ פאַרקראַטעװעטן װאַגאָן, אין 
וועלכן עס האָבן זיך געפונען 150 אַרעסטאַנטן און עס האָט זיך אָנגע- 
הויבן די ווייטע נסיעה אין סיבירער לאַגער, 

אין וועג האָט מען די אַרעסטאַנטן געשפּײיזט מיט ברויט און הערינג, 
די הונגעריקע האָבן מיט גרויס הנאה געגעסן די הערינג און באַלד האָט 
זי אָנגעהױבן ברענען אַ געװאַלטיקער דורשט. קיין װאַסער האָט מען נישט 
געגעבן. ביי יעדער סטאַציע האָבן די געפּײיניקטע געבעטן װאַסער. שפּע- 
טער האָבן זיי זיך געקלאַמערט אין די קראַטעס און מיט קולי-קולות גע- 
שריגן: ,, װאַסער!* דער ענטפער איז געווען גראָבע זידלערייען און אויס- 
געשטרעקטע ענקאַװועדע-ביקסן צום פאַרקראַטעװעטן װאַגאָזדפענצטערל, 
לסוף האָט מען אַרײינגעגעבן װאַסער, אָבער אַזױ װײניק, אַז עס האָט ווייט 
נישט געקלעקט צו שטילן דעם דורשט. וועגן װאַשן זיך מיט דעם װאַסער 
האָט קיינער אַפּילו נישט געטראַכט. בײינאַכט, ווען די מידע, הונגעריקע 
אַרעסטאַנטן האָבן געכאַפּט אַ דרימל האָט די װאַגאָזדטיר זיך פּלוצים אויפ- 
גערוקט מיט רעש. עס האָבן זיך באַװויזן באַװאָפּנטע ענקאַװעדע-לײט און 
די אַרעסטאַנטן האָבן געמוזט זיך אויפשטעלן צו ,פּראָװיערקע*? (קאָנ- 
טראָל), 

אַזױ האָט זיך דער אַרעסטאַנטן-צוג געשלעפּט אַ חודש-צייט. קיינער 
האָט נישט געװוסט ווהין מען פאָרט. לויט דער אומדערטרעגלעכער קעלט, 
װאָס האָט אַרומגענומען די אַרעסטאַנטן אין װאַגאָן, האָט מען פאַרשטאַ- 
נען, אַז מ'איז אַרײן אין סיבירער געגנט. אָנהײב מערץ 1951 האָט דער 
אַרעסטאַנטן-צוג זיך אָפּנעשטעלט אין דער קאַלטער, פאַרשנײיטער איר- 
קוטסקער געגנט, װוּ עס איז אין די צאַרישע צייטן געווען דער הויפּט- 
עטאַפּיפּונקט פאַר קאַטאָרזשניקעס, אויף דעם אָרט איז איצט אָנגעקומען 
דער צאַרט-לירישער דיכטער, דער באַזינגער פון שיינקייט און סאָציאַלער 
גערעכטיקייט, 

מיט רעש האָט זיך אויפגערוקט די טיר פון אַרעסטאַנטױװאַגאָן און 


155 


שיינע"מרים בֿראָדערזאָן 


ענקאַװעדע-לײיט אין די היטלען מיט די רעװאָלוציאָנער-רױטע לאַמפּאַסן 
האָבן מיט גראָבע זידלערייען גענומען אונטערטרייבן די געפּײיניקטע אַרעס- 
טאַנטן. ווער עס האָט נישט באַװיזן זיך אַרױסצובאַקומען איז פּשוט אַרױס- 
געװאָרפן געװאָרן פון װאַגאָן. משה מיט דעם זעקל זאַכן אויף די פּלייצעס 
איז געפאַלן אין טיפן שניי. מיט שווערער מי האָט ער זיך אויפגעשטעלט 
און דורך אַן ענקאַװעדיסט אַרײנגעשטױסן געװאָרן אין דער ריי, 


עס האָט זיך אויסגעבילדעט אַ לאַנגער, טרויעריקער אַרעסטאַנטן-צוג 
באַװאַכט פון ביידע זייטן מיט זעלנער, ענקאַװעדע, ענקאַװעדע-לייט אויף 
נאַרטן און יאַגדיהינט. נאָך אַ פּאָר שעה שלעפּן זיך אין פראָסט און אין 
שניי איז משה בראָדערזאָן אָנגעקומען אין לאַגער נאָװאָטשילקאַ, טאיס- 
זשעט, אירקוטסקער אָבלאַסט, 


בראָדערזאָנס פּיינלעכע לאַגער-איבערלעבונגען 


ווייזט אויס, אַז נישט אַלץ האָט מיר בראָדערזאָן דערציילט וועגן 
זיינע איבערלעבונגען אין לאַגער, ערשט אין ישראל האָב איך זיך דער 
װוּסט גרויליקע פּרטים וועגן משהס אָנקומען אין נאָװאָטשילקא, איך האָב 
זיך אין ישראל געטראָפן מיט אייזיק ווינער, אַ געוועזענער אַרעסטאַנט 
פון נאָװאָטשילקער לאַגער. ער האָט געהאַט 5 יאָר און אויסגעזעסן די 
צייט. ווינערס איבערלעבונגען, זיין אַרעסט --- איז אַ באַזונדער טראָגיש 
קאַפּיטל אין דער געשיכטע פון פּיין, װאָס עס זענען דורכגעגאַנגען אומ- 
שולדיק אַרעסטירטע ייִדן אין ראַטנפאַרבאַנד. אָט װאָס ווינער האָט דער- 
ציילט ועגן זיין באַגעגעניש מיט משׂה בראָדערואָן אין לאַגער, 

ווען בראָדערזאָן איז אָנגעקומען אין נאָװאָטשילקער לאַגער איז שוין 
ווינער דאָרט געווען אַ תושב. ער האָט שוין הינטער זיך געהאַט אַכט יאָר 
לאַגער און געאַרבעט אַלס שלאָסער-מעכאַניק, ער האָט באַדינט דעם שפ- 
טאָל, די קיך און געהאַט אַ ;גוט אויג? אין דער לאַגער-אַדמיניסטראַציע, 


יעדעס מאָל, ווען עס איז אָנגעקומען אַ פרישער טראַנספּאָרט אַרעסטאַנטן, 


154 


מיין ליידגסיוועג מיט משה בֿראָדערואָן 


האָט ווינער אויפגעזוכט די ייִדן אין טראַנספּאָרט און באַמיט זיך זי צו 
העלפן מיט װאָס ער האָט נאָר געקענט. פאַר דער דאָזיקער הילף-טעטי" 
קייט האָט ווינער באַצאָלט מיט אַ סך טעג און נעכט אין דער איינזאַמער 
קאַלטער, קאַרצער-קאַמער. 


אויך ווען ס'איז אָנגעקומען דער טראַנספּאָרט מיט משה בראָדערזאָן 
איז ווינער אַװעק זוכן ייִדן. ער האָט זיך אַרײנבאַקומען אין קאַראַנטי" 
באַראַק און דאָרט געטראָפן דריי ייִדן, יעדער מיט אַ באַזונדערן משונה" 
דיקן אויסזען. איינער פון זײי, אַ טויט-בלייכער מיט אַ פאַרװאַקסן פּנים 
און אויסגעלאָשענע אויגן, דעם קאָפּ פאַרבונדן מיט אַ האַנטוך,. האָט זיך 
אַרומגעדרײט איבערן באַראַק און געקרעכצט פון אינערלעכע וייטיקן. 
דאָס איז געווען ישראל עמיאט, דער דיכטער פון פּױלן. 


אויף איינעם פון די נאַרעס איז געלעגן אַ מענטש איבערגעדעקט מיט 
אַ מאַנטל. ער איז געלעגן אומבאַװעגלעך, װי אַ טױטער. װוינער האָט 
אַראָפּגעצױגן דעם מאַנטל און דערזען פאַר זיך אַ בלאַס אױסגעדאַרט פּנים 
באַוואקסן מיט אַ גרויער באָרד, די אויגן זיינע זענען געווען רויט און פאַר" 
לאָפן, װי ביי אַ מענטש, װאָס איז לאַנגע נעכט נישט געשלאָפן און האָט 


אַ סך געװויינט. 


אַזױ האָט אויסגעזען משה בראָדערזאָן, ווען ער איז אָנגעקומען אין 
לאַגער. ער איז געלעגן אויף דער נאַרע און געקרעכצט פון בויכווייטיקי 
ער האָט זיך געקלאָגט, אַז עס פּרעסט אים ביים האַרץ, װי צו פאַרלירן 
דעם אָטעם. 


אייזיק ווינער, װאָס האָט נישט געקענט בראָדערזאָנען, האָט זיך צו 
אים געווענדט: קר' ייִד, איר מוזט אויפשטיין, קומען אַ ביסל אין באַװע" 
גונג, אָט װועל איך באַלד לויפן מעלדן, װעט קומען צו אייך אַ דאָקטאָר", 
אויף װאָס משה האָט געענטפערט, אַז ער װויל נישט אויפשטיין, מ'דאַרף 
נישט קיין דאָקטאָר, אפשר וועט אַזױ אַרום גיכער נעמען אַ סוף צו דעם 
פּיינלעכן לעבן.יי 


דער דריטער ייד אין דעם טראַנספּאָרט איז געווען אַ געוועזענער סאָ- 
וויעטישער פּאָלקאָװגיקי ער איז געלעגן אויף דער נאַרע און זיך צוגע- 


159 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


פייפט אַ לידל. ער האָט שוין, ווייזט אויס, גוט געקענט דאָס סאָװויעטישץ 
לעבן און נישט שטאַרק זיך איבערגענומען מיט זיין מצב, 

ווען אייזיק ווינער האָט זיך דערװוּסט, אַז דער קראַנקער, פאַרצווייפל- 
טער ייד אויף דער נאַרע איז משה בראָדערזאָן, אַ דיכטער פון פּולן, האָט 
ער פון אים שוין נישט געװאָלט אָפּטרעטן. (אַזאַ באַציונג האָט ווינער אויך 
געהאט צו ישראל עמיאָט. אָבער זיינע איבערלעבונגען גייען נישט אָריין 
אין די ראַמען פון מיינע זכרונות). ווינער, װאָס איז שׂוין געהאַט , אָפּגע- 
זעסן" אַכט יאָר לאַגער און נאָך געהאַט זיבן יאָר, האָט געמונטערט דעם 
קראַנקן פּאָעט, געװועקט אין אים האָפענונג און גלויבן נאָך צוריק אַרױס- 
צובאַקומען זיך פון דער לאַגער-תפיסה און לעבן אַ נאָרמאַל לעבן, 

ווינער האָט געבראַכט אַ דאָקטאָר. משׂה האָט באַקומען מעדיצינישע 
הילף,. אייניקע טעג איז ער געלעגן אין באַראַק. לסוף האָט מען אים גע- 
מאָלדן, אַז אין דעם און דעם טאָג מוז ער אַרױסגײן אויף אַרבעט צוזאַמען 
מיט אַלע אַרעסטאַנטן, 

דאָ ענדיקן זיך ווינערס זכרונות וועגן משׂהס אָנקומען אין לאַגער און 
איך װעל ווייטער דערציילן, װאָטס בראָדערזאָן האָט מיר איבערגעגעבן וועגן 
זיין פּיינלעך לעבן אין לאַגער. 

ווען משה איז אַרױס פון ,קאַראַנטין", האָט מען אים אריבערגעפירט 
אין אַ בריגאַדע פון װאַלד-אַרבעטער. ער האָט באַקומען אַן אָרט אין באַ- 
ראַק פון דער דאָזיקער בריגאַדע. די נאַרעס, הוילע, נאַקעטע ברעטער, 
זענען געווען אָנגעלײיגס מיט מענטשן, ריכטיק וי הערינג, אין אַ פאַס, 
צונויפגעדריקט איינער צום צווייטן. פאַרטאָג איז מיט אַ ליאַרעם און טומל 
אַרײן דער בריגאַדיר, אַ לאַגער-אַרעסטאַנט, און גענומען וועקן די געפּײ- 
ניקטע דורך שלעפּן זיי ביי די פיס. מ'האָט געמוזט גיך אויפשטיין. 


אין דרויסן איז געווען אַ שניידיקע סיבירער קעלט, װאָס האָט דער- 
גרייכט ביז פופציק גראַד אונטער נול. אין דער פינצטער האָט שטעכיק 
געבלינצלט דער געפרוירענער שניי. משה האָט באַקומען אַ פופייקע, (אַ 
װאַטאָווקע) און װאַטענע הויזן, װאָס האָבן נישט געקענט אויפהאַלטן די 
װאַרעמקײט אין זיין שװאַכן אויסגעמאָגערטן קערפּער. נאָכן אָפּעסן די 
װאַסערדיקע זופּ און אַ טייל פון דער ,פּייקע" ברויט, איז ער צװאַמען 


136 


מיין ליידנס-װועג מיט משה בראָדערזאָן 


מיט אַנדערע אַרױסגעטריבן געװאָרן אין װאַלד אונטער א שטאַרקער װאַך 
פון ענקאַוועדע-שומרים. 

דער גרויסער פראָסט האָט אָנגעהויבן צו ,בריען" די אויערן, נאָז 
און פינגער. משה האָט גענומען רייבן די אברים, שפּרינגען און זיך באַ- 
וועגן. נאָך אַ שעה גיין איז מען אָנגעקומען אין אַ טרויעריקן פאַרשנײטן 
װאַלד, װוּ עס זענען, װי מתים אויף אַ שלאַכטפעלד, געלעגן אויסגעלייגט 
אונטערגעשניטענע ביימער. דאָ האָט זיך אָנגעהויבן די קאַטאָרזשנע אַר- 
בעט פון צונויפטראָגן די שווערע שטאַמען אויף איין אָרט און אָנשטאַפּ- 
לען זיי אויף אַ געוויסער הויך. 

דער אויסגעמאַטערטער, געפּײיניקטער, פיינפילנדיקער דיכטער האָט 
זיך געבויגן אונטער אַ שװוערן שטאַם, װאָס ער האָט געטראָגן אויף זיין 
דאַרן אַקסל, צוזאַמען מיט נאָך אַ ליידנס-חבר. משה האָט נישט אויסגע- 
האַלטן און געפאַלן אונטער דער לאַסט. ער האָט זיך אויפגעשטעלט און 
ווידער געכאַפּט אויף זיך דעם שווערן קלאָץ. די פיס האָבן נישט אויסגע- 
האַלטן, ער האָט זיך איינגעבויגן און ווייטער געפאַלן, דאָ האָט אים שוין 
, געהאָלפן? דער ענקאַװועדע-שומר מיט אַ זעץ מיטן פּריקלאַד פון דער ביקס, 
מיט אַלע כוחות האָט ער זיך אָנגעשטרענגט און װייטער געשלעפּט די 
שטאַמען ביז אין דער שפּעטער אָװונט-שעה, 


אַ מידער, אַ צעבראָכענער, מיט וייטיקן אין אַלע אברים, איז ער 
געקומען אין באַראַק. ער האָט זיך אַװעקגעלײגט אויף דער נאַרע ווידער 
מיט דעם געדאַנק מער נישט אויפצושטיין. אָבער ,אין סאָװויעטישן לאַגער, 
לאָזט מען נישט אַזױ גיך שטאַרבן, מ'דאַרף אַרבעטן, יאָגן, דעריאָגן און 
אַריבעריאָגן", דאָס האָט מען אונדז געזאָגט אין ספּעציעלע רעדעס -- 
האָט מיר בראָדערזאָן דערציילט. מ'באַמיִט זיך דעריבער אויפצוהאַלטן די 
לאַגערניקעס ביים לעבן, כדי זיי זאָלן קענען אַרבעטן, האָרעװען, יאָגן, 
דעריאָגן און אַריבעריאָגן... 

- = משה איז קראַנק געװאָרן און באַקומען היץ. אייניקע װאָכן איז ער 
געבליבן אין באַראַק און לסוף האָט אַ קאָמיסיע אָנערקענט, אַז ער איז 
נישט פּעיִק צו קיין שווערער, פיזישער אַרבעט. דער דיכטער האָט באַקו- 
מען זייער אַ ,,/חשובן" אַמט, װאָס ווערט אין אַ סאָװיעטישן לאַגער צוגע- 


157 


שיינע-מרים בראַדערזאָן 


טיילט נאָר אַזאַ אַרעסטאַנט, װאָס מ'ווייסט, אַז ער װעט שוין לאַנג נישט 
אָנטרײבן --- ער איז געװאָרן דער נאַכטיװעכטער פון באַראַק, װאָס װערט 
אויפן לאַגער-לשון טיטולירט מיט -- ,נאָטשנאָי דניעװאַלני". בײנאַכט 
האָט ער געדאַרפט היטן די אָרדענונג אין באַראַק און אינדערפרי, נאָכדעם 
וי די אַרעסטאַנטן זענען אַרױס אויף אַרבעט, האָט ער צזאַמען מיטן 
;טאָגידניעװאַלני* געמוזט רײניקן דעם באַראַק, אַרױסטראָגן די ,פּאַראַ- 
שע" און צוגרײַיטן ;קיפּיאַטאָק* (הייס װאַסער). | 

אויף דעם דאָזיקן ,הויכן אַמט* איז שוין בראָדערזאָן געווען ביז זיין 
באַפּרײיונג. מתחילת איז ער געווען שרעקלעך איינזאַם. מענטשן, װאָס זע" 
נען דורכגעגאַנגען די ענקאַװעדע-אױיספאָרשונג און געפינען זיך שוין אין 
לאָגער, האָבן צו קיינעם נישט קיין צוטרוי. מ'מיידט אויס אַ סך צו ריידן. 
עס האָט געדויערט אַ געוויסע צייט און צװישן בראָדערזאָנען מיטן דיכ" 
טער עמיאָט האָט זיך פאַרבונדן אַ נענטערע פריינטשאַפט. 
| = ישראל עמיאָט, דער ייִדישער דיכטער פון פּוילן, װאָס איז אַלס פּליט 
אין ראַטנפאַרבאַנד בעת דער מלחמה פאַרװאַנדלט געװאָרן אין פּ אָ ע ט 
פון ביראָבידזשאַ, האָט פּונקט װי בראָדערזאָן באַקומען צען 
יאָר לאַגער פאַר ייַדיש-בורזשואַזינאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט. זיין פאַר" 
ברעכן איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס ער האָט די ייִדישע אײינװאַנדערער 
קיין ביראָבידזשאַן אויפגענומען מיט רעדעס און באַגריסונגען און זיי גע" 
רופן צו בויען די ;ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט", װי אַ ,היימלאַנד* פאַרן 
געפּלאָגטן ייִדישן פאָלק. 

נאָך אַ חבר האָט משׂה געהאַט אין לאַגער --- זיין שותף צו דער אַר" 
בעט, דער /, טאָג-דניעװאַלני?, װאָס האָט צוזאַמען מיט בראָדערזאָנען יעדן 
פרימאָרגן אַרױסגעטראָגן די ,פּאַראַשע* (דעם עמער מיט אומרייניקייט), 
ער איז געווען אַ דראַמאַטורג פון לעטלאַנד, װאָס האָט באַקומען צען יאָר 
לאַגער פאַר לעטלענדיש נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט. 

נישט וועגן אַלע זיינע איבערלעבונגען אין לאַגער האָט מיר בראָי 
דערזאָן דערציילט. זיין גיכער טויט נאָך דער באַפרײונג, האָט אויך צוגע" 
נומען פון דער ברייטער עפנטלעכקייט דאָס גרויסע טראַגישע קונסט-ווערק 
וועגן געפּײניקטע ייִדן און סתם-מענטשן, ביי װועמען די סטאַלין-מאַכט 


158 


מיין ליידנס-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


האָט צוגענומען יעדן גלויבן אין מענטשלעכער דערהויבנקייט, אין וועלט- 
באַפרײיערישע אידעאַלן. אָבעֹר די גרעסטע אַנטישונג און פאַרצווייפלונג 
איז געקומען ערשט נאָך בראָדערזאָנס באַפרײיונג פון לאַגער, ווען עס האָבן 
זיך נישט באַװיזן די אַרעסטירטע שרייבער: פּרץ מאַרקיש, פעפער, האָפ- 
שטיין און אַנד. און אין מאָסקװע האָט מען אָנגעהויבן ריידן װועגן אכזריות- 
דיקן משפּט איבער זיי און די בעסטיאַלישע דערשיסונגען, 


-- 54 --- 


די פּיינלעכע שטימונגען נאָך דער באַפרײונג פון די 
לעבנגעבליבענע שרייבער אין ראַטנפאַרבאַנד 


איך ווייס נישט, װאָס עס האָבן אין זייערע הערצער דאַן איבערגע- 
לעבט די פרויען פון די דערשאָסענע ייִדישע שרייבער, ווען זיי האָבן באַ- 
מערקט, אַז אַ טייל אַרעסטירטע שרייבער קומען צוריק פון די לאַגערן און 
זייערע מענער זעט מען נישׂט. די פרויען האָבן געשוויגן. זיי האָבן נאָך 
אַלץ נישט געװוּסט וועגן זייער בראָך. זי זענען כסדר געגאַנגען אין מ.ג.ב, 
זיך נאָכפרעגן אויף זייערע מענער. זיי, די פרויען, האָבן געשריבן ,זאַ- 
יאַװלעניעס? און אָנגעגעבן די װאָגיקסטע מאָטיוון װעגן דער אומשולד 
פון בערגעלסאָנען, מאַרקישן, קװיטקאָ, זוסקין און אַנד. און געבעטן זייער 
באַפּרייונג, 

די באַאַמטע פון מ.ג.ב. האָבן צוגענומען די ,זאַיאַװלעניעס", זי 
פאַררעגיסטרירט, אַרױסגעגעבן אַ לױיף-נומער און אַרײַנגעלײגט אין די 
געהעריקע אַקטן... אויף דער פראַגע, ווען מ'וועט זיי באַפרײיען, איז גע 
קומען דער ענטפער: ,מען דאַרף צוּװואַרטן? און געהייסן קומען אין אַ 
חודש אַרום נאָך אַן ענטפער. נאָך אַ חודש האָט מען די אומגליקלעכע 
פרויען געהייסן קומען אין צוויי, אין דריי חדשים אַרום אאַז"ו אאַז"ו. 

עס זענען געווען אויף דער פריי: מ. בראָדערזאָן, י. עמיאָט, האַלקין, 
דער אַלטער װענדאָרף, דער שרייבער און רעזשיסאָר יעקב שטערנבערג 
און אַנד, --- װוּ זענען די באַרימטע ייִדישע שרייבער און דיכטער: בער- 


159 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


געלסאָן, מאַרקיש, קוויטקאָ און פעפער? װאָס פאַראַ גורל האָט זיי גע- 
טראָפן? --- די דאָזיקע פּיינלעכע פּראַגן האָבן נישט געלאָזט רוען די באַ- 
פרייטע שרייבער. יעדער פון זיי האָט זיך באַמיט וי עס איז אויפצוריכטן 
זיין לעבן און אויף יעדן האָט נאָך גערוט דער פּחד פון די ענקאַװעדע- 
אױספאָרשונגען און מ'האָט אַפילו נישט געטראַכט פון גיין פאַרלאַנגען 
פון ,אַלמעכטיקן? סאָװויעטישן שרייבער-פאַרבאַנד, אַז ער זאָל אינטער- 
ווענירן און זיך דערוויסן וועגן גורל פון די פאַרשװונדענע שרייבער. 
משה איז אַרומגעגאַנגען אַ דערשלאָגענער. ער איז אָפּטמאָל געפאָרן 
קיין מאָסקװע, כדי זיך דאָרט צו דערוויסן וועגן גורל פון די נישט-צוריק" 
געקומענע און נישט ,רעהאַביליטירטע" שׂרייבער. יעדעס מאָל איז ער צו" 
ריקגעקומען מיט אַן אַנדער ווערסיע: מ'שׂמועסט אין מאָסקװע, אַז די 
אַרעסטירטע געפינען זיך אין אַ ספּעציעלן לאַגער, פון װאַנען מ'קומט שוין 
קיינמאָל נישט צוריק, מ'ווערט נישט באַפרײט. דאָרט מוז שוין דער אַרעס- 
טאַנט ענדיקן זיין לעבן. אין מ.ג.ב. פאַרזיכערט מען כסדר די פרויען פון 
די אַרעסטירטע, אַז זייערע מענער װעלן צוריקקומען, מ'וועט זיי אָפּזוכן. 


די פרויען פון די אַרעסטירטע האָבן געװאָלט שיקן געלט אָדער פעק- 
לעך פאַר זייערע מענער, אַזױ װוי זיי האָבן געטאָן איידער מ'האָט זיי, די 
פרויען, אַרױסגעשיקט פון מאָסקװע. אָבער אין מ.ג.ב. האָט מען נישט גע" 
װאָלט אָננעמען קיין געלט און דערקלערט ציניש, אַז די אַרעסטירטע ניי- 
טיקן זיך נישט אין קיין שׂום זאַך, זיי זענען שוין מיט אַלעם פאַרזאָרגט.. 
עס דאַרף דערביי באַמערקט װערן, אַז נאָך דעם 12טן אױגוסט 1952, ד"ה 
ווען די שרייבער זיינען שוין געווען דערשאָסן, האָט מען אין מ.ג.ב. נאָך 
אייניקע חדשים, ביז צום אַרױסשיקן פון זייערע פרויען, אָנגענומען געלט- 
שיקונגען פאַר די אַרעסטירטע. דאָס געלט איז חס וחלילה נישט פאַרי 
פאַלן געװאָרן... די לייט פון מ.ג.ב. קענען פאַרפּײיניקן און דערשיסן מענטשן, 
אָבער זיי, װוי עס ווייזט זיך אַרױס, גנבענען נישט סתם. זיי האָבן דאָס 
געלט, װאָס איז געשיקט געװאָרן פאַר די דערשאָסענע שרייבער, שפּעטער, 
בעת דער ,רעהאַביליטאַציע?, צוריקגעגעקרט צו זייערע פרויען. 

אין איינעם אַן אָװנט איז בראָדערזאָן געקומען פון מאָסקװע און מיט. 
אַ געבראָכענער ציטערדיקער שטים האָט ער געזאָגט: עס איז שוין איצט 


100 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


| נישט קיין שום ספק, אַז די נישט-צוריקגעקומענע שרייבער זענען דער" 
שאָסן געװאָרן. שווערע פאַרברעכער האָט מען באַפרײט פון די לאַגערן. 
ווער עס לעבט קומט אַהײם. אויב די ייִדישע שרייבער זענען געמשפּט גע 
װאָרן פאַר אַזאַ שווער פאַרברעכן פאַר וועלכן מ'קען נישט אַמנעסטירט 
ווערן אַפילו איצט, ווען דער דרוק פון דער שװוערער האַנט איז אַביסל 
שװאַכער געװאָרן, איז אַ סימן, אַז מ'האָט זיי דערשאָסן, 
ביי די דאָזיקע טרויעריקע רייד איז משׂה געװאָרן שטאַרק נערווטז, 

ער האָט זיך גענומען דרייען איבער דעם צימער, וי אַן אַרעסטאַנט אין 
דער קאַמער. כדי צו ענדערן די שטימונג האָב איך געעפנט דעם ראַדיאָ. 
עס האָט געזונגען דער באַװוּסטער אַמעריקאַנער זינגער דזשאָן פירס. ער 
האָט געזונגען דאָס ייִדישע פאָלקסליד פון ר' לוי יצחק באַרדיטשעװערס 
טענות צו גאָט: 

;רבונו של עולם, 

װאָס האָסטו זיך אָנגעזעצט אויף דיין פאָלק ישראל, 

װאָס האָסטו געטאָן צו דיין פאָלק ישראל". 


בראָדערזאָן איז צוגעפאַלן צום ראַדיאָדקאַסטן און האָט זיך שטאַרץ. 
שטאַדק צעוויינט. איך האָב מיט אים מיטגעװויינט. מיר האָבן באַװײנט 
אונדזער גורל, דעם ביטערן גורל פון די ייַדישע שרייבער, װאָס זענען פאַר- 
פּייניקט געװאָרן אין ;לאַנד פון סאָציאַליזם? און דעם גורל פון די מיליאָי 
נען פאַרפּײניקטע ייִַדן בעת דער דייטש-נאַצישער הערשאַפט. 

דער דאָזיקער אָנשטראָם פון טרערן האָט לאַנג נישט געדױיעױט. משה 
האָט זיך װוי אויפגעכאַפּט און וי אָפּגעטרײסלט פון זיך די פּיינלעכט גצִי 
דאַנקען. און וי זיין שטייגער האָט עֶר גענומען סאַרקאַסטיש רעדן וועגן 
די פאַרפּײניקטע ייִדישע שרייבער, אין וועמענס קרבנות סטאַלין האָט זיך 
גענײיטיקט, כדי צו פאַרפעסטיקן זיין מאַכט. די שטימונג פון בראָדער' 
זאָנען אין יענער צייט איז געקומען בולט צום אויסדרוק אין די בריוו, 
וועלכע ער האָט געשריבן צו דעם אַרטיסט אברהם מאָרעווסקי (לעכט אין 
פּולן). י 
אברהם מאָרעווסקי האָט דעמאָלט געװוינט אין טשקאַלאָ. וי נאָר 
ער האָט זיך דערװוּסט, אַז בראָדערזאָן איז באַפרײיט געװאָרן, איז ער גע" 


101 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


קומען צו אונדז, זיך אָפּגעפרײט און תיכף צוריקגעפאָרן אַהיים. צװוישן 
ביידע פריינט האָט זיך איינגעשטעלט אַ בריוו-וועקסל. די בריוו פון בראָ- 
דערזאָנען צו מאָרעווסקין, מיט דער דאַטע פון 11טן און 28סטן דעצעמ- 
בער 1955 ברענג איך ווייטער מיט געוויסע קירצונגען: | 


102 


מאָסקװע, דעם 55.11.12, 


;באַקומען דיין צעשויבערט בריוול און כ'האָב גלייך דערקענט 
דעם ;סטיל און כאַראַקטער* פון מיין ליבן פריינט, דעם אַלטן ייַנגן 
מאָרעװוסקין, וועלכנס פליישיקן טעמפּעראַמענט אונדזער אומפאר- 
געסלעכער אַלטער (געמיינט אַלטער קאַציזנען, װאָס איז געווטן אַ 
װועגעטאַריער --- ש. מ. ב.) פלעגט קילן מיטן קאַלטן ליטווישן ראַ- 
ציאָנעלן: ;אַװורעמל עס קעז".. 


און טאַקע אַזױ --- װאָס ביסטו אַרײנגעפאַלן אין אַזאַ גרימ- 
צאָרן?... צי איז דען ביי דיר נישט די זעלבע סיבה, װאָס ביי ווענד" 
ראָפּן --- ;די פיסוסצע מאַסינקע? איז ווידער קאַליע? סיי"װװוי -- 
ס'עט גאָרנישט העלפן --- און זיי רוּיַק, קיין שׂום המן װעט נישט 
אויסמיידן זיין גורל! גלייב מיר טייערער, ס'איז נישט קיין מליצה; 
סוף גנב וגזלן לתליה, איי װעסטו זאָגן --- גאָט די נשמה שולדיקע 
ליידן דאָך דערווייל, טאָ אויף דעם קלאָגט דאָך דער נביא. און כל- 
זמן נביאים לעבן מיט אונדז און אין אונדז, איז קיין שום השתנה 
נישט בכוח אויסצולעשן זייער פייער. 


,..דיין פּלאַן צו פאָרן אַהער שרייבן דיינע זכרונות ווייזט זיך 
מיר אויס נישט צו זיין רעאַל, שוין דערפאַר אַלײן, ווייל דאָ איז איצט 
אוממעגלעך צו אַרבעטן. ס'איז וי איינער װאָלט זיך געקליבן פאָרן 
אויף אַ װועלט-יאַריד פּראַװוען התבודדות. 


..װעגן װי צו שרייבן און װאָס צו שרייבן טראַכט איך נאָך 
נישט --- צוליב כמה וכמה טעמים. יבוא יום, 

אַ הוספהלע צו די פּאָר ווערטער: 

איך האָב לאַנג און טיף אַרײינגעקוקט און דערוען אַז -- 
שנאה איז אַ פּועל-יוצא פון קנאה, און אַז מענטשן, װאָס ליידן (אומ- 
באַװוּסטזיניק) פון אַ מינדערווערטיקייטס קאָמפּלעקס, באַמיִען זיך 
צו לינדערן דעם דאָזיקן שׂרעקלעכן אומגליק דורך... גרויסקייט-װאַג- 
זין! 

דאָ שטעקט דער שורש פון דער טראַגישער שנאה צו אונדו, 


מיין ליידנסיוועג מיט משה בראָדערזאָן 


אַזױ ביים יחיד, אַזױ ביים כלל, צי איז עס הײילבאַר? גאָט ווייסט. 
קוש איך דיך און מאַניען און סאָניע טוט דאָס זעלבע. 


מ ש ה. 


מאָסקװע, דעם 55.12,28, 
אברהם, אברהם! 


הנני --- אָט בין איך אָקאָרשט צוריקגעקומען פון לענינגראַד, 
װוּ איך האָב צוזאַמען מיט סאָניען פאַרבראַכט אין עושר און אין 
כבוד ביי מיין משפּחה און װוּ מען האָט מיך שיער פאַרקעכלט. דאָ 
האָט אויף מיר געװאַרט דיין בריוו פון 21.11, 

עס פרייט מיך זייער, װאָס מיין ;סטיל" אַזױ צו זאָגן. נעמט 
ביי דיר אויס. לאָמיר זשע, מחמת איצט איז כמעט נייטיק גאַלגױ 
הומאָר, פאָרזעצן אין דעם זעלבן גייסט. 

...געבוירן ווערן אַ מענטש --- ווייסטו דאָך פון דער פּראַקטיק 
--- איז נישט קיין גרויסער שכל, ובפרט נאָך --- אַ ייִדישער מענטש... 
היינט װוער רעדט נאָך --- אַ ייִדישער קינסטלער! די דאָזיקע לעצטע, 
דריטע מדרגה איז גאָרנישט צו באַשרײבן. דאָס איז שוין זיכער אַ 
מכה שלא כתובה בתורה. כולו כל חקיצין! ווייטער גייט עס נישט.. 
פאַרפאַלן --- מוז מען דערמיט, אין ,גײיסט פון זשענעווע" שלום 
מאַכן, זיך פאַרבייסן די ליפּן... און --- מיר איז גוט: איך מעג שטאַמ" 
לען --- אַ כבד פֹּה. דערויף הייס איך משׂה... 

...און װאָס שייך היסטאָרישער פּינקטלעכקייט זענען מיר דאָך 
עדות, וי אַזױ כראָנאָלאָגיע און פאַקטן ווערן געפעלשט. נישט בחינם 
זאָגט דאָך איינער אַ העלד אין מיינער אַ פּיעסע: 

--- ,װאָס דערציילסטו מיר מעשיות פאַקט-שמאַקט... איך האָב 
שוין געזען אַ פאַקט אַ ליגן אויך! דו דערצייל מיר בעסער אַ מעשה 
שהיה!..* 

אדרבא, זאָג אַלײן, אָט ווייזט זיך דאָס אויס, אַז מיר לעבן און 
לאַכן, מיר עסן טעג און די טעג פרעסן אונדז, מיר שרייבן בריוולעך, 
מיר פּלפּולן זיך, אָבער --- צי קען מען עס אָנרופן אַ לעבן דאָס לעבן. 
װאָס מיר ,לעבן"?! 

(זיי מיר מוחל, װאָס מיין געשריפט צו דיר איז אַביסל מטוש- 
טשדיק: איך שרייב אים אויף אַ קני, ווייל סאָניע האָט פאַרנומען 
דעם טיריע --- דעם טיש בלע"ז, זי טוט איר פּרנסה-אַרבעט -- זי 


103 


164 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


קלעפּט קאָנװערטן, און איך האָב נישט װוּ דאָס פּאַפּיר אָנצולענען... 
און גיי, פאָלג מיך אַ גאַנג --- שרייב עפּעס עוויגעס!...) 


היינט װאָס זאָל איך דערציילן נאָך וועגן אונדזער איצטיקע 
זשיטיאָ-ביטיאָ? 


קודם-כל, איך בין נאָך אַלץ נישט מיט אַלעמען (װוי אונדזערס 
אַ ;דאַמע* האָט עס געזאָגט אויף רוסיש: יאַ פּאָקאַ ניע סאָ ווסיעם!) 
ס'הערצל איז לא עליכמדיק, און דער לינקער פוס מיינער פאַרלאָזט 
זיך אינגאַנצן אויפן רעכטן, אַזױ אַז מיט די רגלים בין איך נישט 
רעגלמעסיק, 


װאָס אָנבאַלאַנגט פּרנסה, האָב איך אייניקע פאָרשלאַגן, אָבער 
--- אויף שרייבן ,,שמאַָנצעס? און אויף פּושקינס שפּראַך. דערווייל 
איז דער ענין ;אין װוערדן". איך האָב אויך בעלנים אויף צו שרייבן 
אין ייִדיש פאַר און אויף בחינם. נאָר בחינם גייט מען דאָך אויף 
קאַטאָרגע, אָדער מען קומט אָפּ נאָך ערגער, 


די פראַגע ;ייִדיש טעאַטער* בימינו הענגט אַפילו נישט אין דער 
לופטן, און דער אויספיר אירער איז דער זעלבער, װאָס אין אונ- 
דזער פילזאָגנדיק פאָלקס-ליד: ,,בלייבט דאָך ווידער די אַלטע קשיא 
-- לאַמטײדערידע-רײי?,.. אוב דו האָסט חשׂק, און די שטימש 
קלינגט ביי דיר, וי אַ גלאָק, זינג מיט מיר צוזאַמען, אין אַ טערצש, 
אָדער מאַך ;באָם ",.. 


מהאי טעמא און ביי דער איצטיקער קאָניוקטור קען קיין רייד 
נישט זיין וועגן ;שײלאָקן", | 


הכלל, זיי געזונט און שטאַרק און װאַרטנדיק, װי עס ווינטשט 
דיר | 
דיין מ ש ה. 


פּ. ס.: איך בין נאָך, געלויבט דער אויבערשטער, דערווייל 
נישט קיין פילאַנטראָפּ און איך קריך נאָך נישט אויף אַלע פיר, 


מיין סאָניע און סעראַפימע גריסן דיך און דיין ווייב,* 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


דער חוזק-פּראָצעס קעגן די ייִדישע שרייבער און קולטור: 
טוער און מאַרקישעס מוטיקע רעדע קעגן זיינע תלינים 


- = אין אָנהײב יאָר 1956, ווען עס איז שוין פאַר אַלעמען געווען קלאָר, 
אַז די נישט-באַפרײיטע ייִדישע שרייבער זענען אויף אַ ברוטאַלן אופן אומ" 
געבראַכט געװאָרן דורך דער סטאַלין-מאַכט, האָט די מ,ג.ב. גערופן די 
פרויען אסתר מאַרקיש, בעטי קװויטקאָ, ציפּע בערגעלסאָן, פרוי פעפער 
און אַנדערע, יעדע פון זיי מיטגעטיילט: ,ואַש מוזש פּאָגיב אָט רוק װראַ" 
גאָוו נאַראָדאַ* (,/אייער מאַן איז אומגעבראַכט געװאָרן דורך די הענט פון 
די שונאים פון פאָלק*). די אכזריותדיקע מערדעריי איבער די אומשול- 
דיקע סאָוויעטישע ייִדישע שרייבער איז אַזױ אַרום אָפיציעל באַשטעטיקט 
געװאָרן. עס איז געבליבן ביי אונדז --- מיר זאָלן אָנװענדן אַלצ מיטלען, 
כדי צו דערוויסן זיך פּרטים, וי אַזױ די דאָזיקע רציחה אין אויסגעפירט 
געװאָרן און מיר האָבן זיך טאַקע דערװװוסט. 

ביי דער אַלגעמײנער אויפרעגונג, װאָס האָט נאָך די ;רעהאַביליטאַ- 
ציעס? פון דערמאָרדעטע, אַרומגעכאַפּט ברייטע מאַסן און אינטעליגענץ 
אין מאָסקװע, און װאַרשײנלעך אויך אין גאנץ ראַטנפאַרבאַנד, קעגן די 
יוסטיץ-פאַרברעכנס און חוזק"פּראָצעסן, וועלכע האָבן אויפן יסוד פון סאָי 
וויעטישער געזעצלעכקייט טויזנטער, טויזנטער אומשולדיקע מענטשן גע" 
שיקט צום טויט אָדער פאַרפּײיניקט צו ווערן אין לאַגערן --- ביי דער אויפ- 
רעגונג איז נישט שווער געווען צו געפינען פּערזאָנען, װאָס זאָלן איבער" 
געבן סודות פון די דאָזיקע מאָנסטער- פּראָצעסן, 

צוליב פאַרשטענדלעכע סיבות קען איך נישט אָנגעבן די נעמען פון 
מיינע אינפאָרמאַטאָרן, אָבער דער טרוקענער באַריכט, װאָס שוידערט אויף 
ביז די טיפענישן פון דער נשמה, וועלכן איך האָב באַקומען --- האָט זיך 
אַרױסגעװיזן פאַר פולשטענדיק אמתדיק, 

געמשפּט געװאָרן זענען 24 פּערזאָן. כמעט דער גאַנצער ייִדישער 
אַנטיפאַשיסטישער קאָמיטעט, פון וועלכן דריי פּערזאָן זענען אַרויסגע" 
טרעטן איידער מען האָט אַרעסטירט זיינע מיטגלידער. צווישן די, װאָס 


169 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


ישא 


האָבן פריִער געראַטעװעט זייער הויט, האָבן זיך געפונען: דער סאָוויע" 
טיש-ייִדישער שרייבער איליאַ ערענבורג און אויך אים האָב נישט קיין 
טעות אויך דוד זאַסלאַװסקי, װאָס האָט זיך לעצטנס באַקאַנט געמאַכט 
מיט זיין אַרױסטריט אין ;פּראַװדאַ" קעגן מדינת ישראל, 

די הויפּט-, באַשולדיקטע? אין פּראָצעס זענען געװוע: פּרץ מאַרקיש, 
דוד בערגעלסאָן, לייב קװויטקאָ, דוד האָפשטײן, איציק פעפער, אַרטיסט 
בנימין זוסקין, פּראָכּעסאָר נוסינאָוו און ווייטער די ,גרויע מאַסע* פון 
ייִדישע פּראָפּעסאָרן, דאָקטוירים און געזעלשאַפטלעכע טוער.י 

דער פּראָצעס האָט געדויערט פון 11טן בין 18טן יולי 1952, די אָנ" 
געקלאָגטע, װאָס זענען געזעסן אויף דער באַשולדיקונגס-באַנק איז שווער 
געווען צו דערקענען. זיי זענען געווען אָפּגעצערט, צעממיתט און צעהר" 
געט. אַ חוץ איין פּערזאָן, האָט זיך קיינער נישט אָנערקענט פאַר שולדיק, 
עס האָט זיך די פּייניקער נישט איינגעגעבן אַרױסצובאַקומען פון די גע" 
פּײיניקטע די באַקאַנטע ;ווידויס". 

די ייִדישע שרייבער און קולטור-טוער, דער גאַנצער אַנטיפאַשיסטי- 
שער קאָמיטעט איז געװאָרן באַשולדיקט אין אַ ב ו 1 ט קעגן דער 
ראַטנמאַכט, אַ בונט װאָס האָט געהאַט די אויפגאַבע -- מ י ט ד ע ר 
הילף פון אַ ב אַװאָפּנטן אויפ שט אַ נד אָפּצ |- 
{ ר ײ ס ן ק רים פון ראַ טנפ אַ רב אַנד און דאָ ר ט 
צו בילדן אַ בורזשואַזע נאַציאָנאַליס טי שע 
ײַ ד יש ע ר ע פּ וב ליק. דער דאָזיקער בלוט:בלבול איז געװאָרן 
באַגלײט מיט די באַקאַנטע באַשולדיקונגען, װאָס זענען געװאָרן זייער 
פּאָפולער בעתן בלוט-בלבול אויף די ייִדישע דאָקטױירים, נעמלעך: בור" 
זשואַזע נאַציאָנאַליסטישע ציוניסטן, שפּיאָנעף אַגענטן פון אַמעריקאַנער 
אימפּעריאַליזם,.. 

דער דיכטער פּרץ מאַרקיש האָט געהאַלטן אַ פאַרטײידיקונגס-רעדע, 
װאָס האָט געדויערט דריי פערטל שעה. ער האָט גערעדט מיט א ציטעך- 
דיקער שװאַכער שטימע. פון צייט צו צייט האָט ער באַקומען אין מיטן 
רעדן קאָפּישװינדלעניש פון אָפּגעשװאַכטקײט. ער האָט זיך צוזאַמענגע- 
קאָרטשעט און עס האָט זיך געדאַכט, אַז באַלד װעט ער צוזאַמענברעכן 


1660 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


און פאַלן, אָבער וי עפּעס געהיימע כוחות האָבן פּלוצלינג אין אים אויפ- 
געטויכט, האָט ער זיך װוידער אויסגעגלייכט און פאָרגעזעצט זיין רעדע. 
ער האָט מוטיק אָפּגעװאָרפן אַלע באַשולדיקונגען און אויסגעשריג: די 
אמתדיקע פאַרברעכער זענען אונדזערע באַשולדיקער! 

אין דעם טאָן האָבן אויך גערעדט די אַנדערע אָנגעקלאָגטע, װאָס האָבן 
נאָך געהאַט אין זיך כוח צו ריידן. נישט אַלע האָבן פאַרמאָגט אַזאַ כוח, 

דער אַרטיסט בנימין זוסקין האָט ווייזט אויס געװאָלט ריידן וועגן 
;יין איבערגעגעבענער אַרבעט פאַרן סאָװיעטישן טעאַטער און אַרױסגע- 
בראַכט נאָר צוויי וװוערטער: קאיך... דאָס טעאַטער". דוד האָפשטײין האָט 
בעת דער ,געריכטס"-קאָמעדיע באַקומען אַ משוגעת-אָנפאַל. ער האָט אָנ" 
געהויבן שרייען און זיך געװאָלט װאַרפן אויף די ריכטער-תלינים. אַן 
ענקאַװעדיסט האָט אים באַלד פאַרדרייט די הענט אַרונטער און אים אַרױס- 
געפירט פון געריכט. ער האָט פאַרענדיקט זיין לעבן ערגעץ אין אַ משן" 
געים-הויז, ווייל די סאָוויעטישע גערעכטיקייט דערלויבט נישט צו דערי 
שיסן ,פאַרברעכער? װאָס זענען משוגע געװאָרןי 

נאָר איינער פון די אָנגעקלאָגטע אַ באַװוּסטער שרייבער, וועמענס 
נאָמען איך וויל נישט דערמאָנען, האָט זיך אנערקענט אַלס שולדיק און 
ער האָט אויך געזאָגט, אַז די אַלע אַנדערע זענען שולדיק, - 

--- זיי אַלע --- האָט ער געטייטלט אױיף זיינע לײידנס:חברים -- 
זאָגן ליגן, זיי זענען באַגאַנגען אַלע פאַרברעכנס װי עס וערט געזאָגט אין 
דעם באַשולדיקונגס-אַקט און אויך איך בין אַזאַ פאַרברעכער, 

אַזױ האָט דער דאָזיקער מענטש, וועלכער טראָגט אַ זייער פּאָפּולערן 
נאָמען, געמיינט צו ראַטעװען זיין לעבן. די פּראָװאָקאַציע האָט אים אָבער 
נישט געהאָלפן. ער איז פאַראורטײילט געװאָרן צום טויט צוזאַמען מיט די 
אַנדערע שרייבער. 

אַ צוויי װאָכן נאָכן פּראָצעס זענען זיי געבליבן אין טורמע. דעם 
2טן אױיגוסט 1952, זענען זיי דערשאָסן געװאָרן און קיינער ווייסט נישט 
װוּ עס זענען זייערע קברים, : 

נאָכדעם, װי מיר האָבן זיך דערװוּסט די פּרטים וי אַזױ מען האָט 
פאַרפּײיניקט, פאַרמשפּט, און שפּעטער סאָוויעטיש-געזעצלעך דערשאָסן 


167 


שייגע-מרים כראַדערזאָן 


די אומשולדיקע ייִדישע שרייבער, איז פאַר אונדז געװאָרן קלאָר, אַז מיר 
האָבן נישט מער װאָס צו טאָן אין דעם דאָזיקן לאַנד, אָבער װי אַזױ קריגט 
מען זיך אַרױס, אַז מען זאָל נישט געניזוקט װערן? --- דאָס איז געװאָרן 
| די איינציקע פּיינלעכע זאָרג פון מיר און משהן. 


--- 56 -- 
מיר פאָרן קיין פּױלן 


די אָפיציעלע פעסטשטעלונג פון דער סאָוויעטישער מאַכט, אַז די 
באַװוּסטע און פּאָפּולערסטע ייִדישע שרייבער זענען דערשאָסן געװאָרן 
האָט אַלעמען אויפגעטרייסלט ביז די טיפענישן פון דער נשמה. יעדער ‏ 
האָט ביי זיך אין האַרץ געטראָגן אַ שטילן פּראָטעסט. יעדער פון דער 
גרופּע באַפרײטע שרייבער --- האָט פּיינלעך געשוויגן אין זיין היים-ווינקל, 
די וועלט האָט געקאָכט מיט דער בעסטיאַלישער דערמאָרדונג פון אומי 
שולדיקע ייִדישע גייסט-מענטשן, אָבער אין מאָסקװע האָבן ייִדן געמוזט 
שווייגן, כדי נישט צו קומען אויף דער ,ליניע פון ענקאַװעדע"י. 

די פרויען פון די דערשאָסענע שרייבער האָבן ביי זיך אינדערהיים 
אַװעקגעשטעלט די פּאָרטרעטן פון זייערע פאַרפּײניקטע מענער און אַװעק- 
געלייגט פאַר זי בלומעז-קרענץ, פּונקט וי אויף קברים. באַפּרײטע שריי- 
בער און פריינט זענען געקומען זיי טרייסטן און אויך מיטגעבראַכט בלן- 
מען צו די פּאָרטרעטן פון די אומגעקומענע. משה האָט נישט געהאַט קיין 
כוח צו גיין צו די אומגליקלעכע אלמנות, כדי זיי צו טרייסטן. עֶר האָט 
דעמאָלט שוין מורא געהאַט, אַז זיין האַרץ װעט נישט אױיסהאַלטן.. ער 
האָט צופעליק באַגעגנט אויף דער גאַס ציפּע בערגעלסאָן, האָט ער זיך 
מיט איר צעקושט און שטאַרק, שטאַרק זיך צעוויינט, 

מיר האָבן ווייטער געטראַכט וועגן פאָרן קיין פּוילן און נישט גע 
װוּסט װאָס מען הייבט אָן צו טאָן, אַז עס זאָל עפּעס וערן דערפון. משה / 
האָט מורא געהאַט עפּעס צו טאָן אין דער ריכטונג, ווייל --- ווער ווייסט, 
אפשר ועלן זיך ווידער פאַר אים עפענען די טויערן פון לאַגער, 


8 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאָן 


עס האָט זיך געשטעלט דער שװערער ווינטער פון יאָר 1956. עס 
איז נישט געווען מיט װאָס צו באַהײצן אונדזער אויסגעפרוירענע קאַמער- 
װוינונג. מיט געקאָרטשעטע פינגער בין איך געזעסן און געטאָן מיין אַר- 
בעט פון קלעפּן קאָנװערטן. אין איינעם אַזאַ פראָסטיקן אָװנט אין חודש 
יאַנואַר, ווען בראָדערזאָן איז געווען אין מאָסקװע אין ענינים פון אויפ- 
שטעלן אַ ייִדישע קונסט-בינע, האָט עמעצער אָנגעקלאַפּט אין טיר. עס 
איז אַריינגעקומען אַ ייִד, בלוי פון קעלט. ער האָט געציטערט אין זיין זו" 
מער-מאַנטל און מיט אַ געבראָכענער שטים האָט ער זיך געפרעגט אויף 
ב ר אָד ער זאָנס פ רוי. איך האָב אים געענטפערט, אַז איך בין 
שיינע-מרים בראָדערזאָן. ער האָט מיך אָנגעקוקט, אַ וויילע געשויגן, 
שווער אָפּגעזיפצט און דורך פאַרקלעמטע ציין אַרױסגעזײעט: ;וי איז 
אַהינגעקומען אייער שיינקייט, שׂיינע-מרים?"... 


איך האָב אים פאַרשטאַנען, איך האָב זיך אַליין נישט אָפּגעגעבן קיין 
דיןיוחשבון, וי שרעקלעך איך האָב דעמאָלט אויסגעזען. 


דער אומבאַקאַנטער האָט זיך פאַר מיר פאָרגעשטעלט: ,איך בין דער 
סקולפּטאָר --- טװאַרדעדזשעװאָ?. אויך איך בין איבערראַשט געװאָרן פון 
זיין אויסזען. מיר האָבן זיך געטראָפּן אין די צוואנציקער יאָרן. בעת משה 
האָט אָנגעפירט מיט דעם לאַלקע-טעאַטער א"ג ,חדיגדיא". צו די מיט" 
באַטײליקטע אין דעם דאָזיקן טעאַטער האָבן געהערט: דער קונסט-מאָלער 
יצחק ברוינער, װאָס איז פאַרפּײניקט געװאָרן אין לאָדזשער געטאָ, דער 
מוזיקער הענעך קאָן, וועלכער לעבט היינט אין אַמעריקע און טװאַרדע" 
דזשעוואָ (געפינט זיך אין ישראל). איך האָב נישט דערקענט דעם סקולפּי 
טאָר, וועלכער איז נאָריװאָס געהאַט געקומען פון אַ לאַגער, װוּ ער איז 
געזעסן 13 יאָר. נאָך דער באַפרײיונג איז ער געקומען קיין מאָסקװע, כדי 
אויסצונוצן זיין רעכט אַלס פּוילישער בירגער און באַלד צו פאָרן קיין 
פּוילן, | 

עס איז אָנגעקומען משה. ער האָט זיך האַרציק צעקושט מיטן גאַסט 
און עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שמועס וועגן צוריקפאָרן קיין פּױלן. טװאַר" 
דעדזשעוואָ האָט זיך אַרומגעקוקט אין אונדזער װויסטער װוינונג און דערי 
קלערט, אַז ער װעט אין פּױלישן קאָנסולאַט דערציילן, װי אַזױ עס װוֹינט 


169 


שייגע-מרים בראָדערזאָן 


דער ייִדישער דיכטער פון פּוילן --- משה בראָדערזאָן מיט זיין פרוי. מיך 
האָבן אים אָפּגערעדט פון דאָזיקן שריט, װוידער אויס מורא עס זאָל נישט 
שלעכט אויסגעטייטשט װערן, אָבער אונדזער פריינט האָט אונדז באַ" 
רוּיִקְט און אַװעק: 


אין אַ צוויי טעג אַרום איז טװאַרדעדזשעװאָ ווידער געקומען צו אונדז 
און דערציילט, אַז ער האָט טאַקע איבערגעגעבן אין פּוילישן קאָנסולאַט 
וועגן אונדזער מצב און דער פּוילישער קאָנסול האָט דערקלערט, אַז ער 
וועט קומען מיט אַ וויזיט צום דיכטער בראָדערזאָןיי. 


משהן איז באַפאַלן אַ פּחד פאַר דעם דאָזיקן װויזיט און ער האָט באַ- 
שלאָסן אַליין צו גיין אין קאָנסולאַט. ער איז אַהין אַװעק און דאָרט גע 
טראָפן אַ גוטן באַקאַנטן, אַ לאָדזשער לערער, װאָס האָט געאַרבעט אַלס 
סעקרעטאַר אין פּױלישן קאָנסולאַט. דער סעקרעטאַר האָט געזאָגט בראָ- 
דערזאָנען, אַז ער איצט נייטיק אין פּױלן, װוּ עס איז פאַראַן אַ ייִדיש" 
ליטעראַריש און קולטור לעבן. משה איז געװאָרן דרייסטער און אָפּגעגעבן 
בקשות וועגן דערלויבן אים מיט זײַן פרוי צו פאָרן קיין פּױלן, 


די באַמיונגען אַרױסצופאָרן האָבן געדויערט זעקס חדשים. טװאַרדע" 
דזשעװאָ האָט נישט געװאַרט אויף אונדז און פריִער אַװעק. בראָדערזאָן 
האָט דערווייל געזוכט ,פּרנסה". וועגן שרייבן און דרוקן ערגסטע לידער, 
האָט ער גאָרנישט געטראַכט. ;עס מוזעט זיך נישט דאָ? --- האָט ער גע" 
זאָגט. ער האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט דער ניי-אַנטשטאַנענער 
ייַדישער קליינקונסט-בינע און געשריבן פאַר איר לידער. צו דער קלייג" 
קונסט-בינע האָבן דעמאָלט געהערט די ייִדישׂע זינגערינס און זינגער: אַנאַ 
גוזשיק, סידי טאל, נאָװאַ װאָגאַ און אליהו פלאַם, | 


נאָך לאַנגע, שטומע יאָרן האָט מען אַדאַנק דער גרופּע, ווידער גע- 
הערט אין מאָסקװע ייִדיש געזאַנג. דער ייִדישער עולם האָט מיט אויסער" 
געוויינלעכער באַגײסטערוֹנג אויפגענומען די אַרטיסטן, און נישט סתם 
אַ ייִדישער עולם, נאָר יונגע בחורים און מיידלעך צוזאַמען מיט ייַדן פון 
עלטערן דור, זענען געקומען צו די אויפטריטן. אין דער זעלבער צייט האָט 
איליאַ ערענבורג שוין צום וויפלסטן מאָל געהאַט דערקלערט פאַר אויס- 


10 


מיין ליידנט-וועג מיט משה בראָדערזאָן 


לאַנד, אַז די ייִדן אין סאָװעטרוסלאַנד װוילן נישט קיין ייִדיש, נאָר רו" 
סיש.., | | 
א *ִ 3: 

דאָס אַרױסבאַקומען די רייזע-דערלויבעניש קיין פּוילן איז אונדז אָנ" 
געקומען נישט שווער. אין חודש יוני 1956 האָבן מיר באַקומען אַלע ניי- 
טיקע פּאַפּירן. דער פּוילישער קאָנסולאַט אין מאָסקװע האָט אונדז באַ- 
זאָרגט מיט באַזדבילעטן פון מאָסקװע ביז װאַרשע. משׂה האָט אַלץ נישט 
געגלייבט, אַז מיר פאַרלאָזן טאַקע דאָס לאַנד פון די סאָװויעטן. ער האָט 
געזאָגט: ;דו וועסט זען, מ'װועט אונדז נאָך אַראָפּנעמען פון דער באַן. איך 
גלייב זיי נישט"... | 

און עס איז געשען: דעם 25סטן יוני 1956 האַלב פיר נאָכמיטאָג זע- 
נען מיר געווען מיט אונדזערע טשעמאָדאַנעס אויפן ,ביאַלאָרוסקי װאָקי 
זאַל*" פון װאַנען עס גייט דער דירעקטער צוג מאָסקװע - װאַרשע - בער" 
לין. מיר האָבן וועגן דער צייט פון אונדזער אָפּפאָר קיינעם נישט צוּוויסן 
געטאָן. צו אונדזער איבערראַשונג האָבן מיר דערזען אויפן פּעראָן אַ גרויסן 
עולם, װאָס איז געקומען אונדז באַגלײטן, עס זענען געקומען די פרויען 
פון די פאַרפּײיניקטע שרייבער, די באַפרײיטע דיכטער און אַרטיסטן, פריינט 
און באַקאַנטע. עס איז געווען אַ האַרציק רירנדע געזעגענונג. מען האָט 
געוויינט און זיך געװונטשן, מ'האָט אונדז געגעבן בלומען און מתנות. 

מיר זענען געשטאַנען ביים פענצטער פון לוקסוס-װאַגאָן 2טע קלאַס 
און זיך אַלײן נישט געגלייבט, דער צוג האָט גערירט. פונדערווייטנס פאָי 
כען נאָך די ווייסע טיכלעך. אייניקע פון אונדזערע פריינט קענען זיך 
נישט אָפּרײסן און גײיען מיט מיטן צוג, װאָס פאַרשטאַרקט זיין גיכקייט. 

מיר זיצן אין דער קופּע מיט נאָך צוויי פּאָליאַקן,. מיר שווייגן. משהס 
גרויסע שװאַרצע אויגן זענען פייכט און צעצונדן. אויפן האַרץ איז עפּעס 
אַזױ פּריקרע-זיס און פּיינלעך. איך ווייס נישׂט, װאָס פאַר אַ מחשבות 
משה האָט איצט... 

איך דערמאָן זיך מיט װאָס פאַראַ פרייד איך האָב אין 1939 איבער" 
געטרעטן די סאָװיעטישע ערד, ווען איך בין אַנטלאָפן פון דייטש-היטלע- 
רישן גיהנום און װאָס פאַראַ פּיין האָבן מיר איבערגעלעבט אין משך פון 


111 


שיינע-מרים בראָדערזאָן 


די דאָזיקע קנאַפּע 17 יאָר. איך האָב געװוסט, אַז איך פאָר צו דעם חרוב- 
געװאָרענעם ייִדישן פּױלן, אָבער גלייכצייטיק האָב איך געהאַט דאָס גע" 
פיל, אַז איך לאָז הינטער זיך אַ חרוב געװאָרן ייַדיש לעבן הינטער ווע 
מענס חורבות עס איז באַגראָבן מיין האָפּענונג און גלויבן אין אַ באַפריי- 
טער מענטשהייט אויף דער סאָוויעטישער ערד, 


-- 57 --- 


אין פּױלן, דער קבלת פּנים אין װאַרשע און דער 
טראַגישער סוף 


מיר זענען צוגעקומען צו דער פּוױלישער גרענעץ ביי בריסק און דאָ 
איז אונדז ווידער אויסגעקומען איבערצולעבן אַ פֹּחד. די גרענעץ-באַאַמטע 
האָבן רעװוידירט דעם באַגאַזש פון די פּאַסאַזשירן און צו אונדזערע טשעָי 
מאָדאַנעס האָבן זיי זיך אַפילו נישט צוגערירט. ביי אַלעמען און אויך ביי 
אונדז האָט מען צוגענומען די פּאַספּאָרטן. אָבער מיר האָבן זיי נישט צו' 
ריק באַקומען. 

משה איז געװאָרן בלייך און מיט אַ ציטעריקער שטים געזאָגט: ,אָט 
וועט מען אונדז באַלד אַרעסטירן און היידאַ צוריק פון װאַנען מיר זענען 
געקומען". איך האָב אים באַרויקט און גלייך זיך געװאָנדן צום גרענעץ- 
באַאַמטן וועגן אונדזערע פּעסער. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז עס אי 
געווען אַ טעות. מיר האָבן באַקומען די דאָקומענטן און אָט זענען מיר 
שוין אויף דער פּוילישער ערד, 

ווידער זענען מיר פאַרזונקען אין פיינלעכן שווייגן. יעדער מיט זיי- 
נע מחשבות. בראָדערזאָן רייסט איבער די שטילקייט און שעפּטשענדיק 
רעדט ער וועגן אונדזער איינזאַמקײט --- צו וועמען פאָרט מען? ער איז 
געווען זיכער, אַז די גאַנצע װועלט האָט אין אונדז פאַרגעסן. קיינער װעט 
אונדז נישט אָפּװאַרטן. אָבער אויך אויפן װאַרשעװער באַנהויף, פּונקט װי 
אויפן מאָסקװער װאָקזאַל, זענען מיר איבערראַשט געװאָרן פון דעם גרויסן 
עולם ייִדן, װאָס איז אונדז געקומען באַגעגענען. 


172 


מיין ליידנס-װעג מיט משה בראָדערזאַן 


מיר זענען אַראָפּ פון צוג און באַלד זיך געפונען צווישן די ייִדישע 
שרייבער פון קליינעם ייִדישן ישוב אין פּוילן. עס איז אויך געווען מיין 
ברודער מיט זיין טאָכטער. מען האָט אונדז אַװעקגעפירט אין שענסטן 
װאַרשעװער האָטעל --- ,װאַרשאַװאַ", װוּ מיר זענען אײינגעאַרדנט גע- 
װאָרן דורך דער ,פּױלישער רעפּאַטריאַציע-קאָמיסיע?. די קאָמיסיע האָט 
אונדז פאַרזאָרגט מיט אַלעם אין װאָס מיר האָבן זיך נאָר גענייטיקט, 

שפּעטער איז געקומען דער עפנטלעכער קבלת-פּנים. טויזנטער ייִדן 
פון פּױילן האָבן אונדז אַרומגערינגלט מיט װאַרעמקײט און מיט האַרצי- 
קער ליבע. יעדער האָט געהאַלטן פאַר אַ גרויס גליק צו דריקן משהן די 
האַנט, 

דער װאַרשעװער װווינונגס-אַמט האָט פאַר אונדז באַשטימט אַ לוק- 
סוס-וווינונג אין מ.ד.מ,-קװואַרטאַל, די שענסטע געגנט פון װאַרשע. משה 
בראָדערזאָן איז געווען גערירט פון דער דאָזיקער האַרציק-װאַרעמער באַ- 
צלוּנג, ער איז געווען צעבראָכן צוליב גרויסן חורבן פון פּולישן ייִדנטום 
און געהאָפט, אַז אָט װעט ער נאָך לאַנגע יסורימדיקע יאָרן אין ראַטנפאַר- 
באַנד װווידער לעבן אין אַ מענטשלעכער װוֹינונג און קענען שאַפן דאָס 

גרויסע װערק פון ייַדישן פּיין און אומקום, בי 

| ער האָט צו דעם נישט זוכה-געווען. סאָוויעטישע תפיסה, לאַגער און 
ענקאַװעדע-פאָרשונג --- האָבן געגעבן זייערע טרויעריקע רעזולטאַטן. נאָך 
דריי רוישיקע װאָכן פון טיפע איבערלעבונגען, פון געמישטע קעגנזעצ- 
לעכע געפילן: פרייד און טרויער, אויפברויז און דערשלאָגנקײט -- האָט 
דאָס קראַנקע האַרץ פון פיינפילנדן דיכטער נישט אױיסגעהאַלטן. משה 
בראָדערזאָן איז געשטאָרבן, 


178 


אין ארנענטינע 
רעדאקטאָר; מאַרק מורקאָוו 


פּאַרלאַג-לײטער: אַברהם מיטלבערג 
ביז איצט דערשינען;: 
) מאַרק טורקאָוו -- מלכה אַוועזיאַני דערציילט... 


2) ה. ד. נאָמבערג -- י. ל. פרץ 

3) װ. גראָסמאַזיװיערניק -- טרעבלינקע 

64 פּרץ גראַנאַטשטײן --- מײַן חרוב שטעטל סאָקאָלאָוו 
65 ישראל טאַבאַקסבלאַט -- חורבן לאָדזע) 

זרובבל -- באַרג חורבן 

0) אלחנן צייטלין -- אין אַ ליטעראַרישער שטוב 

8) ד"ר ח. שאָשקעס -- פױלן -- 1946 

9) ז. סעגאַלאָװיטש --- טלאָמאַצקע 13 

0 מ. נודעלמאַן -- געלעכטער דורך טרערן 

1 דייר מאיר באַלאַבאַן --- די ייִדן-שטאָט לובלי. 

2) ישראל אפרת -- הײמלאָזע יִדן | 

3 דייר יעקב שאַצקי --- אין שאָטן פון עשבר 

4) דוד פלינקער -- אַ הויז אויף גזשזיבאָוו 

5 ד"ר הלל זײַדמאַן - -- טאָגבוך פון וואַרשעווער געטאָ 
6 זאַמלונג פון דאָקומענטן -- קינדער-מאַרטיראָלאָגיע 
7 חיים גראַדע -- פּליטים 

8) ש. קאַטשערגינסקי --- פּאַרטיזאַנער גייען!... 

9) פרידע זרובבל -- נע-ונד 

0) מרדכי שטריגלער -- מאַידאַנעק 

1 יעקב לעשצינסקי --- אויפן ראַנד פון אָפּגרונט -- 
2) ז. סעגאַלאָװיטש --- געברענטע טריט 

3 אַברהם טייטלבוים --- וואַרשעוער הייף 


4) טאַניאַ פוקס -- אַ וואַנדערונג איבער אָקופּירטע געביטן 


5) ש. ל. שנײַדערמאַן -- צווישן שרעק און האָפענונג 
6 לעאָ פינקעלשטיין -- מגילת פּוילן 

7) יאָנאַס טורקאָוו --- אַזױ איז עס געווען... 
8) ש. איזבאַן -- ,אומלעגאַלע* ייִדן שפּאַלטן ימען 
9 יעקב פּאַט -- הענעך 


{דאָס פויקישונ יידנטום. 


ביכעריפעריע פון דעם צענטראל-פארבאנד פון פּוילישע יירן 


(חורבן װאַרשע) 





באלן 


(אױספאַרקױפט) 


(אויספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אױספאַרקויפט) 
(אוספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 
(אוספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אױסטאַרקױיפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 
(אױיסטאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 
(אויספאַרקויפט) 


(אױיספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 


(אויספאַרקויפט) 
(אױיספאַרקויפט) 


0 דייר י. קערמיש -- דער אויפשטאַנד אין וואַרעזעווער געטאָ 





1) שמחה פּאָליאַקיעװיטש -- אַ טאָג אין טרעבלינקע 


2) מרדכי שטריגלער -- אין די פאַבריקן פון טיט (אויספאַרקויפט) 
3) אַברהם נחתומי -- אין עואָטן פון דורות 
4) יחיאל לערער --- מײַן היים (אויספאַרקויפט) 


5) יוסף װאָלף --- לייענענדיק פרצן.. 

6 צפּורה קאַצענעלסאָן-נאַכומאָוו --- יצחק קאַצענעלסאָן 
7) י. הירשהויט -- פינצטשרש נעכט אין פּאַוויאַק 

8) נחום סאָקאָלאָוו --- פּערזענלעכקיישן 

9 רחל קאָרן -- היים און הײימלאָזיקייט (לידער) 

0 א. אַלמי -- מאַמענטן פון אַ לעבן 


1 מנשה אונגער -- פשיסכע און קאַצק (אויספאַרקויפט) 
2) מ. בורשטין -- איבער די חורבות פון פלוינע 

3) מ. קיפּניס -- הונודערט פאָלקס-לידער (אױיספאַרקויפט) 
4 ז. סעגאַלאָװיטש -- מײַנע זיבן יאָר אין תל-אָביב (אױספאַרקופט) 
5) דייר ח. שאָשקעס -- אַ וועלט ואָס איז פאַרבי., (אױיספאַרקויפט) 


6) שלמה װאַגאַ -- חורבן טשענסטאָכאָוו 

7 אַברהם זאַק -- יאָרן אין וואַנדער (לידער) 

8) ש. איזבאַן -- פאַמזיליע קאַרף (אױיספאַרקויפט) 
(פרעפירט דורכן צבייקעסעל-ליטעראַטור-פאָנד, מעקסיקע 1950) 

0 ד"ר אַ. מוקדוני --- מײַנע באַגעגענישן (זכרונות) 


1) ר. שושנה-קאַהאַן -- אין פּײַער און פלאַמען (אױיספאַרקױפט) 
2) י; י. סטרונק -- די יַדישש פּראָזע אין פּוילן 
3 יאָנאַס טורקאָוו -- אין קאַמף פּאַרן לעבן (אױספאַרקויפט) 


4 יצחק פּערלאָוו -- די מענטשן פון ,עקזאָדוס 1947" (ראָמאַן) 

5 פּנחס ביזבערג -- שבת-יום-טובדיקע ייַדן 

6)) שלום אַשׁ -- פּעטערבורג -- װואַרשע --- מאַסקווע 

9) דייר פיליפ פרידמאַן -- אַעװויענטשים 

0) ב. ראָזען -- טלאָמאַצקע 3} 

61) דוד פלינקער -- אין שטורעם (ראָמאַן) | 

3) יאַנוש קאָרטשאַק -- משהלעך, יאָסעלעך, יעראליקלעך (אויספאַרקויפט) 

4) מרדכי שטריגלער -- עווערק צע" ‏ (אױספאַרקויפט) 
(פרעמירט דורכן האָפער-לייב ליטעראַטור-פאָנד ביים : 
יידישן קולטור-קאָנגרעס, בוענאָס-איירעס, 1951) 

6 חיים גראַדע -- שיין פון פאַרלאָשענע שטערן 

7 רבקה קװיאַטקאָווסקא -- פון לאַגער אין לאַגער 

8) יואל מאַסטבױים -- מײַנש שטורמישע יאָרן (זכרונות) 

9) אליהו טראָצקי -- גלות דײַטעלאַנד 

0 דייר י. שאַצקי -- קולטור-געשיכטע פון דער השכלה (אױספאַרקויפט) 

1 נחמן מײַזיל -- געווען אַמאָל אַ לעבן.. (אויספאַרקויפט) 

2י. י. טרונק -- סימכש פּלאַכטש פון נאַרקאָווע (אױספאַרקויפט) 
(פּרעמירט דורכן צבי- קעסעלפאָנר, מעקסיקע, 1951) : 


63 יהדה עלבערג -- אונטער קופּערנע הימלשן . | (אויספאַרקויפט) 
(פּרעמירט דורכן ליטעראַטור- פאָנד אין סאַן פּאַולאָ, בראַזיל, 1951) 
4 די"ר אַ. מוקדוני --- אױיסלאַנד 
5 זיגמונט טורקאָו -- פראַגמענטן פון מײַן לעבן 
6 ייושע פּערלע -- ײַדן פון אַ גאַנץ יאָר / 
(פּרעמירט מיט דער פּרץיפּרעמיע פון יידישן פּען- קלוב אין פּױלן 
און ליטעראַטוריפרעמיע פון , בונד" אין פױלן, װאַרשע, 1937) 
7 יעקב לעשצינסקי -- ערב חורבן 
8) דניאל טשאַרני -- ווילנע 
9 ז. סעגאַלאָװויטש --- דער לעצטער לאָדזשער ראָמאַן (אױספאַרקויפט) 
0) יזכור-בוך -- בעלכאַטאָוו (אױיספאַרקויפט) 
1 מ. י. שעליובסקי -- אויף אַ פולשר װאָך 
2) יצחק פּערלאָוו --- דער צוריקגעקומענער (ראָמאַן) 
4) יוסף אָקרוטני -- דאָס בוך פון די עלנטע 
5) מרדכי שטריגלער -- גורלות (אױיספאַרקויפט) 
7) דייר יוסף טענענבוים -- גאַליציע -- מײַן אַלטע היים 
8) זלמן שזר -- שטערן פאַרטאָג (זכרונות) 
9) משה-דוד גיסער -- דאָס געזאַנג פון אַ לעבן (אױיספאַרקויפט) 
0) ז. י. אנכי -- ר' אבא און אַנדערע כתבים 
1) עמנואל רינגעלבלום -- קאַפּיטלען געעזיכטע 
2 שמעון האָראָנטשיק -- אין גערויש פון מאַשינען (ראָמאַן) 
4) גרשם באַדער -- מײַנע זכרונות (קראָקע) | 
6-5) יאָנאַס טורקאָוו --פאַרלאָשענע שטערן (אױיספאַרקויפט) 
(פרעמירט דורכן צבי קעסעל ליטעראַטור-פאָנד, מעקסיקע 1954) 
7) אַלטער קאַציזנע -- שטאַרקע און עזװואַכע (ראָמאַן) 
(99) פּועה ראַקאָווסקי --- זכרונות פון אַ ייִדישער רעװואַלוציאַנערין 
0) מאַרק טורקאָוו -- די לעצטע פון אַ גרויסן דור (אױספאַרקױפט) 
1) י. הירשהויט -- ייִדישע נאַפּט-מאַגנאַטן | 
(פּרעמירט דורכן מרדכי-סטאָליאַר-ליטעראַטור-פאָנד, ביי ,די אידישע 
צייטונג", בוענאָס איירעס, 1955) . 
2) משה זאָנשײַן -- ייִדיש! וואַרטזע 
2 פּ. מינץ (אַלעקסאַנדער) -- די געשיכטע פון אַ פאַלשער אילוזיע 
4) י. י. טרונק -- די וועלט איז פול מיט נסים (ראָמאַן 
107-1065) מיכאל באָרוויטש -- אַריעשע פּאַפּירן 
(פּרעמירט דורכן נײימאַךפאַנד, פּאַריז, 1958) : 
8) מרדכי שטריגלער -- געאָרעמטי מיטן ווינט (ראָמאַן) 
0) ד"ר אַ. מוקדוני --- וואַרשע און לאָדזעש 
(פּרעמירט דורכן האָפער-לייב ליטעראַטור- פאָנד, ניריאָרק, 1956) 
2) ברוך האַגער -- מלכות חסידות 
(פּרעמירט דורכן מרדכי סטאָליאַר-ליטעראַטור-פּאָנד, בוענאָס-איירעס, 1956) 
3) ב. שעפנער -- נאָװאָליפיע 7 (אויספאַרקויפט) 
4 פּנחס שטיינװאַקס -- ייִדן צום געדענקען 
5) ק. צעטניק -- דאָס הויזן פון ליאַלקעס (אויספאַרקויפט) 


6) מאַקס װײַנרײַך -- פון ביידע זײַטן פּלויט 
7) אליעזר וויזל -- און די װועלט האָט געעװױגן 
8) ש. בערלינסקי -- ירושוה 
(פּרעמירט דורכן יידישן קולטור קאָנגרעס, ני יאָרק, 7) 
9) ד"ר יוסף טענענבוים -- צווישן מלחמה און שלום 
0) יוסף אֶקרוטני --- סוף קאַפּיטל 
21) זיגונט טורקאָוו -- טעאַטער-זכרונות פון אַ שטורמישער צײַט 
2) בער י. ראָזען -- פּאָרטרעטן 
3) ברה טענענבוים-אַרזי -- לאַדזע און אירע ייִדן 
125-14) משה קאַגאַנאָוויטש -- די מלחמה פו ייִדיעזע פּאַרטיזאַנען 
1768) אַברֹהם זאַק -- קנעכט זענען מיר געווען 
(פּרעמירט דורך דער באָריס סוראוויטש פּרעמיע, ניריאָרק, 1957) 
8) יעקב גלאַטשטײן -- ווען יאֵש איז געפאָרן 
9) דוד פלינקער -- נײַע צײַטן (ראָמאַן) | 
(פרעמירט דורך דער מרדכי סטאָליאַריפּרעמיע, בוענאָס יאיירעס, 8) 
1) משה יודל שעליובסקי -- אין דער וועלט אַרײן 
(פּרעמירט דורך דער האָפער-ליב יפּרעמיע, ניריאָרק, 1958) 
2) דייר יצחק שװאַרצבאַרט -- צווישן ביידע וועלט-מלחמות 
23) לעאָן לענעמאַן -- דער חשבון בלייבט אָפן 
4) שלמה פראַנק -- טאָג-בוך פון לאָדזעער געטאָ 
5) מ. באַקאַלטשוק -- זכרונות פון א יײַדיען פּאַרטיזאַן 
6) פּנחס וועלנער -- אין יענע טעג 
7) אלימלך ראַק -- זכרונות פון אַ ייַדישן האַנטווערקער-טוער 
8) הירש אַבראַמאָװיטש --- פאַרעזווּנדענע געשטאַלטן 
(פּרעמירט דורכן צבי-קעסעל-פאָנד, מעקסיקע 1959) 
9) ב. טערקעל -- צווישן שאַקאַלן 
0) י. ל. וואלמאַן -- פוילישע יַדן (ראָמאַן) 
1,) נ. שמן -- דאָס געזאַנג פון חסידות 
2,) צבי כחן -- שטורמישע דורות (ראָמאַן) 
5) יאָגאַט טורקאָוו -- נאָך דער באַפּרײַאונג 
6) העלענאַ שערעשעווסקאַ --- צווישן צלם און מזוזה 
7) פּנחס שטיײנװאַקס -- יִַדישע מאַמעס צום געדענקען 
8) װאָלף מערקור -- די וועלט איז כעלעם 
9) ראובן בןדשם -- פוילן ברענט... 
0) יצחק טורקאָוו-גרודבערג -- פּנימער און מאַסקעס 
1) שלמה פּריזאַמענט -- די בראָדער זינגער 
2) דוד לעדערמאַן -- פון יענער זייט פאָרהאַנג 
3) שיינע-מרים בראָדערזאָן --- מיין לײַדנס וושג מיט מששסה בראָדערזאָן 


עס גרייט זיך צום דרוק: 


אינזשי דוד דאַװידאָװיטש -- קונסט-געשיכטע פון שולן אין פּוילן 
שלמה ברײַנסקי -- זעאעלעכאָווער מענטעסן 

זיגמונט טורקאָוו --- די איבערגעריסענע תקופה 

ד"ר יצחק שװאַרצבאַרד -- אונדזער קאַמף אין יאָרן פון חורבן 
מלך ראַװויטש -- דאָס מעעוה-בוך פון מײַן לעבן 

פּאָלאַ אָפענשלאַק -- ד"ר יאַנושש קאָרטשאַק 

יעקב צינעמאַן -- די שטאָט ביים טייך סאַן 

ב. טערקעל -- ;די זון פאַרגייט ביים אמור 


פּרעסע-שטימען וענן דער ביכער-סעריע 


ראָס פּױניעיט יידנטום 





פּנחס שטײנװאַקס שרייבט וועגן העלענאַ שערעשעווסקאַס בוך 
;צווישן צלם און מזוזה" (פּרעסע-ביולעטין ,, ציון", ניו-יאָרק, יולי 1960); 


דער פארלאג פון צענטראַלן פאַרבאַנד פון 
פּוױילישע ייִדן אין אַרגענטינע, אונטער דער 
רעדאַקציע פון מאַרק טורקאָװו און געשעפט- 
לעכער לייטונג פון אברהם מיטלבערג האָט 


ארויסגעגעבן אַ בוך, װאָס געהער צו דער 


חורבן-ליטעראַטור פון דער מחברין העלץ- 
נא שערעשעווסקא, אונטערן נאָמען: ,צװישן 
צלם און מזוזהיי. דאָס בוך האַלט 390 זייטן 
און איז דאָס 146סטע בוך פון דער סעריץ 
ביכער, װאָס דער פֿאַרלאַג גיט אַרויס, 

דעם כתבייד האָט העלענא שערעשעװסקא 
אָריגינעל געשריבן אויף פּויליש און אין 
איבערזעצט געװאָרן פון דער באקאַנטער 
שוישפּילערין דיאַנאַ ‏ בלומענפעלד-טורקאָװו, 

העלענא שערעשעװוסקא איז נישט קין 
שרייבערין פון איר פּראָפעסיע. זי אין גש- 
ווען אַ הויזידאַמע פון אַ רייכן מאַן. אין דעם 
פאַר-מלחמהדיקן װאַרשע; האָט זיך אויסגץ- 
לעבט אין אַן אַסימילירטער סביבה. די רצי 
דאַקציע פון פאַרלאַג גיט אונדז איבער אין 
א פאָרירעדע צום בוך, אַז דער מאַן פון 
דער שרייבערין, אינזשי סטאַניסלאַו שערע. 
שעווסקי, װאָס האָט פאַרנומען גאָר אַן אָנ" 
געזעענעם פּלאַץ אין דער פּוױלישער הייון- 
אינדוסטריע, איז געװוען טעטיק אין ייִדישעץ 
און אין נישטייִדישע פילאַנטראָפּישע און 
עקאָנאָמישע אינסטיטוציעס. ער איז אָבעֶר 
געװוען ווייט פון פּראָבלעמען פון דעם ייִדישן 
נאַציאָנאַלן לעבן. דער װאַקסנדער עקאָנאָמי- 
שער אַנטיסעמיטיזם אין פּױלן האָט אים 
אָבער געצווּנגען, פּונקט װי פיל פון זיינץ 
גלייכע ייִדישע מיטבירגער צו װידמען מער 





אויפמערקזאַמקײט דעם קאַמף פאַר ייִדישער 
רעכט אין פּוילן. װייטער דערציילט אונדז 
די הקדמה צום בוך, אַז װען די נאַציס האָבן 
פאַרנומען װאַרשע, איז אינזש' שערעשעווס- 
קי געװען איינער פון די אָנפירנדע עסקנים, 
פון דער רעטונגס:אקציע פאַר די יידן אין 
געטאָ. ער האָט אָנגעפירט מיט דער פינאַנץ- 
פּאָליטיק פון דעם װאַרשעװער יידןראַט. 
בעת דעם געטאָיאויפשטאַנד אין אַפּריל 1943, 
איז ער דערשאָסן געװאָרן דורך די דייטשן 
צוזאַמען מיט פיל אנדערע מיטגלידער פון 
ייִדן-ראַט. די פרוי און זייערע קינדער איז 
געלונגען זיך אױסצובאַהאַלטן אויף דער 
אַרישער זייט אַדאַנק זייער ,גוטן אויסזעףי 
און ריינקייט פון דער פּוילישער אױיסשפּראַך, 

מיר וייסן, אַלזאָ, פון װעלכער סביבה 
די מחברין שטאַמט און אין וועלכער זי האָט 
זיך אויסגעלעבט. די פּערזאָן און פּערזענלצכ- 
קייט פון מחבר, די אומגעבונג אין װעלכער 
ער געפינט זיך, זיינע פריינט, מיט װעלכץ 
ער חברט זיך, גיט אונדז אָפּטמאָל דעם 
שליסל צום װערק, װאָס ער האָט געשריבן, 
אין געגעבענעם פאֵל, מיט העלענאַ שערע- 
שעװסקאַס בוך: ,צװישן צלם און מזוזה", 
האָט די אַסימילירטע סביבה, אין װעלכער 
איר איז אויסגעקומען צו לעבן, די פריינט- 
שאַפט, װאָס זי האָט אַלעמאָל געטראָגן אין 
האַרצן צו דער פּױלישער קולטור און צו 
פּאָלאַקן, איז איר נאָכגעגאַנגען ביים דער 
ציילן אירע איבערלעבונגען אויף דער ארי . 
שער זייט אין װאַרשע אין דער צייט פון 
דער נאַציאָקופאַציע, 


179 


עס איז אַ בוך געשריבן אין דער פאָרעם 
פון זכרונות. זי האָט פאַרצײיכנט אַלץ װאָס 
זי האָט פאַרגעדענקט און זיך געהאַלטן אין 
די ראַמען פון אמת -- , גאָרנישט עפּעס אַנ" 
דערש װי נאָר דעם אמתיי -- װי עס לויטעט 
דער טעקסט פון א שבועה, 


עס דאַרף דערביי גלייך פון אָנהײב גע" 
זאָגט װערן, אַז העלענא שערעשעווסקא, די 
אַמאַטאָריןשרײבערין, האָט ארויסגעװיזן אין 
אירע שילדערונגען פון בוך געװיסע קינסט" 
לערישע באגאבונג. זי אַנטפּלעקט זיך אַלס 
פיינע דערציילערין. בכל אופן אַלס אינטע- 
ליגענטע דערציילערין. לייענענדיק דאָס בוך 
פילט דער לייענער װי די מחברין װאָלט זיך 
אַרונטערגערעדט פון האַרצן, װי עפּעס דריקט 
איר און זי רעדט זיך אַרונטער, אָבער נישט 
אַלץ דערציילט זי. זי שרייבט טאַקע דעם 
אמת, אָבער שעפּט נישט אויס דעם גאַנצן 
אמת. און דאָס װאָס זי שרייבט איז אויף א 
פּשוטן אופן, באַנוצנדיק א פּשוטן לשון, װאָס 
איז שטאַרק איבערצייגנד װאָס רעדט צו דער 
נשמה. זי דערציילט וועגן גרויל, װעגן יסו" 


רים, װעגן לײדן און פּיין, װעגן שװערע 


איבערלעבונגען, װעגן אוממענטשלעכע פּײ 


ניקונגען, אָבער זי דערציילט עס מיט אן 


איינגעהאלטענעם אָטעם, װי זי װאָלט זיך 
אַלײן געשעמט מיט דער בעסטיע אין װאָס 
מענטש האָט זיך פאַרװאַנדלט און װי עס 
זעט אויס די צורה פון געליטענעם, פון גע" 
פּײיניקטן, פון ליידן. דאָס בוך דערמאָנט אין 
באַקאַנטן װערק פון רעמאַרק: ,אויפן מערב" 
פראָנט קיין נייעס!י נאַטירלעך נישט קינסט- 
לעריש צום פאַרגלײכן. רעמאַרקס שילדע- 
רונגען דערגרייכן א גאָר הויכע מדרגה פון 
קונסט. / | 

עס דארף דערביי דערמאָנט ווערן און אויס- 
געדריקט װערן א יישריכות צו דער שו" 
שפּילערין דיאנא בלומענפעלד-טורקאָװ פאַר 


180 











איר גלענצנדער איבערזעצונג פון פּויליש 
אויף יודיש,. משמעות, אַז ביים איבערזעצן 
דעם טעקסט האָט דיאַנאַ בלומענפעלד אַלײן 
נאָכאַמאָל אויך איבערגעלעבט דעם גאַנצן 
גרויל פון יסורים און פּיין. איר ייִדישׁ איו 


װוּנדערבאַר; רייך אין אויסדרוק, ריין און 


בעיקר קלאָר איז יעדער פּאַראַגראַף. זי באַ" 
נוצט זיך מיט קורצע פּסוקים, װאָס צייכץ" 
נען זיך אויס מיט אַקצענטירטן אויסדרוקי 
7 טיילן האָט דאָס בוך: ?שרעק": ,פרייגט" 
שאַפטי; ,, אויפשטאַנדי; קדי װאַנדערונג אין 
אַן אומבאַקאַנטער ריכטונגיי; ,,אין דייטשן 
טראַנזיט-לאַגער"; ארײכסבאַן-לאַגער-ספּענדי 
לערפעלדיי און ,דער װעג צוריק". 


דאָס בוך שפּיגלט אָפּ דאָס לעבן פון ייִדן 
אויף דער ארישער זייט אין א קלויסטער- 


סביבה, װוּ עס איז מאַנכע געלונגען זיך 


אויסצובאהאלטן אויף אַרישע דאָקומענטן און 
איבערצוקומען די שװערע צײטן פון נאַ" 
צישן גרויל, פרוי שערעשעװסקאַ דערציילט 
אין איר ערשטן טייל פון בוך אונטערן נאָי 
מען: ;שרעקיי, װאָס זי האָט איבערגעלעבט 
אונטערן צלם אין דעם אַנשטאַלט פאַר פּאַ 
ראַליטיקער און אומהײילבאַרע קראנקע, װאָס 
האָט זיך געפונען אויף דער לעשנע-גאַס אין 
װאַרשע. מיט דעם אנשטאַלט האָבן אָנגע- 
פירט נאַנעס, פעליציאַנער שװעסטער. העלע- 
נאַ שערעשעווסקא האָט לויט אירע אַרישע 
פּאַפּירן זיך גערופן מאַיעװסקא, פון דער 
היים ביערנאצקא, איבער א יאָר צייט האָט 
די מחברין געלעבט אין דעם אַנשטאַלט: פון 
מיטן יוני 1943 ביז מיטן אױיגוסט 1944 און 
די גאַנצע צייט האָט זי שרעק באַגלײט. זי 
איז נישט געװען די איינציקע ייִדישע פרוי 
אין דעם אַנשטאַלט, װאָס האָט זיך אויס" 
באַהאַלטן אויף אַרישע פּאַפּירן. עס זענען 
געװען נאָך יידישע פרויען. איינע די אַנדערע 
האָט דערקענט, אָבער געמאכט זיך נישט 


װיסנדיק, האַלטנדיק טיף אין הארצן פאר- 
באהאַלטן דעם סוד פון ייַדישקייט, 


רירנד זענען די שילדערונגען פון דער 


אױיטאָרין װעגן די פרויען, װאָס האָבן מיט 
איר צוזאמען געלעבט אין דעם אנשטאלט 
און פלעגן קראנק װערן און שטארבן. צו די 
געפערלעך קראַנקע האָט מען קיין דאָקטאָר 
נישט גערופן. דער מנהג אין אנשטאלט אין 
געװוען, נישט צו רופן קיין דאָקטאָר צו א 
שװער קראנקן -- מען האָט בלויז גערופן 
דעם גלח. און די קראנקע פלעגן שטארבן -- 
זי האָבן געמוזט שטאַרבן -- שרייבט שש 


רעשעווסקא -- רעזיגנירטע, מאַכנדיק שלום. 


מיט גאָט אין רו און מנוחה. אַבער איינץ 
-- דערציילט די מחברין -- האָט זיך צע- 
בונטעװצט -- א דאַקטאָר! -- האָט זי גע- 
שריגן -- רופט א דאָקטאָר! די נאָנעס זע 
נען געװען צעטומלט און דערשטױינט, -- 
זי דאַרף זיך פרייען, אז זי גייט צום הער 
יעזוס -- האָבן זי געזאָגט, און אפשר -- 
און אפשר איז די בונטאַרין געװען א ידי" 
שע? איך האָב געקענט די גפשיכטע פון 
אונדזערס א קרובה, אַן אלטיטשקע, װאָס 
עס האָט א פּילישע פרוי, איר זונס א 
פריינדין, איינגעאָרדנט אין א דאָרף ביי אירס 
א משפּחה, אויסבאהאלטנדיק זי דאָרט פון 
די דייטשן. וװען די אַלטע איז שװער קראנק 
געװאָרן האָט מען צו איר גערופן א גלח, זי 
איז געווען אין א גוססדיקן צושטאנד. און 
װען זי האָט געקענט אַביסל כאַפּן דעם 
אָטעם האָט זי אויסגערופן: ,שמץ 
ישראל!!.. ער האָט איר געגעבן די לעצטץ 
זאַלבן. זי איז געשטאָרבן און ער האָט איר 
פארמאַכט די אויגן... עֶר איז ארויס פון צי- 
מער זייער טיף-באאיינדרוקט, -- עס װײיזט 
זיך מיר אויס -- האָט ער געזאָגט --- אַז די 
קריסטין איז נישט אינגאנצן קאטויליש". 


*יר, 


איינמאָל -- דערצײילט העלענאַ שערע- 








שעווסקאַ זייער דראמאַטיש --- בין איך פאַר- 
בייגעגאנגען די טיר פון דער קירך און כ'בין 
שטיין געבליבן פאר א נידעריקער קליינער 
טיר, װאָס האָט געפירט צו דעם חדרל, װוּ 
עס זענען געװען די הײליקע חפצים און 
כלים פון דער קירך. ביי דער טיר אויף דער 
פוטרינפ איז געהאָנגען א פארגעסענע מזוזה 
(פריער איז אין דעם בנין געװען די היים 
פאַר ייִדישע סטודענטן). כ'בין שטיין גע" 
בליבן פאר דער טיר און כ'האָב מיך אַנגע' 
לענט. די מזוזה איז געװען איבער מיין קאָפּ 
װי אן אויסרוף-צייכן. אפשר אין די צייטן 
ווען דאָ האָט זיך געפונען די ייִדישע סטו- 
דענטן-היים, האָט זיך הינטער דער טיר גע- 
פונען דאָס גארדעראָב-צימער, איצט אָבער 
איז דאָ געװען דאָס צימערל פאַר די קא- 
טוילישע הײיליקע חפצים. פון דאָרט איז דער 
גלח ארויסגעקומען אָנגעטאָן אין זיין גלחיש 
מאַנטל, באַפּוצט מיט גאָלד. דאָ האָבן זיך 
די נאַנעס מתוודה געווען. אין דעם חדר איז 
געשטאַנען א שאַנק, װוּ עס האָט געהאָנגען 
דעם גלחס מאַנטל; און א קאַמאָדע, אין וועל- 
כער עס זענען געלעגן טישטעכער, באַזוימט 
מיט שפּיצן פאַרן אַלטאַר און הײליקן טיש. 
אויף דער ואנט איז געהאַנגען א הילצערנער 
צלם, װאָס איז פארשוארצט געװאָרן פון 
אַלטקײט. ויפל מאָל דער גלח אֲדעֶר די 
נאָנעס האָבן געעפנט די טיר צו דעם צימער, 
האָט די מזוזה געקוקט אויף דעם צלם, און 
דער צלם אויף דער מזוזה. און אַזוי זענען 
אַנטקעגן זיך געהאַנגען אין רו און מנוחה די 
צוויי סימבאָלן: די מזוזה און דעם צלם. דער 
צלם און די מזווה". 


אין דער דערציילונג פאַרטייטשט די 
מחברין דעם נאָמען פון איר בוך: ,צװישן 
צלם און מזוזהיי. אויך אין אַנדערע; טיילן פון 
בוך ברענגט די מחברין צום אויסדרוק די 
ביידצ סימבאָלן -- דעם צלם און מזוזה.. 


181 


װאָס זי האָט מכװן געװען מיט דעם װערט 
נישט קלאָר אַרױסגעבראַכט, נישט אין דער 
ערשטער דערציילונג , שרעקיי און נישט אין 
די אַנדערע טיילן פון בוך. ס'קען זיין, אַז 
העלענא שערעשעווסקא האָט געװאָלט אויסי 
דריקן פּראָטעסט, עמפערונג, װאָס בידע 
סימבאָלן פון צװיי רעליגיעס, איבער װעמען 
עס װאכט איין גאָט, הענגען אין רו און אין 
מנוחה, בעת שוידערלעכע אכזריותן װערן 
באַגאַנגען יעדן טאָג, יעדע רגע פון די נאַ" 
צישע בעסטיעס קעגן ייִדן, קעגן מענטשן, 
וועלכע טראָגן אין האַרצן דעם גלויבן, װאָס 
די סימבאָלן שטעלן פאָר. און עס קען זיין, 
אז די מחברין האָט זיך געפונען אַלין אין 
שרעק און אויף איר געמיט-צושטאַנד האָט 
שלעכט געװירקט די מנוחה און רו, אין װעל- 
כע ביידע סימבאָלן זענען געהאָנגען. און 
אפשר האָט זי זיך אין זיי גאָר מתקנא גע" 
וען; פאַרװאָס העלענא שערעשעוסקא האָט 
אין אירע איבערלעבענישן נישט געזען אַלס 
איר שותף אויך די מזוזה, װעלכע איז איר 
נאָכגעגאַנגען אין די שאָטנס פון טױט, 
בלייבט א פּראַגע. מסתמא איז זי נישט פריי 
געװאָרן פון דער השפּעה, פון דער אַסימײ 
לירטער סביבה, אין װעלכער זי האָט גע" 
לעבט פאַרן קריג. אַלע יאָרן אין אונדזער 
מאַרטירער-געשיכטע איז די מזוזה, װאָס איז 
אָנגעפילט מיט גלויבן, װאָס טראָגט אין זיך 
די פּרשה פון געטלעכקייט, װאָס איז דער 
סימבאָל פון ייַדישקייט, איז פאַרפאָלגט גע 
װאָרן פון צלם, דער צלם האָט קיינמאָל נישט 
געגעבן קיין מנוחה דער מזוזה. אַן עכטער 
ייַדישער שריפטשטעלער זצט נישט אַזױ 
לייכט די מזוזה און דעם צלם אַזױ מנוחה- 
דיק. א נישט קיין לייכטן פּרײז האָט פאַר 
װעלן זען דעם צלם און די מזוזה אין מנוחה 
באַצאָלט דער װאָרט-קינסטלער שלום אֵש און 


פאַר אַלעמען איז דאָך נאָך פריש די קריטיק 


182 











װאָס איז קעגן אים אַרױסגעטראָטן. אפשר 
האָט דאָס האַרץ פון העלענא שערעשעוסקא 
װײיניק ציטער פאַר דער יידישער מזוזה און 
אירע אויגן זענען געװאָרן פאַרגליװערט פון 
דער געצװוּנגענער אויסגערוטקייט, אַזױ אַז 
זי האָט שוין נישט באַמערקט דעם אומרו, 
װאָס האָט געהערשט צװישן דער מזוזה און 
צלם. די מחברין אַלײן דערציילט אין איר 
צװייטן טייל פון בוך, אונטערן נאָמען: 
,פריינטשאפטיי, אז די מורא האָט מען נישט 
געטאָרט אַרױסװײזן פאַר דער װעלט. מען 
האָט עס געמוזט אױיסבאַהאַלטן אין די טיפס" 
טע טיפענישן פון דער נשמה. דאָס פנים 
האָט נישט געטאָרט זיין פאַרזאָרגט: דער 
גאַנג האָט באַדאַרפט זיין א ליכטער און 
עלאסטישער, די אויגן אויסגערוטע. אַזױ האָט 
מען באַדאַרפט גיין איבער די גאַסן, בכדי 
נישט אַנטדעקט צו װערן. צוליב פאָרזיכטי- 
קייט האָט מען געמוזט גליכגילטיק פאַר" 
בייגיין א קרוב אָדער א ברודער, נישט מודה 
זיין זיך אין דער באַקאַנטשאַפט מיט דער 
קלענסטער באַװעגונג, מיט אַ שמייכל צי 
אַפילו מיט אַ פּינטל פון אויג". 


בכל אופן איז עס א פראַגע פאַר פּסיכאָ- 
לאָגן, װעלכע פאָלגן נאָך די װירקונגען פון 
חורבן אויף דער פּסיכיק פון מענטש. דאָס 
בוך איז דעריבער נישט נאָר מאַטעריאַל צו 
דער געשיכטע פון ייִדישן חורבן אין פּױלן 
װאָס גיט איבער --- װי די רעדאַקציע שרייבט 
אין דער הקדמה -- יידיש לעבן אויף דער 
אַרישער זייט, נאָר איז אויך מאַטעריאַל פאַר 
דער פאָרשונג װעגן די ענדערונגען אין דער 
פּסיכיק פון די געליטענע, געראַטעװעטע פון 
נאַצי:חורבן. בכלל גענומען האָט די מחברין 
אַרױסגעװיזן אין אירע שילדערונגען אַ גוט 
האַרץ צו די נאָנעס. זי גלייבט, אַז זי האָבן 
געװוּסט, אַז אין אַנשטאַלט באַהאַלטן זיך 
אויס ייִדן. 





אס18001סס 
"'0סא,זסת סואפואסטע ‏ זקיי 


2121 
שׂ סמתטן1 סתהא 


אד /הץפואוואסא, אסנססטאנס 
1םמטזדתא 1והזזהתמ2 


3 מסומט!סש 


הער א ס אבל ר "אי שלש ר" שאלליר"ל"לשרל "יי שראר"ששר" "יל" טירש סל" "ילס ילס סטייס טסיש יישסיישרילג 


עס זװפוזצססס 
6 ץ אטא א88006850 .א .9 


6 11243660 88 סמזט{סצ 1815 ?0 1168108מטק 6מיש 

-008 4186 ?0 8מתטת !600164/4 180 גזסז} זמהזם 2 צט 

ו8מנ8אה2 פתוֹ18) !23424:06112 16618 04 460:6206 
. עג 3גזיזסט) 


8א11א28468 112 אט 850ה/4ת}. 
גאז דאעסהה אן סטדאוהת 


16 14 102:04 סטף 46070510 61 0ג1160 


חס ,1960 06 680560 06 פסחז |6 חס זוהרזוזקחז! 66 00/ו0ז16 56 סזסון 1416 
סח/זח206/ - 8/169/ .8 ,1976 160165זז60 ,.}.5.2 ,חסוח?טם סווט! .664) .||ס ד 





אוספתעססתם א 5 


פאוסטאסץ זט 9:80א:3 84 
| אס8809189 +ט03א זט 


8 זסק 60/1000 
- סח/זח6ף8/ ס! חס 0006 13061/60 /|סזז1חסס ח6לחט 


0 ,8/6/ פסחסטט